בלאט 6 פון 12
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 12:00 am
דורך אבטח ולא אפחד
די נעקסטע הסברה גייט אויסקוקן עפעס אזוי:
מיר גייען נישט אריין צו דער וואלעווער הכשר איז גוט אדער נישט (וד"ל) נאר דא ליגט עפעס אסאך ערגער, דער וויל אונטערברענגען די גאנצע כח פון די הייליגע היסאכדעס!
דעם גייט נישט אן די אלע כחות וואס דער רבי זכרוינעלבראכע האט אריינגעלייגט אויפצושטעלן היסאכדעס, די קאשער לפייסעח זאלץ, די עיטי-טו אויסשליסלעך פלייש געשעפט, אלעס וויל דער אויסרייסן.
ממילא אפילו נניח אז מ'מעג יא בדיעבד עסן זיין הכשר, אבער נישט ווען ער איז ביקש לעקור את הכל, אמעטים דא נאכגעבן קומט ער מארגן און גיבט א השגחה אויף דעם ג'אסרטן איירעוו, און דאס ווייסטאך יעדער אז סאיז אסור.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 12:56 am
דורך yatzmachp
איך האב גאר שטארק הנאה דערפון ווייל עס גייט זיך נישט ענדיגן דא. לכאורה די נעקסטע פלאץ וואו די מלחמה גייט ווערן געפירט גייט זיין קרית יואל ווי רז''ל קען נאך צוריק שלאגן.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 1:01 am
דורך צומישט און צוחישט
yatzmachp האט געשריבן:איך האב גאר שטארק הנאה דערפון ווייל עס גייט זיך נישט ענדיגן דא. לכאורה די נעקסטע פלאץ וואו די מלחמה גייט ווערן געפירט גייט זיין קרית יואל ווי רז''ל קען נאך צוריק שלאגן.
זיי מסביר?
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 1:06 am
דורך שמעון וואלף
סתם א קרישקעלע וואס איך דערמאן מיך יעצט, מרז"ל פלעגט גיבן די הכשר אויף קערעסטירער מצות ווען ער איז געווען רב אין סיגוט ב"פ, וואלאווע האט אים איבערגענומען ווען ער האט געמופט קיין ירושלים.
ווי קומט עס דא אריין? בלויז מענין לענין ווייל מ'רעדט פון השגחות, וואלאווע, מרז"ל
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 10:26 am
דורך מן הסתם
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:די נעקסטע הסברה גייט אויסקוקן עפעס אזוי:
מיר גייען נישט אריין צו דער וואלעווער הכשר איז גוט אדער נישט (וד"ל) נאר דא ליגט עפעס אסאך ערגער, דער וויל אונטערברענגען די גאנצע כח פון די הייליגע היסאכדעס!
דעם גייט נישט אן די אלע כחות וואס דער רבי זכרוינעלבראכע האט אריינגעלייגט אויפצושטעלן היסאכדעס, די קאשער לפייסעח זאלץ, די עיטי-טו אויסשליסלעך פלייש געשעפט, אלעס וויל דער אויסרייסן.
ממילא אפילו נניח אז מ'מעג יא בדיעבד עסן זיין הכשר, אבער נישט ווען ער איז ביקש לעקור את הכל, אמעטים דא נאכגעבן קומט ער מארגן און גיבט א השגחה אויף דעם ג'אסרטן איירעוו, און דאס ווייסטאך יעדער אז סאיז אסור.
כ'שטעל מיר האט פאר אויב אתרא קדישא וואלט געווען אינוואלווד אין די מאפיא פלייש מערכה, אוי וואלט זיך די וועלט איבערגעדרייט מיט חרמות וקונמות, כינוסים, קול קורא'ס, דער וואלאווער גלייבט נישט אין שארית הנפש, דרשות מיט האטליינס וכולי וגומר...
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:20 am
דורך מילך טראק
איינער ווייסט אויב זענען ביליגער?
אויב די קוואליטעט איז גוט, אדער ווי בינגא?
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 11:26 am
דורך סביב העולם
מילך טראק האט געשריבן:איינער ווייסט אויב זענען ביליגער?
אויב די קוואליטעט איז גוט, אדער ווי בינגא?
כ'האב געהערט פון איינעם אין די פלייש אינדוסטרי אז זיי צילן צו האבן היי ענד (ראוסטס פאר די ראאפטאפ בארביקיו'ס בלשונו)
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:31 pm
דורך הייליגע קאקאש קעיק
מילך טראק האט געשריבן:איינער ווייסט אויב זענען ביליגער?
אויב די קוואליטעט איז גוט, אדער ווי בינגא?
