בלאט 6 פון 6

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 12:05 pm
דורך תרמב
איך פארשטיי נישט, ווען דו גנבעסט זייף קען מען עס אראפשלונגען, און ווען א צווייטער טוט עס צו דיר ווערט ער שוין א חזיר?

דאבל סטענדערט...

מאראל אהן יראת שמים?

נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 12:43 pm
דורך קייןנאמען
כ'האב נישט דורך געליינט די גאנצע אשכול.
ס'ווענד זיך נישט אין אמונה נאר אין יראת שמים. [עין יעקב, ברכות. גנבא אפום מחתרא רחמנא קריא] אין די הקדמה פון ארחות צדיקים שטייט קלאר אז אהן יראת שמים איז נישטא קיין עכטע גוטע מדות. ווייל מוראה של מלכות וכדו' האבן פלעצער ווי מ'האט נישט מורא פון זיי, משא"כ יראת שמים איז שייך אין יעדע פלאץ אפי' בכליות ולב.

ווען א מדה אדער הארמאון נאגט, לייגט מען די מאראל אין א זייט, ווייל הרגשות זענען שטערקער פון מושכלות. אבער יראה איז נכלל אין הרגשות אויך. נאר דאס קען מנצח זיין הרגשות. ווי שרייבט איינער פון די ראשונים (בערך אזא לשון): אם ילחמו המורגשות עם המושכלות א"א שלא ינצחו המורגשות, אם לא יעשה מן המושכלות מורגשות

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 10:09 pm
דורך Meditation

נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 4:37 am
דורך מי אני
דר. קריסטעל מענינג שרייבט בנוגע אינטערוויוּס וואס זי האט אפגעהאלטן מיט עלטערע אטעאיסטן:
Atheists are often portrayed as arrogant because they don’t acknowledge a higher power, but I generally found the opposite to be true. Perceiving themselves as part of nature, rather than created by God in his image, led respondents to a place of humility. The prevailing view about science (by nonscientists) is that it is neutral to morality, but I found that most individuals who relied on this narrative tended to see it as imposing a moral obligation. The science narrative gives a sense of moral urgency to what respondents felt they should do with the time they have remaining: to show love for their friends and children, to appreciate nature or art, to be engaged politically, even as they may become increasingly physically disabled