בלאט 6 פון 14

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:18 pm
דורך איך אויך
בקיצור לאמיר גארנישט אדרעסירן נאר שטופן די פראבלעמען ווייטער אונטערן קארפעט. נו אויך א מהלך, כ'הער.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:27 pm
דורך היום
עמרם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:11 pm איך זעה נישט די תאווה פון אריינגיין אין די פרטי במעשה, ווער ס'איז שולדיג וכו', ס'איז אין די פאל שוין ליידער נישט קיין גרויסע נפק''מ

נאר אין די גרויסע בילד, זענען מיר אלע שולדיג, יא די רבנים מיט עסקנים און מיר אלע,
ס'איז אין אונזער הענט אז ס'זאל מער נישט פאסירן

לאמיר ציזאמען זיך נעמען, נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע, און זיכער מאכן אז פאר אונזער א באקאנטער זאל עס נישט קענען געשען, יעדער וואס קען דיך זאל וויסן אז ס'איז דא כאטש איינער וואס וויל אים זעהן לעבן, געזונטערהייט, פרייליכערהייט,
און מיטן אייבערשטערס הילף פארמיידן אזעלכע געשענישען אין אונזער קאמיוניטי

זאגסט פאר ענקערע קינדער און גוטע פריינט, אז מ'זאל מיט יעדעם איינעם וואס מ'קען אויפטוישן גוטע ווערטער, יעדעם מאכן פילן גוט, אז מ'זאל שוין נישט דארפן הערן אזעלכע בשורות,
דערצייל זיי די מעשה וואס איז יעצט געשעהן, אז ס'זאל זיך ח''ו נישט איבערשפילן

ולה' הישועה !
100% גערעכט!
איטס אפ טא מי אנד יו.
און יעדער איינער קען און זאל טיען נאך און מער!

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:39 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:18 pm בקיצור לאמיר גארנישט אדרעסירן נאר שטופן די פראבלעמען ווייטער אונטערן קארפעט. נו אויך א מהלך, כ'הער.
וואס פארדינט מען פון אויסשמועסן די פרטים סיי ווי איז אין יעדע פאל די פרטים אנדערש.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:47 pm
דורך איך אויך
וואס פארדינט מען פון אויסשמועסן די פראבלעמען פון מאלעסטערס, רעיפיסטס, קאראפטירטע בתי דין, און טאקע סועסייד וכו וכו. לאמיר ווייטער נעמען די אויסגעטרויטענע מהלך וואס אידאך אזוי ווירקזאם די פארגאנגענע 70 יאר.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:51 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:47 pm וואס פארדינט מען פון אויסשמועסן די פראבלעמען פון מאלעסטערס, רעפיסטס, קאראפטירטע בתי דין, און טאקע סועסייד וכו וכו. לאמיר ווייטער נעמען די אויסגעטרויטענע מהלך וואס אידאך אזוי ווירקזאם די פארגאנגענע 70 יאר.
ווילאנג דו שמועסט אויס טעמעס וועט דיר קיינער שטערן, פריוואטע משפחות מחלוקת האט נישט קיין זין אויסצושמועסן אין א פובליק פארעם נישט אידישליך און נישט גוישליך, טראכט אריין צו עס פאסירט ביי דיין פאמיליע צו דו וואלסט עס געוואלט זעהן צושמירט דא...

מעשיות וואס איז שוין עניוועי פובליק באשריבן איז די פאסילי יא צו לאזן איך ווייס טאקע נישט פארוואס

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:16 pm
דורך איך אויך
.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:30 pm
דורך חתן בחור
קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 9:47 am פופציג קרבנות א יאר הערט זיך אביסל גוזמא׳דיג, ד.מ. איין סואסייד פער וואך.

פארגעס נישט מ׳רעדט נישט דא נאר פון בחורים ל״ע מ׳רעדט פון אלע יארגאנגען. ספעציעל איז דא פון OD בשוגג צו במזיד.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 1:47 pm
דורך אבזערווירער
ס'איז שוין געמאלדן געווארן אפישל די לוויה אין יראים טשאפל וויליאמסבורג 12.45 צו בית החיים בקרית יואל שטח החדש, תנצב''ה

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:45 pm
דורך פאריעריגע שניי
אוי דעי פאטער'ס הספד... די נשמה צוגייט .. אזאנע פעין...