בינגא גראדע האט אסאך מאל פיינע קוואליטעט עס איז נישט קיין כלל,
איך האב איינמאל געקויפט אין בינגא א טייערע שטיקל פיש און עס איז געווען ריין פארדארבן, אבער אסאך מאל קויף איך דארט און עס איז גאנץ פיינע קוואליטעט
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 2:49 pm
דורך פנחסבןאלעזר
דער משגיח פין דער פלייש אין בינגא איז א זיסקייט, פאר אים אליין לוינט זיך צו קויפן דארט.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 6:09 pm
דורך [NAMELESS]
ראוזמערי איינע פון די 2 געשעפטן אין ווילימסבורג וואס התאחדות האט אראפגענומען די השגחה האט שוין ארויסגעלייגט די אפיציעלע מכתב השגחה פון וואלאווע
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
חיים הלוי האט געשריבן:ראוזמערי איינע פון די 2 געשעפטן אין ווילימסבורג וואס התאחדות האט אראפגענומען די השגחה האט שוין ארויסגעלייגט די אפיציעלע מכתב השגחה פון וואלאווע
קומט אריין א קלארע קליפ ווי די אנדערע געשעפט פאאדאא טשענטשט די כתב הכשר צו די נייע השגחה "וואלאווע"
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 9:54 pm
דורך סקעפטיקער
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2023 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
התאחדות דארף ווען עפענען א 'התאחדות בוטשער' אין ווילימסבורג אוי וועלן זיי טאנצען
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:24 pm
דורך [NAMELESS]
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 7:35 pm
דורך נישט לחץ
דאס איז זייער א ביליגע צעטעל אויף באמת חשובע רבנים
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז אפשר א ביסל שארף. אבער א יעדעס ווארט איז אמת ויציב. כולי עלמא מודי אז דא האנדלט זיך נישט פון א הלכה'דיגע פראבלעם אדער חשש. ס'איז א ריין פינאנציעלער סיכסוך. נאר מ'האט עס מלבש געווען כאילו ס'איז דא א פראבלעם פון כשרות.
זיכער אויב ס'וואלט געווען דער קלענסטער חשש איבער כשרות וואלט א יעדער ערליכער איד אוועקגעשטאנען פון דעם. ווייל מ'האט זיך שוין (ליידער) אפגעבריהט מיט "פינקל".
דער ואלאווער רב שליט"א איז נאך דא אזא בר סמכא ווי סיי וועלכער פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם קול קורא.
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 9:57 pm
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
מוז נישט זיין אז ער האט זיך געבראכן, קען זיין אז מ'האט אים פשוט איינגערעדט, און 'פאפא' ווייסט יעדער איינער אז די רבי האט געזאגט פאר זיינע מענטשן אז ס'נישטא קיין שום פראבלעם צו קויפן די פלייש, איי ער האט גע'חתמ'ט, ס'איז געווען פאר ער איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה, זיך יאגענדיג האבן זיי אים איינגערעדט אז ס'זאל א 'פינקל מעשה' האט ער געסיינט, און יעצט קען ער נישט ארויסקומען מיט א צעטל קעגן דעם.
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:31 pm
דורך פונדאַמענטאַל
די incompetence פון רבנים זיך באניצנדיג מיט דעם זעלבן ענטפער נאך יעדע איינציגע פרשה אז מען האט זיי איינגערעדט איז נישט צום גלויבן. אין וועלכע וועלט לעבן מיר אז רבנים ווערן אזוי גרינג איינגערעדט? איז דאס דען א תירוץ?
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 11:38 pm
דורך צומישט און צוחישט
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אפשר א ביסל שארף. אבער א יעדעס ווארט איז אמת ויציב. כולי עלמא מודי אז דא האנדלט זיך נישט פון א הלכה'דיגע פראבלעם אדער חשש. ס'איז א ריין פינאנציעלער סיכסוך. נאר מ'האט עס מלבש געווען כאילו ס'איז דא א פראבלעם פון כשרות.
זיכער אויב ס'וואלט געווען דער קלענסטער חשש איבער כשרות וואלט א יעדער ערליכער איד אוועקגעשטאנען פון דעם. ווייל מ'האט זיך שוין (ליידער) אפגעבריהט מיט "פינקל".
דער ואלאווער רב שליט"א איז נאך דא אזא בר סמכא ווי סיי וועלכער פון די רבנים וועלכע האבן אונטערגעשריבן דעם קול קורא.
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
ס'זיכער אז ס'דא א מקום צו פארשטיין אז רבנים זאלן ארויסקומען סתם אזוי זאגן אז ס'איז א פראבלעם, און די קו"ק פון התאחדות אליינס פון תשס"ו יוכיח און דעמאלטס איז נישט געווען קיין שום פאליטיק מיט 82, ממילא מוז נישט זיין אז ס'האט זיך אויסגעפעלט צו לייגן עקסטרע טעראר אויף עני רב -וואס איז נישט געווען באהאוונט מיט די ריכטיגע מאטיוון און טרייב-קראפט וואס שטופט די עורכי המערכה צו איבערדרייען- ער זאל מסכים זיין אונטערצושרייבן,ווייל אז מ'קומט פארלייגן די נושא מיט א ערנסטע מינע פארוואס זאל א רב זיך צוריקהאלטן פון אונטערשרייבן א אומשילדיגע ערנסטע תקנה, און למשל וויענע רב וואס האט א קאפ אויפ'ן פלייצע און נאך אנדערע בדומה לו, האבן טאקע נישט אונטערגעשריבן כאטשיג אין נארמאלע אומשטענדן וואלטן זיי נישט מהסס געווען אונטערצושרייבן עני אזא טייפ קו"ק,
און ווען מ'רעדט פון די ביליגקייט פון די מערכה, איז עס טאקע נישט אזוי ווייט די ליצנות פון די עצם זאך, ווי די וועג וויאזוי דעיס איז צוגעגאנגן, ווי ס'האט זיך אנגעהויבן ווען די בעה"ב פון 82 בוטשער האבן פרובירט פארהאנדלען מיט התאחדות ווי צוויי ביזנעסלייט זיצן ביים טיש, און ווען לא עלתה בידם משכנע צו זיין ליפא קליין האט מען באשלאסן אונטערצונעמען די סטראטעגיע פון ארויסקומען מיט א קו"ק, און מ'האט געהייערט די פולע קו"ק טיעם פון י.שטערן און י.גרינפעלד וכל הכת שלהם, און מ'האט עס טראנספארמירט צו א הייליגע שם שמים מערכה.
