בלאט 6 פון 9

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 12:08 am
דורך פרנס החודש
אן Ä ליינט זיך ווי א סגול ״ע״ ליין: מעדעל, מעדשען.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 10:22 am
דורך שמן למאור
עס טוט זיך שוין פאר אפאר וואכן זייט די ניגון איז ארויסגעקומען, זה אומר בכה וזה אומר בכה, דער לויבט עס אויס, דער רייסט אראפ, איינער רעגט זיך אויפן שטורעם, און א צווייטער זאגט גאר אז א שטורעם איז בכלל נישט פארהאנען,
די גאנצע זאך איז מיר אויסגעקומען זייער מאדנע, סך הכל רעדט מען פון א פשוטע שיינע ניגון מיט אביסל נייע ווערטער וואס איז ארויס פונעם קעסטל, און יעדער האט זיך אן אייגענע פארקאכטע דיעה, מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון די סאטמארע סידור קידושין מח' אדער וואס, פארוואס האט זיך יעדער דא זיין מיינונג?

נאכן זיצן מיט גרויסע טערעפיסטן, און פסיכיאטארן מיט אויסגעשפיצטע פראפעסארן און אויפגעריסטעטע פארשער און סייענטיסטן, און ביאלעאגיסטן, נאכן אפזיצען שעות לאנג און די לאביטאריעס שטודירנדיג דורכן לענז פונעם מייקראסקאפ די פליסיגקייטן אין די דורכזיכטיגע שמאלע לאנגע רערן, זענען מיר געקומען צו די מסקנה אזוי:

די ערשטע סארט וואס הערן די ניגון, זענען די עמך אייוועלט שטיפערס, וואס די סיסטעם איז ביי זיי פינקט אזוי הייליג ווי די תורה אליינס, און ביי זיי איז די געפילטע פיש פרייטיג צינאכטס, די טשיעזקעיק שבועות ביינאכט, און די קניידלעך אחרון של פסח, אייניג מיט די מנהג פון קלאפן הושענות, שלאגן כפרות, צינדען די מנורה חנוכה, לייגן תפילין, דאווענען שחרית מנחה מעריב, און ציילן ספירה, אלעס איז איין הייליגע לאקשן קוגל וכולם נתנו לנו ממשה מסיני

די סארט ווען זיי הערן א ניגון וואס איז ארויס פונעם קעסטל, שרייען זיי גלייך טמא! טמא! וואס הייסט?!? א ניגון קעגן די הייליגע אידישקייט? ווערטער וואס קען חלילה מאכן טראכטן אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה "ויאהב יעקב את רחל" מיינט טאקע ליב געהאט!!! רח"ל, די רעבעס האבן דאך געזאגט אז עס מיינט העכערע זאכן, ווי קען מען זאגן די טריפענע ווערטער פון מיידל, און ליב האבן אין איין זאץ,
פעפער האב איך ליב??? די רבוש"ע האב איך ליב!!!

דערנאך איז שוין דא די אויפגעקלערטע, די קאווע שטיבל עולם, ווי חברינו, @ברוינשטיין, און @טאמבל סאוס וואס גלייכן שטארק די ניגון, ב"ה איינער זאגט דאס וואס די קליגע טראכטן, יא די סיסטעם איז פארקאקט, זאל עס כאטש איינער אויפדעקן, צו ראטה איז טאקע די פאון טרעגער פון די אויפגעקלערטע געמיינדע? טוט זיינע ווייסע שטויב אונז רעפרוזענטירן? אודאי נישט, אבער סך הכל זינגט ער א שיינע ניגון, וזהו, מען האט הנאה, און מען פריידט זיך אז איינער גיסט טראפנס וואסער אויף די הארטע שטיינערנע סיסטעם, און מען האפט אז עס וועט מיט די יארן שפאלטן, אזוי ווי די שטיין פון רבי עקיבא,