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:27 pm
דורך [NAMELESS]
פאריעריגע שניי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:45 pm אוי דעי פאטער'ס הספד... די נשמה צוגייט .. אזאנע פעין...
שרייב עס אראפ אביסל כאטש

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 5:40 pm
דורך צומישט און צוחישט
קוקט'ס אריין אין די הפטורה די וואך (פר' צו-נישט פרה) ירמי' ח' פסוק ג'.

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 9:47 pm
דורך Chasidishmashpia
פאריעריגע שניי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:45 pm אוי דעי פאטער'ס הספד... די נשמה צוגייט .. אזאנע פעין...
וואס האט ער געזאגט?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 10:34 pm
דורך אפטימיסטיש
טאמער איינער קען מסביר'ן וויאזוי צו אפלאודען אן AUDIO פייל, וועל איך עס גערן ארויפלייגן

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 10:34 pm טאמער איינער קען מסביר'ן וויאזוי צו אפלאודען אן AUDIO פייל, וועל איך עס גערן ארויפלייגן
איינער קען זיך מרחם זיין?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 10:34 pm טאמער איינער קען מסביר'ן וויאזוי צו אפלאודען אן AUDIO פייל, וועל איך עס גערן ארויפלייגן
לייג עס אויף אויף א גוגל דרייוו

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:37 pm
דורך אפטימיסטיש
כ'וויל בלייבן אנאנים

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:41 pm
דורך [NAMELESS]
דו האסט נישט קיין אנאנים דשימעיל אקאונט? קענסט יעצט עפענען אונטער די נאמען אפטימיסטיש

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:48 pm
דורך כלבאשבוע
אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 10:34 pm טאמער איינער קען מסביר'ן וויאזוי צו אפלאודען אן AUDIO פייל, וועל איך עס גערן ארויפלייגן
https://vocaroo.com/

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:53 pm
דורך אפטימיסטיש
אט איז א לינק צו דעם טאטן'ס הספד

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 12:28 am
דורך [NAMELESS]
אפטימיסטיש האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 30, 2024 11:53 pm אט איז א לינק צו דעם טאטן'ס הספד

אוי באשעפער אוי טאטע, דאס קען מען זיך נישט מאכן... א צער פון א טאטע וואס מען האט נישט צוגעלאזט צו זיין בלוט און פלייש ביז ער איז אנגעקומען אין א באקס.... ווי נעמט מען די כוחות... בעט פאר דיין מאמע זאל האבן די שכל קעיר צו נעמען פון שרה'לע.... איך בין געקומען אין חדר דיר צו טרעפן מען האט מיר פארטריבען....

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 12:39 am
דורך [NAMELESS]
אפטימיסטיש האט געשריבן: אט איז א לינק צו דעם טאטן'ס הספד

ישר כח. ס'איז נישט אזוי קלאר. אויב איינער קען אראפשרייבן די הספד, אדער כאטש נאר די וויכטיגע שורות וואלט עס געוועהן א חשוב'ע זאך

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 12:49 am
דורך [NAMELESS]
האט די זיידע (מאמע'ס טאטע) אויך געזאגט א הספד? האט ער עפעס קלאר געשטעלט?

Re: די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2024 12:51 am
דורך סמבטיון
אזויפיהל צו שרייבן, אזויפיהל עמאשענס פליען ארום, די הארץ איז צעלאזט און צושמאלצן און דרוקט מיט שמערצן, מ'קען נאר זיצן און מיטוויינען מיט די צובראכענע צושפאלטענע טאטע, איי אזעלכע יסורים דורך צוגיין, וועט ער כאטש פון יעצט קענען זעהן זיין שרה'לע? גיי ווייס מיט די פיינע מענטשן וואס מישן די טאפ ביי אזעלכע פעלער...