און לגבי ר' הלל וויינבערגער, זייט ער האט שלעכט אריינגעביסן ביי די עופות און קאמען קאר מערכות זיכט ער נישט קיין איבעריגע אמפערייען מיט די מהר"יי פארטיי.
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 10:26 am
דורך מילך טראק
אלע צוזאמען האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
מוז נישט זיין אז ער האט זיך געבראכן, קען זיין אז מ'האט אים פשוט איינגערעדט, און 'פאפא' ווייסט יעדער איינער אז די רבי האט געזאגט פאר זיינע מענטשן אז ס'נישטא קיין שום פראבלעם צו קויפן די פלייש, איי ער האט גע'חתמ'ט, ס'איז געווען פאר ער איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה, זיך יאגענדיג האבן זיי אים איינגערעדט אז ס'זאל א 'פינקל מעשה' האט ער געסיינט, און יעצט קען ער נישט ארויסקומען מיט א צעטל קעגן דעם.
ער האט פיין געוויסט, נאר ער האט זיך נישט געקענט שלאגן מיט די זאלי רעזשים, ער וויל דאך נישט אנקומען אין פאפא מיט ר' יודל גרובער
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 10:28 am
דורך מילך טראק
נישט לחץ האט געשריבן:דאס איז זייער א ביליגע צעטעל אויף באמת חשובע רבנים
יעדע ווארט אמת, לייג אוועק דיין נגיעות אין א זייט און ליין עס איבער
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 10:50 am
דורך אבטח ולא אפחד
אלע צוזאמען האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
מוז נישט זיין אז ער האט זיך געבראכן, קען זיין אז מ'האט אים פשוט איינגערעדט, און 'פאפא' ווייסט יעדער איינער אז די רבי האט געזאגט פאר זיינע מענטשן אז ס'נישטא קיין שום פראבלעם צו קויפן די פלייש, איי ער האט גע'חתמ'ט, ס'איז געווען פאר ער איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה, זיך יאגענדיג האבן זיי אים איינגערעדט אז ס'זאל א 'פינקל מעשה' האט ער געסיינט, און יעצט קען ער נישט ארויסקומען מיט א צעטל קעגן דעם.
איך קען נישט מקבל זיין די מעשה אויף דעם פאפא רבי שליט"א. סיי די ערשטע חלק איז א שרעקליכע עוולה אויב אמת, וואס הייסט מ'שרייב אונטער אין די שנעליקייט? האסניש קיין צייט שרייב נישט אונטער! און אויב שוין יא שרייב יעצט אז האסט זיך טועה געווען און די גאנצע זאך איז כמאן דליתא.
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 11:19 am
דורך מילך טראק
אבטח ולא אפחד האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:
דער חידוש איז נאר אויף הרב הילל וויינבערגער שליט"א אז ער האט זיך געבויגן פאר טעראר.
מוז נישט זיין אז ער האט זיך געבראכן, קען זיין אז מ'האט אים פשוט איינגערעדט, און 'פאפא' ווייסט יעדער איינער אז די רבי האט געזאגט פאר זיינע מענטשן אז ס'נישטא קיין שום פראבלעם צו קויפן די פלייש, איי ער האט גע'חתמ'ט, ס'איז געווען פאר ער איז ארויסגעפארן אויף א נסיעה, זיך יאגענדיג האבן זיי אים איינגערעדט אז ס'זאל א 'פינקל מעשה' האט ער געסיינט, און יעצט קען ער נישט ארויסקומען מיט א צעטל קעגן דעם.
איך קען נישט מקבל זיין די מעשה אויף דעם פאפא רבי שליט"א. סיי די ערשטע חלק איז א שרעקליכע עוולה אויב אמת, וואס הייסט מ'שרייב אונטער אין די שנעליקייט? האסניש קיין צייט שרייב נישט אונטער! און אויב שוין יא שרייב יעצט אז האסט זיך טועה געווען און די גאנצע זאך איז כמאן דליתא.
אויף י.ש. מיינסטו