בלאט 6 פון 40

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:48 am
דורך שרגא
געפילטע, קודם א דאנק פאר די רעקאמענדאציע. יעצט מיר האבן גערעדט דא פון א רוחניות'דיגע געפאר פאר "אידן", פארשטייסט?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 11:27 am
דורך קאווע טרינקער
לויט ווי ס'קוקט אויס פון די היינטיגען המודיע, איז דאס מער וויינגער א ליטווישע אנגעפירעכטץ.
אלע רבנים פון די וועד זענען ישיביש.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 3:34 pm
דורך אבי גערעדט
אין די היינטיגע עדס, רעדן זיי שוין אפיציעל איבער קויפן טיקעטס. יא רבותי!!עס גייט קאסטן געלט

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 3:36 pm
דורך אבי גערעדט
.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 6:39 pm
דורך שמואל הלוי
אבי גערעדט האט געשריבן:אין די היינטיגע עדס, רעדן זיי שוין אפיציעל איבער קויפן טיקעטס. יא רבותי!!עס גייט קאסטן געלט

ווי אין די וועלט איז דאס געהערט געווארן אזא זאך אז מען רופט צו א וויכטיגע מיטונג און מען בעט איינטריט געלט???

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 10:01 am
דורך קאווע טרינקער
די פלאן פון bmg משגיח איז אוועקצושטעלן מדריגות
בחורים קיין טעלפאון
בני תורה טעלפון קיין טעקס
בעלי בתים טעקט אבער נישט אינדערהיים

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 11:15 am
דורך ידען
קאווע טרינקער האט געשריבן:די פלאן פון bmg משגיח איז אוועקצושטעלן מדריגות
בחורים קיין טעלפאון
בני תורה טעלפון קיין טעקס
בעלי בתים טעקט אבער נישט אינדערהיים

וויזוי גייט מען עס אינפארסן?

פארוואס זאל א בחור אוועקלייגן זיין סעלפאן מיט טעקסט אוןן אינטערנעט?

און בעלי בתים טעקסט נישט אינדערהיים? מאכט נישט סענס. אויב טעקסט איז שלעכט און מע טעקסט פרעמדע פרויען, אזוי ווי די רבנים האבן מורא, דעמאלטס איז דאך די טעקסט אינדערהיים ווען די אייגענע ווייב קען זען, די בעסטע שמירה.

און ווער וועט קענען האבן אינטערנעט אויפן סעל? נאר שרייבער אין קאווע שטיבל?...

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: פרייטאג אפריל 06, 2012 12:56 pm
דורך קול גדול
נישטא וואס צו זארגן, משיח קומט שוין. לויט דעם גאב''ד קארלסבורג איז דער אינטערנעט די לעצטע נסיון פאר ביאת המשיח:
http://rotter.name/kolot/prime/15481.shtml

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 08, 2012 10:14 pm
דורך gehlungen
I heard they r being SPLURGED with $$$$$ by YONOSON STRASSER & by HERSHEL SCHREIBER. So I don't understand why r they charging to go?? :?:

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 08, 2012 10:19 pm
דורך לאדיך אפ
ווי איך פארשטיי איז די טיקעטס נישט פאר געלט, עס איז פשוט געשטעלט אז עס זאל זיין סדר, אין אז יעדער זאל האבן א מקום קבוע.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 08, 2012 11:40 pm
דורך אבי גערעדט
אינעם כלל ישראל צייטונג שרייבן זיי אז פאר בחורים וועט עס זיין בחנם אבער פאר עדאלטס וועט זיין א מינומים טשארדש, עמיר זעהן וואס מינומים מיינט

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 12:52 am
דורך ידען
כלל ישראל צייטונג?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 12:54 am
דורך שמואל שלום שלמה
די צייטונג וואס מ'האט געשיקט אין די פאסט.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 12:55 am
דורך ידען
ווען האט מען געשיקט?

גארנישט באקומען.

אפשר בין איך נישט פון כלל ישראל?...

