בלאט 6 פון 6
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:53 pm
דורך סמבטיון
מען האט נישט גערעד די לעצטע פאר מעניט פון צדקות, האסט געזאגט א סטעיטמענט אז די וועלט לאכט פון אים און אויף דעם זענען מיינע ווערטער ארויף
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:04 pm
דורך קאצקע ציקער
נעווערמיינד
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:11 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אונליין, אבער................................
פון די אלע תגובות זעי איך אז די גאנצע שרייעריי אויף די 'סיסטעם' גילט נישט אויף כמעט אלע רביס און מנהיגים. אויף וועמן שרייט מען יא? איך קלער אז די גאנצע שולד פאלט אויף כ"ק אדמו"ר מבאד אישל שליט"א, וואס קיינער האט נישט דערמאנט זיין נאמן אלס ראוי לאותו איצטלא. אלע אנדערע זענען פוללי ראוי און אלס גייט געשמירט ביי זיי, נאר ביי איינער נישט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:31 pm
דורך petrishke
איך אויך האט געשריבן:כ'האף ביסט סארקאסטיש.
פארוואס?
איז הרב אמנון יצחק נישט אזוי חשוב ווי סיי וועלכער מגיד מישרים בעלמא?
און אז ער שטעכט אביסל, און לעקט נישט ווי דער וויזוי הייסטער... בידערמאן, איז ער א שונא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 12:32 am
דורך גאנצל
הרב ר' אהרן מסאטמאר (ווען נישט אים איז בלי ספק וואלט היינט פון די סאטמארע קהלה גארנישט געווען עכפ אין סאטמאר איז ער ראוי לאותו איצטלא)
אופס געמעקט....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 12:40 am
דורך שפילער
אויסער געווענדליך האט געשריבן:די בעלזא נושא איז געענדיגט.
העניך
געהעריג איי וועלט דא ריבונו של עולם מען מעקט דא אין גרויסן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:00 am
דורך petrishke
יש צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?
איז דא כאטש 'איינער' וואס 'יעדער' האלט 'דא' פון עהם?...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:03 am
דורך רביה''ק זי''ע
מיך!
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:09 am
דורך דער גאלדענער אדלער
די פאנאטישקייט פון די אנטי בעלזע דא אינעם אשכול איז פונקט אזוי שטארק, און מערקבאר ווי די בעלזע אדער נאכמער. אויב די בעלזע ווילן רעדן גרויס פון זייער רבין, מיט וואס איז עס אנדערש פון ענק אנטי, ווען עטץ רעדסט גרויס פון ענקער רבין?? פארוואס פארגינט עטס נישט א צווייטן איד מיט זיינע געברויכן? די בעלזע דא אינעם אשכול טוען קיינעם נישט ארויפצווינגן זייער אגענדע, זיי זענען נישטא פאר א מישן אויס צו בעלזע'נן יעדע נישט בעלזער, פליז הערטס אויף און פירטס ענק אויף ווי ערצויגענע עדאלטס. די גאנצע נארישע ויכוח דא דערמאנט מיך פון די 1980'ס
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 1:40 pm
דורך petrishke
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיך!
ווער איז דאס?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 2:58 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די פאנאטישקייט פון די אנטי בעלזע דא אינעם אשכול איז פונקט אזוי שטארק, און מערקבאר ווי די בעלזע אדער נאכמער. אויב די בעלזע ווילן רעדן גרויס פון זייער רבין, מיט וואס איז עס אנדערש פון ענק אנטי, ווען עטץ רעדסט גרויס פון ענקער רבין?? פארוואס פארגינט עטס נישט א צווייטן איד מיט זיינע געברויכן? די בעלזע דא אינעם אשכול טוען קיינעם נישט ארויפצווינגן זייער אגענדע, זיי זענען נישטא פאר א מישן אויס צו בעלזע'נן יעדע נישט בעלזער, פליז הערטס אויף און פירטס ענק אויף ווי ערצויגענע עדאלטס. די גאנצע נארישע ויכוח דא דערמאנט מיך פון די 1980'ס
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
בכלל נישט אמת,
מען רעדט דא פון אן אשכול פון ווער איז ראוי לאותו איצטלא, האט דער ארוני נישט געשריבן זיין רבי און אזוי אויך דער זאלויני, גראדע האט איינער געשריבן באבוב פאר א וויץ, אבער יעדער פארשטייט אז די אלע רבי'לעך, נישט דאס מיינט מען,
עד שבא הבעלזער'ס און מיט אן ערנסטקייט ארויפגעברענגט זייער רב,
איך בין טאקע נייגעריג אויב איינער (חוץ א בעלזער) דא האלט אז די בעלזער רב איז מען ראוי לאותו איצטלא, ווי זיינע שוואגערס, ר' אהרן, די סקווירא, און די וויזניצע רבי'ס???
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 3:59 pm
דורך שמעקעדיג
שיינער אשכול דאס (הגם אביסל שמוציג...)
