בלאט 6 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 11:51 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh האט געשריבן:דולה ומשקה: די רעבע שליט"ע געט 50%. די אנדערע 50% געבן די חסידים. ווען די חסידים וואלטן דאס נישט פארלאנגט וואלט די רעבע נישט געהאט א סטעידזש פאר א יעדע געלעגנהייט. די חסידים ( די עובדי עבודה זרה. קולט פערסאנליטי דינערס) זעטיגן זיך מיט די רעבע'ס ערשיינען ביי א יעדע געלעגנהייט...!

בעיני ראיתי. ביי קידוש לבנה פארלעשט מען אלע לייטס. און מ'מאכט א רקידה'לע און מ'זינגט..."דויד מלך ישראל חי וקיים"... זיי מיינען נישט דויד המלך. נאר ר' דויד טווערסקי שליט"ע...!

ב"ה דער אייבישטער האט מיך געראטעוועט פון אריינפאללן אין די דאזיגע קולט. בחסדי השי"ת. ואכמ"ל...!
ס’הייסט אז ער’ בערל איז שוין געווען אויפן שוועל פון ווערן א מיטגליד פון די סקווירא'ער קולט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: גראדע ביניך געווען אויף א משפחה שמחה. נאר דו וועיסט נישט ווי גוט דו האסט געזאגט. בבחינת ניבא ולא ידע מה ניבא. דער עיבישטער ((נו, מ'מוז דאך רעדן א ביסל סקוועריש) האט מיך עכט געראטעוועט פון אריינפאללן אין די סקווירא'ער קולט. ס'האט אמאל שטארק געהעיסן (ווען איך בין נאך געווען א בחור) אז אונזער גאנצע משפחה געיט מופן קיין סקווירא עיר הקודש. נאר מכח איזה סיבה שאי אפשר לפרסם זעמיר נישט געפארן. ב"ה.

אז מ'רעדט שוין. איך בין אויך שולדיג א דאנק פאר'ן העיליגן באשעפער וואס ער האט מיך געראטעוועט פון אריינפאללן צו אן אנדערע גרופ פון משוגעים. די תולדות אהרון/בארעלעך. איך וואלט היינט געקענט גאנץ גרינג עוסק זיין אין צוברעכן טרעפיק לייטס, אנצינדן גארביטש קאנטעינערס און שפייען אויף פרייע גוי'טעס. און דער איד און בלאט וואלטן געשריבן איבער דעם עסקן ר' בערל בעל העגלה. וועם די רשעי הציונים האבן ארעסטירט. פאר לוחם זיין די מלחמת הקודש.

נ.ב.: דאס איז אויך דעם העיליגן רעבינ'ס ווייטער בליק. נאך דאס פעילט איהם אויס. אזעלכע חסידים ווי איך...לאל

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 25, 2022 10:34 pm
דורך באהעלפער
ליבי אומר לי, דער בחור גייט נישט זיצן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:39 am
דורך berlbalaguleh
אויב דער סופריעם קאורט פון דעם העיליגן שטעטל סקווירא, יצ"ו וועט איהם פארמשפט'ן וועט ער געין זיצן, אויבנאן נעבן דעם העיליגן רעבעה שליט"ע. און פאר די נעקסטע 3 יאר וועט ער באקומען די ערשטע שיריים פון ידי קדשו פונ'ם רעבאה שליאיטעה....!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 8:26 am
דורך באהעלפער
berlbalaguleh האט געשריבן:אויב דער סופריעם קאורט פון דעם העיליגן שטעטל סקווירא, יצ"ו וועט איהם פארמשפט'ן וועט ער געין זיצן, אויבנאן נעבן דעם העיליגן רעבעה שליט"ע. און פאר די נעקסטע 3 יאר וועט ער באקומען די ערשטע שיריים פון ידי קדשו פונ'ם רעבאה שליאיטעה....!
האסט א מקור אויף דיינע ווערטער, אדער שטעלסט דיך פאר, פונקט ווי מיר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
באהעלפער: מער פעילט נישט פאר דעם הויכגעשעצטן שופט פונ'ם סופריעם קאורט ד'שיכון ס'קווירא, יצ"ו אז ער זאלל לאזן דעם בחור ארויסגעין אויף דער פרעי, אומ-באשטראפט. נאר דער אפפיעלס געריכט ד'סקווירא האט געזאגט אז אויב ער וועט (ח"ו) נישט באקומען קיין שיריים פונ'ם העיליגן רבי'ס העיליגע הענט. דאס וועט זיין א גרעסערע שטראף. און מ'וועט באווייזן לעיני השרים והעמים אז ס'נישט קיין הפקר וועלט. און זיין לייסנס צו העלפן אנטון די (העיליגע) רעזשוואולקע פאר'ן העיליגן רעבאה וועט זיין סוספענדירט פאר די נעקסטע 3 יאר. ווי ס'שטעיט אין די מגילה...."ומלכותה יתן המלך לרעותה הטובה ממנה"...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 26, 2022 4:53 pm
דורך באהעלפער
כ'ווייס נישט וואס דו פראבירסט צו שרייבן דא. אבער לויט ווי מ'הערט דרייעט ער זיך אין שטעטל פראנק און פריי.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 27, 2022 9:44 pm
דורך berlbalaguleh
נו, איך זאג אויך די זעלבע. וואסי? דו ווילסט עהם זעהן איינגעשפארט תחת מנעול ובריח!