דאגעגן זענען שוין דא די גאר אויסגעביגעלטע הויכע קלאס פון אויפגעקלערטע, זיי שטייען כמעט נישט אין ווארט מיט די המון עם פון אויפגעקלערטע, זיי זענען עפעס גאר ספעציעל און זענען באשאנקן מיט גאר א הויכע דשזעלי, זיי קענען נישט סטאם אזוי נאכטאנצן די אנגענומענע מיינונג פון די וואס טראכטן ארויס פונעם קעסטל, זיי מוזן קומען מיט א חידוש וואס אפילו די וואס פארשטייען שוין יא, זאלן זאגן, פשי הא!! ער קומט גאר פון יענע זייט!!! דאס זענען די חברה אזוי ווי @יהורם און @קטלא קניא, וואס בעצם קאקן זיי אויך אויפן סיסטעם, און גלייכן עכט יא דעם ניגון, אבער היות "אלע" אויפגעקלערטע גלייכן עס, מיזן זיי ארויסגראבן פון אינטער די ערד עפעס קריטיק צו ווייזן אז "איך פארשטיי אויך אן עסק"

דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!

איך האף אז איך האב קיינעם נישט געטשעפעט, נעמטס עס נישט פערזענליך...

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 10:48 am
דורך צקון לחש
לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" :lol:

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 6:32 pm
דורך קהל'ס נער
צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" :lol:
מען דארף נישט צענזורירן, מען טייטשט נאר אריין אז רחל מיינט בעצם דער אייבערשטער בבחינת רחל, אזוי ווי, ויאכל=און ער האט געגעסען און נישט געמאכט קיין ברכה וכו'

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 9:49 pm
דורך שטורמישער
הער איך יעצט אז זיין טאטע שומרי אמונים רבי פון אשדוד האט געהאט היינט א הארץ אטאקע

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 10:15 pm
דורך פאלגזאם
צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" :lol:
איך גלייב נישט.
מסתמא האט איינער געמאכט א ווערטל.

נשלח: מאנטאג מאי 09, 2022 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
פאלגזאם: ביטע זיי נישט אזא תמים. ס'דא היינט אידן וועלכע צעמזורירן די פסוקים אין חומש. און זאגאר די פרקים און גאנצע מסכתות פון ש"ס. זיי האבן א "סאניטייז'ד" הייליגע ווערסיע פון ש"ס. זיי מאכן א סיום ה'ש"ס א יעדעס יאר.

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 12:38 am
דורך צקון לחש
צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" :lol:
שוין, הרב עצי שיטים האט שוין רעדאגירט זיין תגובה...

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 10:12 am
דורך שמן למאור
צקון לחש האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" :lol:
שוין, הרב עצי שיטים האט שוין רעדאגירט זיין תגובה...
איך האב בלויז רעדאגירט די לשון הפסוק צו "ויאהב יעקב את רחל"
עס עקזעסטירט נישט קיין פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" איך האב עס דאן נאר ארויסגעשריבן פון זכרון

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 11:06 am
דורך [NAMELESS]
עצי שטים האט געשריבן:דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!
@עצי שטים אז דו בעטסט אזוי שיין אז מען זאל נישט נעמען פערזענליך... איך וויל אויך בעטן דאס זעלביגע. אבער קענסטו מיר ביטע ערקלערן וואס פונקטליך איז דיין הארבע אבסעסיע מיט דעם לידל? ביי מיר זענען שוין פילע וואסערן אריבערגעפלאסן דעם האדסאן זינט דאס לידל האט געשפילט צום לעצט ביי מיר...

נשלח: דינסטאג מאי 10, 2022 1:00 pm
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן:

איך בין גראדע בכלל נישט אבסעסט מיטן ניגון,
איך זע נאר ווי עס גייט נישט אראפ פונעם סדר היום, די בלעטער דא ווערן נאר פילער און לענגער, האב איך אויך אריינגעווארפן מיינע פאר צענט

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm
דורך שאלתיאל
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.