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:31 am
דורך שרייבער
אין מיינע אויגן זענען די מארגנים אביסל צוריקגעבליבן, אדער צו נעראו מיינדעד

פאר 30 יאר צוריק וואלסטו געקענט מאכן אזא פאמפע דראמפע און בעטן געלט אריינצוגיין, כהיום יום ווען די אינטערעסען פון ציבור איז ליידער נישט אזוי איי איי איי, ליבערשט זאלסטו צוצאלן מען זאל קומען, גייסטו בעטן געלד? פארוואס זאל מען אפילו וועלן גיין

ואגב בנוגע בחורים, איך האב שוין געהערט דעם יו"ט אז א געוויסע אדמו"ר פון די גרעסטע קהלות אין ניו יארק האט געזאגט אז ער לאזט נישט זיינע בחורים אדער כולל אינגעלייט גיין, ס'איז נישט געמאכט פאר זיי, איך שרייב נישט קיין נאמען ווייל ס'איז נישט קאנפירמעד 100 פראצענט, אבער אויב איז עס אמת, דאן זאלן זיי ביטע נישט שרייבן קיין 50 טויזענט, ווייל זייער אסאך גייען לכאורה נאכמאכן דעם אדמו"ר

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 5:37 pm
דורך gehlungen
I think its going 2 b between 10& 15 thousand with mostly litvaks lakewood yeshivish

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מאנטאג אפריל 09, 2012 10:29 pm
דורך ידען
איינער קען אהערסקענען דעם כלל ישראל צייטונג?

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: מיטוואך אפריל 11, 2012 5:01 pm
דורך שמואל הלוי
יעצט בלייבט נאר איבער צו פארהאנדלען מיטן אייבערשטן אז די רעגן וואלקענעס זאלן נישט אריבערפליען העכער די סטאדיום.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:58 am
דורך ידען
קול מבשר האט א אינטערוויו מיט די עסקנים. דא האט איר עטליכע נקודות געזאגט מיט א שטארק ערנסטע און כמעט וויינעדיגע קול. די צילן פון די אסיפה:

א) מע זאל פארשטיין די סכנה און אז עס איז די נסיון פון אונזער דור. מען זאל זיין aware

ב) אן ענין פון תפילה, ספעציעל פאר ערב ראש חודש סיון.

ג) מעשה הוא העיקר, צו הערן פון די רבנים ווי זיך אויפפירן מיט טעקנאליזשי על פי תורה.

אויך רעדן זיי וועגן א טעלעפאן ליין ווי מע וועט קענען באשטעלן טיקעטס און וכל הקודם זכה...

ער וויל נאכנישט ארויסגעבן אלע פרטים וואס סגייט זיין אבער דער עולם וועט הנאה האבן...

מען קען עס הערן נאכן קוועטשען זעקס פון די מעין מעניו.

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 10:47 am
דורך יידל
וויי געוואלד, די רבנים גייען אונז זאגן וויאזוי יך אויפצופירען מיט טעכנעלאגיע על פי תורה.... כ'מיין, די רבנים קענען זייער גוט תורה, אבער וויפיל רבנים קענען טעכנעלאגיע? פרעגט א רב צו ער ווייסט וואס איז דאס פעיסבוק און וואס איז דאס טוויטער. איר וועט ערשטוינט ווערן ווי נישט ריכטיג די ענטפער איז. רוב זאגן "מ'קען דארטן שיקן מעסעדזשעס צו וועם אימער, מ'ווייסט נישט מיט וועם מ'האט פיר" וכו'. דערנאך גיט אים א זאג אז די זעלבע זאך איז מיט אייוועלט...

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 11:21 am
דורך [NAMELESS]
איך הער יעצט פון איינער וואס האט עס געהערט דירעקט פון איינער וואס איז שטארק אינוואלווד אז עס איז נאך בכלל נישט דא קיין פלענער ווער עס גייט רעדען ביי די מעמד וכדומה, אבער איין זאך איז זייער מעגליך... עס איז נאך נישט זיכער אויף הונדרעט פראצענט אבער כמעט זיכער - אז סקולענער רבי שליט"א גייט מאכן א ניגון לכבוד די גרויסע געשע'עניש!!

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 2:26 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:וויי געוואלד, די רבנים גייען אונז זאגן וויאזוי יך אויפצופירען מיט טעכנעלאגיע על פי תורה.... כ'מיין, די רבנים קענען זייער גוט תורה, אבער וויפיל רבנים קענען טעכנעלאגיע? פרעגט א רב צו ער ווייסט וואס איז דאס פעיסבוק און וואס איז דאס טוויטער. איר וועט ערשטוינט ווערן ווי נישט ריכטיג די ענטפער איז. רוב זאגן "מ'קען דארטן שיקן מעסעדזשעס צו וועם אימער, מ'ווייסט נישט מיט וועם מ'האט פיר" וכו'. דערנאך גיט אים א זאג אז די זעלבע זאך איז מיט אייוועלט...

אזוי?

נשים דרייען זיך אויף אייועלט?

וואס טוה איך דא?...

Re: טעכנאלאגיע אסיפה באשטימט אויף כ"ח אייר

נשלח: זונטאג אפריל 15, 2012 3:20 am
דורך אךשמח