בלאט 6 פון 27
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:13 pm
דורך ודי למבין
אלעס געבלאקט אויסער ערלויבטע סייטס
נשלח: דינסטאג פעברואר 26, 2013 6:14 pm
דורך [NAMELESS]
קענסטו גארנישט טוהן סיידן אז דו מאכסט אז מידיא און בילדער זאלן יא זיין ערלויבט
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 11:57 am
דורך ודי למבין
איז דא א וועג ווי אזוי מען קען דאס אנשטעלן אויף קיי 9
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
ודי למבין האט געשריבן:איז דא א וועג ווי אזוי מען קען דאס אנשטעלן אויף קיי 9
ממי_שאמרו האט געשריבן:קענסטו גארנישט טוהן סיידן אז דו מאכסט אז מידיא און בילדער זאלן יא זיין ערלויבט
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:39 pm
דורך ודי למבין
אבער רבונו של עולם ווי אזוי טוט מען דאס?
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:42 pm
דורך קאווע טרינקער
רבונו של עולם האט נישט דא קיין ניק.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
ודי למבין האט געשריבן:אבער רבונו של עולם ווי אזוי טוט מען דאס?
בעהט דעם וואס האט דיין פעסווארד זאל אריינגיין צו ADMIN סעטינגס, און אנשטעלן CUSTOM פילטערס, און אויסקלויבן וועלכע קאטעגאריע צו בלאקירן און וועלכע צו לאזן אפען.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:רבונו של עולם האט נישט דא קיין ניק.
פון וואו ווייסטו? ריכטיג גילוי! התגלות אלקות.
הנסתרות לה' אלקינו.
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:48 pm
דורך קאווע טרינקער
נשלח: מיטוואך פעברואר 27, 2013 6:33 pm
דורך שמעקעדיג
נצחתני בני!
גוגל קראם מאביל אפדעט
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:06 pm
דורך נולד מאוחר
וואס איז פשט כהאב אפדעטעד מיין קראם בראזער אויף מיין פאן. און סאיז געווארען ווייניגער קלאר קאווע שטיבל?
ס'ווערט קלאר ווען איך זאם אריין.
אויך זענען געוויסע תגובת גרויס און געוויסע קליין די פאנט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:24 am
דורך נולד מאוחר
וויאזוי קען די ערמאנט חברה בלאקן יעדע יוטאב קליפ פין זיין דאקיומענטרי?
אז איך לייג ארויף וויאזוי נעמט יענער אראפ?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:36 am
דורך געפילטע פיש
יענער קען אריינגעבן א קאמפליענט אז ס'איז פרייוועט אדער קאפירייט סחורה.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:34 am
דורך גנדי
נולד מאוחר האט געשריבן:וויאזוי קען די ערמאנט חברה בלאקן יעדע יוטאב קליפ פין זיין דאקיומענטרי?
אז איך לייג ארויף וויאזוי נעמט יענער אראפ?
אםשר קענסט מיר ביטע דאס שיקן?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:08 am
דורך נולד מאוחר
דאטקאם האט עס ארויף געלייגט
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:16 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:יענער קען אריינגעבן א קאמפליענט אז ס'איז פרייוועט אדער קאפירייט סחורה.
זיי עדריסערן עס אזוי שנעל?
אז איך לייג ארויף א קליפ פין דיר קענסטו זיי הייסען אראפנעמן? כווייס אקליפ אויף יואטאב ווי חסיד מאכט א חילל השם, קען ער עס אראפ נעמען?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:06 pm
דורך געפילטע פיש
ווען זיי באקומען א קאמפלעינט, קודם נעמען זיי עס אראפ, אבער די בעל הווידיאו קען זיך אקעגן שטעלן, און דעמאלס מישט זיך שוין א מענטש אריין און איז מכריע עם מי הצדק.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:52 am
דורך ענן כבד
כ'האב אריבערגערפירט א אנגעצינדענע לעפטאפ פון איין פלאץ צום צווייטען, כ'ווייס נישט וואס איז געשען אבער עפעס האב איך בטעות געדריקט און די גאנצע ווינדאויס האט זיך אויסגעשטרעקט זייטיג פון לינקס אויף רעכטס, דאס הייסט אז מ'וויל עס קענען זעהן דארף מען אויפהייבן די לעפטאפ און עס ארום דרייען מיטן רעכטן זייט אויף אראפ,נאך אזאנס קיינמאל נישט געהאט, ווייסט איינער וויאזוי מ'זעצט אים צירוק אויפן פלאץ? יש"כ למפרע
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:02 am
דורך נייגעריגער
שיפט + עלט + די ערראוס, זענען די שארטקאטס אויף ווינדאוס 7 צו ראוטעיטן דער גאנצער סקרין!
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:09 am
דורך שמעקעדיג
וועלכע ווינדאוס נוצטו? מען דארף דאס קענען אנשטעלן ביי DISPLAY פראפערטיס, (געווענליך ווען דו רייט-קליק'סט אויף א ליידיגן שטח פון דיין דעסקטאפ, איז די לעצטע אפציע פנעם מעניו 'דיספלעי פראפערטיס').
===
נייגעריגער האקט. מי אנכי צו זאגן מיין דעה אנטקעגן דעם חכם ונבון. אבער דאך, שיק.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:28 am
דורך נייגעריגער
מי אנכי?! פרעגסטו!
געב א בליק:
PicsArt_1366813275401.jpg
איינער וואס האט געשריבן איבער פיר טויזענט תגובות דא אינעם שטיבל, און פארמאגט שוין איבער צוויי טויזענט לייקס
חכם ונבון! שרייבסטו!
יאפ! גוגל איז ב"ה מורא'דיג קלוג!
איך מקובל פון מיך בן מיך בן מיך.... אז אז מ'האט א הלכה שאלה פרעגט מען דעם גדול הדור, און אז מ'האט א טעכנישע פראגע פרעגט מען דעם גוגל הדור, וזה היה לי בעזרי!
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:29 am
דורך געפילטע פיש
Ctrl+alt+up arrow
אלע דריי אויף איין מאל. אויב ס'העלפט נישט רייט קליק אויף דיין דעסקטאפ, און גיי אריין אין גרעפיק אפשענס, מאך זיכער אז די סעטינג פון rotation איז געסעט צו נארמאל.
שמעקעדיג און נייגעריגער האקן, מי אנוכי צו זאגן א דעה קעגן הרים וגבעות, אבער דאך, ך'שיק.
נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:35 am
דורך ענן כבד
א גרויסן דאנק נייגעריגער כ'האב מיך שיעור פארלוירן, ס'ארבעט א מחי יעצט
טענקס שמעקעדיג ענד געפילטע ווערי העלפפול