בלאט 6 פון 12

נשלח: דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:33 am
דורך [NAMELESS]
רבי יצחק טענהט אז רבי ישעילע קערעסטירער פלעגט געבן צו עסן פאר הוגעריגע יודן, קומען די אלע היינטיגע און ווילן נאכטוהן, נעמען זיי אנגעפרעסענע זייטע יודן און מגעט זיי נאך עסן..... נישט דאס פלעגט דער צדיק טוהן

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 1:54 pm
דורך [NAMELESS]
תחת אחד השיחים בזמן האחרון נאחז פתאום הרב בשרעפי קודש לכמה דקות ואח''כ פתח במתק אמרי פיו ואמר, ''ר' ישיעה'לע איז געווארן פון א עקסטערמינעטר א קעכער',

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 3:01 pm
דורך שמעון וואלף
כ'האב געהערט אז די פארגאנגענע שבת האט ער געהאט הינדערטע מענטשן ביי זיין פרק שיעור אין וויליאמסבורג. מ'זאגט אז ס'איז ממש געווען געשטאפט דארט.

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:29 pm
דורך berlbalaguleh
גראדעמעכעלע האט געשריבן:תחת אחד השיחים בזמן האחרון נאחז פתאום הרב בשרעפי קודש לכמה דקות ואח''כ פתח במתק אמרי פיו ואמר, ''ר' ישיעה'לע איז געווארן פון א עקסטערמינעטר א קעכער',

גראדעמעכעלע: דו פארשטייסט פשט אין די ווערטער...? וועון איז ר' ישעי'לע קערעסטירער געווען אן עקסטערמינעיטער...? לפענ"ד איז פשט אזוי. אז הרה"צ ר' ישעי'לע פון קערעסטיר האט זיך ספעציאליזירט אין אוועקלייגן גוים, רשעים, שונאי ישראל וועלכע האבן געמאכט צרות פאר אידן. כידוע דער מאמר פון בעל דברי חיים מצאנז זי"ע אז ..."אין אונגארן איז דא א צדיק וועלכער קען אוועקלייגן הונדערט המן'ס א טאג"...!

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 4:49 pm
דורך איך אויך
ר' בערעלינו פארשטייסט טאקע נישט?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 5:01 pm
דורך שמעון וואלף
בערל, ר' שעי'לע איז געבוירן תרי"ב, אין ווען די ד"ח איז נפטר געווארן איז ער געווען אינגאנצן 20 יאר אלט. האלטסט נאכאלץ אז ער זאל עס האבן געזאגט?

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 1:01 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:בערל, ר' שעי'לע איז געבוירן תרי"ב, אין ווען די ד"ח איז נפטר געווארן איז ער געווען אינגאנצן 20 יאר אלט. האלטסט נאכאלץ אז ער זאל עס האבן געזאגט?

שמעון וואלף: כ'ווייס נישט. אזוי האביך געליינט אין ספר ..."מי באר ישעיהו"...!
איך בין נישט אזא אפיקורס ווי ..."איך אויך"...ווען ער וואלט געלעבט אין די צייטן פון ר' יוחנן וואלט ער נישט נאר אפגעלאכט פון זיין רבי. נאר ער וואלט געשריבן אויף קאווע שטיבל א ליצנות'דיגע אשכול...!

נשלח: מיטוואך מאי 13, 2015 6:18 am
דורך איך אויך
הא?

נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:23 pm
דורך קרעקער
א הבטחה אויסציפלאצען אין געלעכטער אפאהר מאל אינמיטען ליינען