2 אשכולות וואס איך האב געעפנט איבער ענליכע טעמעס יארן צוריק...
viewtopic.php?f=24&t=1660viewtopic.php?f=24&t=6588אגב, נישטערנדיג אין צימעס האב איך געטראפן אפאר אשכולות פון בעלזא, לאמיר עס לאזן דארט.
Re: וועלכע היינטיגע רבי'ס זענען ראוי לאותה איצטלא?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 4:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
עצי שטים האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:די פאנאטישקייט פון די אנטי בעלזע דא אינעם אשכול איז פונקט אזוי שטארק, און מערקבאר ווי די בעלזע אדער נאכמער. אויב די בעלזע ווילן רעדן גרויס פון זייער רבין, מיט וואס איז עס אנדערש פון ענק אנטי, ווען עטץ רעדסט גרויס פון ענקער רבין?? פארוואס פארגינט עטס נישט א צווייטן איד מיט זיינע געברויכן? די בעלזע דא אינעם אשכול טוען קיינעם נישט ארויפצווינגן זייער אגענדע, זיי זענען נישטא פאר א מישן אויס צו בעלזע'נן יעדע נישט בעלזער, פליז הערטס אויף און פירטס ענק אויף ווי ערצויגענע עדאלטס. די גאנצע נארישע ויכוח דא דערמאנט מיך פון די 1980'ס
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
בכלל נישט אמת,
מען רעדט דא פון אן אשכול פון ווער איז ראוי לאותו איצטלא, האט דער ארוני נישט געשריבן זיין רבי און אזוי אויך דער זאלויני, גראדע האט איינער געשריבן באבוב פאר א וויץ, אבער יעדער פארשטייט אז די אלע רבי'לעך, נישט דאס מיינט מען,
עד שבא הבעלזער'ס און מיט אן ערנסטקייט ארויפגעברענגט זייער רב,
איך בין טאקע נייגעריג אויב איינער (חוץ א בעלזער) דא האלט אז די בעלזער רב איז מען ראוי לאותו איצטלא, ווי זיינע שוואגערס, ר' אהרן, די סקווירא, און די וויזניצע רבי'ס???
@עד שבא הבעלזער'ס און מיט אן ערנסטקייט ארויפגעברענגט זייער רב,
אני הקטן האב ארויף געברענגט דעם בעלזער רב און גאר א גוטע זאך וואס ער האט אויפגעטוהן אין עניני חינוך אין וואס ער איז געווען דער נחשון, און דער וועגווייזער פאר אלע אנדערע. און איך האב מקדים געווען אז איך בין נישט קיין בעלזער און קיינמאל גארנישט געהאט מיט בעלז, חוץ מיט די געשמאקע בעלזע ניקס דא אין שטיבל.
איז צוויי זאכן, איינס נישט די בעלזער האבן ארויפגעברענג זייער רב, נאר דייקא א נישט בעלזער.
און צווייטענס, אז אפילו די בעלזער וואלטן עם יא ארויפגעברענט, מאי שנא פון אלע אנדערע וואס ברענגן ארויף זייערע רביס, פארוואס באפאלט קיינער נישט זיי פאר'ן ארויפברענגן וועם זיי ווילן?
און נאכמער אינטערעסאנט איז אז קיין איין בעלזער דא אינעם אשכול האט נישט פערזענליך באפאלן א צווייטן פאר'ן ארויפברענגן זייער רבין אין וועם זיי גלייבן??? און אזוי אויסצודרייען א מעשה, אז די אנפאלערס דא שפילן גאר וויקטעם, פון וועם?!?! פון די וועם מ'האט אנגעפאלן?!?!?! Wow! Next level hypocrisy!!!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 12:23 pm
דורך מי אני
עס איז מערקווידיג וויאזוי דער קובּאנער-אפריקאנער פילאזאף און שרייבער יוּאַן רענעי בּעטאנקאָרט האט מחלק געווען אין זיין געמיינדע׳ס קאנטעקסט און ראסע צווישן א ״שווארצע פירער״ און א ״פירער פון שווארצע״. א ״שווארצע פירער״ איז א מענטש וואס האט געהאט הצלחה אין א פעלד און איז נאך אָנגעקומען צו זיין א פירער פאר זיין געמיינדע און ערוועקט האפענונג אין זיי. אבער דאס איז אפגעזונדערט פון א ״פירער פון שווארצע״ וואס געבט אוועק דאס בעסטע פון זיך פאר די פאראויסריקונג פון זיין געמיינדע וכו׳.
ענליכס קען מען מחלק זיין צווישן אונזערע פירערס: א ״חסידי׳שע/חרדי׳שע פירער״ אדער א ״פירער פון חסידים/חרדים״.
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 12:32 pm
דורך היסטאריע
אלע רבי'ס וועלען אוועקגעבען דאס בעסטע פין זיך פאר זייער עולם. דער שאלה איז נאר אויב עס איז אפשר בעסער זיי זאלען האלטען זייער בעסטע פאר זיך........