ס'איז געווען אמאל א מעשה ביים (הייליגן) ריזשינער, וואס ער האט געהאט א גאנצע סוויטע מיט באגלייטערס, וועלכע זענען געריטן אויף פערד צו באגלעיטן דעם העיליגן רעבי'ן מיט זיין פיאקער (ענליך צו די היינטיגע לימאוס). זיי האבן אויך געהאט א הויפט, א חסיד'ישן איד. ער האט געהאט א סאך מעדאלן, אזוי ווי אן עכטער מיליטערישער פיהרער. אמאל האט זיך געמאכט אז ער האט (בשוגג) באליידיגט דעם פריץ פון די געגנט, און דער פריץ האט געווארט צו זעהן אויב מ'גייט באשטראפן דעם איד. האט די רבי געהייסן פאר זיין גבאי ער זאל איהם אריינרופן, און דער רבי האט אראפגעריסן אלע מעדאלס פון דעם (אידישן) פיהרער. אזוי ארום האט ער איהם שטארק..."באשטראפט"... און פארשעמט. ווען דער פריץ האט דאס געהערט איז ער געווען זייער שטארק צופרידן אז מ'האט באשטראפט דעם איד...!

(אזוי האביך געליינט ערגעץ.)

נשלח: זונטאג אוגוסט 28, 2022 1:59 am
דורך באהעלפער
ביים אפטער רב איז דאס געווען.
אז דו פארגלייכסט דאס צום רוזשינער, ביסטו דאך נישט אזא פויער...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 8:19 pm
דורך כלבאשבוע
Ticket dropped against driver accused of causing fatal crash involving religious leader
https://westchester.news12.com/ticket-d ... ous-leader

נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 9:40 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
בקיצור, ער איז אפגעקומען מיט טיקעטס אנשטאט א קרימינאלע טשארדזש. און איינס פון זיינע טיקעטס איז בהשגחה פרטית אוועקגעפאלן מתוך ערראר.

חס ושלום ס'זאל נישט שאטן קיין אידן אבער די קארופציע איז עד לב השמים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 1:30 am
דורך מר. קלונימוס
הודו לה'!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 2:45 am
דורך וואלווי
What else is new...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 4:25 pm
דורך היכי דמי
וואס איך פארשטיי נישט איז, זיי האבן די פאוער צו אפווישן א קעיס, אבער נישט עס צו האלטן שטיל און עס באהאלטן פו די מידיע

נשלח: דינסטאג אוגוסט 15, 2023 8:56 pm
דורך מונטסורי
היכי דמי האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז, זיי האבן די פאוער צו אפווישן א קעיס, אבער נישט עס צו האלטן שטיל און עס באהאלטן פו די מידיע
די דיעפ סטעיט האט ליב איבערצולאזן פינגער אפדריקען אז יעדער זאל וויסן ווי מאכטפול זיי זענען, כידוע