http://www.yiddishtribune.com/

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב עס ערשט יעצט געליינט. אביסל שייכות צו אמת, אבער א גאר קליינער בילד פון דער מענטש, און גוט פארדעקט די פראבלעמאטישע חלק. זיין התנגדות צו דער 'קעמפף אויף ציונות', זיין התנגדות צו א גרויסע חלק פונ'ם ליטווישע ציבור, זיין התנגדות צום סיטיפילד חגיגה, זיין חידושי תורה אין סתם סוגיות וואס ער רעדט אויסער דער דרוש און קנאות וכהנה וכהנה. זיי רופען דאס אן א 'באטע', בשעת ווען ער זאגט אליינס אז 'איך ווייס נישט וואס דאס ואורט מיינט'. מיט נאך אזעלכע גרייזען וואס ווייזען אז זיי וויסען נישט וואס טוט זיך מיט איהם.
ס'בענקט זיך טאקע נאך זיין נאנטשאפט, טפשר דארף מען זיך אריבערכאפען יעצט אין די זומער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:29 pm
דורך berlbalaguleh
איך ווייס אויף זיכער אז משיח גייט שוין קומען גאר בקרוב. ניין, נישט פון ליינען די ארטיקל אין מאמענט פון צוויי וואכן צוריק. קיין שום בעל מקוגל האט עס מיר נישט מגלה געווען, אויך נישט דער רימנוב'ער רבי שליט"א, אויך נישט זיין רביצין.
נאר ס'זייער פשוט. אויב דער ליטוואק פון בודאפעסט איז א חסיד פון א רב אדער רבי מוז שוין משיח קומען אט אט...
איז ווען גייסטו קויפן א שטריימל...? ביי וועם... קרויס אדער גאר תפארת חתנים...?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 03, 2015 1:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זעט זיך אויס אז דו קענסט איהם אויך נישט. דרייען זיך ביי איהם איז גאר א ליטווישע זאך צו טוהן. איך פלאן נישט צו טוישען מיין לבוש אדער מיין גלויבונג, אבער דאס קען איך דיר זאגען אז איך בין געווען ביי איהם ביי א דרשה אין וומסב"ג אלס בחור און דערנאך בין איך צוגעגאנגען און אנדערע האבען מיר אנגעקוקט מאדנע און פרעמד, האט ער זיך אויסגעדרוקט 'ר' לפ"ב איז פון די יחידי סגולה אין דער עולם ה'שיביש' (עולם הישיבות) וואס האט אביסל שכל'. נו, ווי קען איך נישט זיין קיין חסיד?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:31 pm
דורך שעפטל
רבותי! שרייבסט ווי מער! יעדעס ווארט וואס איז דא געשריבן געווארן איז אריין אינעם טריביון...

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 1:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א סבה אויף יא צו אויף נישט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 2:13 pm
דורך שעפטל
אודאי יא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט אווי דו צילס ר שעפטל, יעדער וואס דרייט זיך אביסל אין כבוד הרב'ס ד' אמות ווייסט די אלע זאכן מען דארף נישט דאס געוואר ווערן דא אין שטיבל.

דאס אז די רב איז ארוני איז מיר גראדע יא א חידוש חוץ אויב ער האט געמיינט צו זאגן אז די שנאה איז נישט אזוי שטארק צו זיי ווי צו די אנדערע קהילה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:07 pm
דורך יהושע חיים
ער קען נישט דערליידן דער רעבעזכרונולעברכע אידן
און דאס איז ווייניגער ביי חסידי ק"י

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער גלייכט די ארונים גאנץ ווייניג אויך, אבער דאס איז אמת אז זיין עיקר ביקורת איז אויך דער צד הז''ל און בנ''י, אבער ס'זעט מיר אויס אז דער טעם איז טאקע ווייל ער איז נאנטער צו זיי.

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 6:41 pm
דורך ל.רוזן
IMG_20150805_175107.jpg
IMG_20150729_165645.jpg

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 8:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קען מען ליינען דער ארטיקל אין מאמענט וועגען ר' יצחק'ן? פארשטייט זיך אן צו דארפען קויפען דער מאגאזין? !

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:35 pm
דורך געוואלדיג
אין דערהיים, נאך איין מינוט פחד אין גראסערי :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:אין דערהיים, נאך איין מינוט פחד אין גראסערי :lol:

נאר אמאל, היינט שוין נישט, כדברי ערעב יואלי מפעסט:
אמאל האט מען מיט קליינגעלט געקענט נעמען פונעם געשעפט וואס עס האט זיך נאר געוואלט, היינט קען מען שוין נישט, ס׳דא קעמרעס איבעראל....

Re: ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2015 9:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ט'קען עס איינער ארויפלייגען דא? ביטע?