נשלח: מיטוואך מאי 11, 2022 11:04 pm
דורך דערהויבענע איד
@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 1:51 am
דורך טאמבל סאס
און הער אויף צו סטאלקן מענטשן אויף די אינטערנעט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:25 am
דורך שאלתיאל
.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 8:27 am
דורך שאלתיאל
אינטערסאנט. ערשטע מאל איך זעה אז איינער האט דא א פראבלעם מיט בייסיגקייט, און נאך דערצו בייסיגקייט קעגן א בנש"ק..

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:54 am
דורך שמן למאור
דערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 9:57 am
דורך דערהויבענע איד
עצי שטים האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:01 am
דורך דערהויבענע איד
דערהויבענע איד האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
הודעהדורך שאלתיאל » דינסטאג אפריל 26, 2022 10:24 pm

עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..

נשלח: דאנערשטאג מאי 12, 2022 10:02 am
דורך שמן למאור
דערהויבענע איד האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייט
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pm

דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
אויש!! מורא'דיג בייסיג!!!

מען דארף קענען פארנעמען אביסל הומאר

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 3:01 pm
דורך נחום הסופר
כ'ווייס נישט צי ס'באלאנגט דא, אבער כ'ווייס נישט ווי יא, ממילא מצא כאן מקומו. (קומט פון דא https://blogs.yiddish.forward.com/yiddi ... index.html)

ביי דעם באקאנטען ליד פון „יאקאב”, זינגט ר׳ יום טוב ערליך אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה = דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט = מען פירט שוין די כלה מיט גליק = אויבן אן עס זיצט די כלה

ר׳ ירמי׳ דמן זינגט דאס אזוי:

איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס׳איז פאר דיר א שיינע שידוך = דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט = מען גייט שוין צו די חופה מיט גליק = אויבן אן עס זיצען אלע

ביים באקאנטן ליד „רחל רבי עקיבא׳ס פרוי” זינגט ר׳ יום טוב ערליך:

אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.

ר׳ ירמי׳ דמן זינגנט עס אזוי:

און די טאכטער אויכעט ער = א שידוך זייער שיין = און זיין בני בית, מלא חיות = האט ר׳ עקיבא, דער ראש ישיבה

גאר מערקווערדיג איז ביי די לידער פון חבלי משיח „איך פאר אהיים”. ר׳ יום טוב עהרליך וואס איז באקאנט מיט זיינע שארפע שטעלונגען קעגן די יידישע מדינה, זינגט פארוואס מען האט נישט געקענט פארן קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

און אז מען ווערט קראנק אמאל = שרעקט מען זיך אריין גיין אין א שפיטאל

ר׳ ירמי׳ דמן וואס געהערט צום בעלזא, וואס זענען נישט שארף קעגן די יידישע מדינה, נאר זענען א טייל פון די מדינה, האט דא איבערגעטוישט, פארוואס מען האט נישט געקענט קומען וואוינען קיין ישראל נאכן וועלט קריג:

די אראבער איבעראל = פרנסה שוואך, מען שטייט דאך דארטן זייער שמאל.

לויט מיין מיינונג איז עס נישט ריכטיג, אויב ער זינגט דאס ליד פון ר׳ יום טוב עהרליך, דארף ער עס לאזן, נישט פרואוון זיין ״פרומער״ פון אים.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 3:07 pm
דורך קורקלענד
אויף די ניגון קינדערלעך פון ר' יו''ט ערליך, האט מען 'מיידעלעך איינער פון די אנדערע שענערע' געטוישט צו 'איינער פון די אנדערע בעסערער.

נשלח: זונטאג מאי 15, 2022 3:48 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.

עס הערשט א פראבלעם ביים היימישן ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.

נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?

אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענען העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענען וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.

ויאמר ויעמד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל.
אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערע קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענען ליינען לשה"ק פיל מער ווי לשה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומען פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראמ'ס און בליטות.

פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגען צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומען פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.