ניקי העילי איז אריינגעקומען גאר שטארק ביים פערטן דעבאטע, אפי' ווען אויף אייוועלט האלט מען אז ראמאסוואמי האט עס געמאכט, איז דאס נאר נאך א סיבה צו האלטן אז העילי -וועמען ער איז געווען אויסן אראפצורייסן- איז די בעסטע צווישן זיי...
די אמת איז אז ווען מ'איז דן ווער עס האט געוואונען דעם דעבאטע, קען עס מיינן געוואונען דעם דעת הקהל - אין די פאללס. עס קען מיינען אריינגעקומען מער פאקטואל אמת'דיג (-דיסענטיס) אדער קאנסיסטענט (- קריסטי) אין די ליין אוו ארגומענט.
איך בין נישט אזא בטלן אין פאליטיק. אבער על כולם נאך יארן לאנג פארשטיי איך נישט וואס דאס באדייט פון פאפוליזם איז און וויאזוי ס'איז אין יעדענספאל דאס ארגסטע, ספעציעל ווען מען פארגלייכט צו אנדערע אלטערנאטיוון.
ביטע קלערט מיר אויף.
Re: שטיצסט נאך אלץ טראמפ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:34 pm
דורך מתתיהו
איך ווייס נישט צו הרב @אלפא מיינט דאס, אבער די מציאות איז אז אמעריקע איז היינט צוטאגס שרעקליך צוטיילט ווי קיינמאל ביפאר, און מ'קען זיך טענה'ן פון היינט ביז מארגן ווער ס'איז שילדיג אבער ס'איז זיכער אז דאס איז א גרויסע (אפשר גאר די גרעסטע) געפאר פאר אמעריקע.
און א פרעזידענט העילי וואלט געווען א גוטע קאנדידאט צאמצוברענגען דאס אמעריקאנער פאלק, זי וואלט געווינען אין א לענדסלייד קעגן דעם אומפאפולערן ביידן, זי געניסט פון ברייטע שטיצע ביי אסאך שיכטען פון פאלק, סיי ביי די קאנסערוואטיווען איז זי אלעמאל געווען באליבט קומענדיג ארגענעל פון די "טי פארטי", אזוי אויך האט דער טראמפישע עולם שטארק געגליכן איר סערוויס אלס UN אמבאסאדאר, שטייענדיג פעסט פאר די אמעריקע ערשט אגענדע, און פון די אנדערע זייט איז זי נישט עקסטרעם, און נעמט גוט אויס, און נאכדערצו אלס די ערשטע פרוי מינארטי פרעזידענט וואלט עס געווען א שטארקע זאך ביי די לינקע וואס זענען כסדר ביזי מיט אידענטיטעיט פאליטיק.
Re: שטיצסט נאך אלץ טראמפ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 2:39 pm
דורך זה חלקי
אלפא האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 6:17 am
ניקי העילי איז אריינגעקומען גאר שטארק ביים פערטן דעבאטע, אפי' ווען אויף אייוועלט האלט מען אז ראמאסוואמי האט עס געמאכט, איז דאס נאר נאך א סיבה צו האלטן אז העילי -וועמען ער איז געווען אויסן אראפצורייסן- איז די בעסטע צווישן זיי...
די אמת איז אז ווען מ'איז דן ווער עס האט געוואונען דעם דעבאטע, קען עס מיינן געוואונען דעם דעת הקהל - אין די פאללס. עס קען מיינען אריינגעקומען מער פאקטואל אמת'דיג (-דיסענטיס) אדער קאנסיסטענט (- קריסטי) אין די ליין אוו ארגומענט.
איך האלט נישט אז העילי האט געווינען די דעבאטע, זי ברענגט כמעט נישט קיין נייע איידיעס צום טיש
איך האלט ווי רוב אמעריקא אז מען דארף ערנסט טשעינדזש און דאס געשעהט נישט ווען מען נעמט נאכאמאל א אלטגעזעסענע קאראפטירטע אינסיידער
איך בין אויך שטארק פארעקלט פון טראמפ'ס נארסיסיסטישע מעסעדזש (ער האט בכלל א מעסעדזש אין דעם קאמפיין?..) הגם איך האב געוואויט פאר אים אין 2016
איך וואלט געוואלט דיסענטיס פאר זיין אגרעסיווע רעקארד אין פלארידא אדער ראמאסוואני וואס קוקט אויס ווי א בחור מיט ביצים הגם איך גלייך שטארק נישט טייל פון זיינע פאליסיס
Re: שטיצסט נאך אלץ טראמפ?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 09, 2023 9:05 pm
דורך שאלתיאל
ניקי העילי שמעקט צו שטארק פון פאפאליזים (דאס פארשלאגן אז די גאווערמענט וועט באשטעטיגן יעדנס פראפייל אויף סאושעל מידיע אדער דאס פארשלאג פון אויפדעקן אין פובליק די נעמען פון סטודענטן וואס באטייליגן זיך אין פרא-פאלעסטינער פראטעסטן אין קעמפוסעס) און בכלל איז זי, ווי @זה חלקי דערמאנט, אן אלטע איינסיידער מיט צווייפלהאטיגע קשרים אין די מיליטערישע אינדוסטרי.
ווידעראום, ראמאסוואני (וויאזוי ספעלט מען אזא נאמען?) טראץ וואס ער האט מיך אויסגעקוקט אלץ פאפאליסט קוקט מיך אויס ווי ער קומט יא אריין מיט היבש קלארע און קאהערענטע פאליסיס. און איז די איינציגסטע וואס ברענגט עפעס פריש. עס איז מיר געווען אינטערסאנט צוויי טאפיקס:
זיין ראדיקאלע אויסערן פאליסי. ער וויל אמעריקע זאל כמעט אינגאנצן אפטרעטן פון איר פאזיציע אלץ דער מיליטערישע-מאראלישע 'פאליציי פון דער וועלט' וואס מוז שטענדיג האלטן קאנטראל אויף דער וועלט און זיך אריינמישן איבעראל, סיי מיליטעריש אבער אויך אלץ מאראלישע און מוסר זאגער, און פאקוסן נאר אויף די אינערליכע אישוס מיט וואס אמעריקע פלאגט זיך שווערליך (בעיקר די פינאנציעלע מצב און די בארדער קריזיס).
כמעט אלע רעפובליקאנער האלטן פון רעדוצירן די מיליטערישע הילף פאר אנדערע מדינות אבער טייל קומען מיט א 'חוץ'- חוץ פון אונזער פריינט וכו'.. ראמאסוואני איז יא קאנסיסטענט אין אפזאגן סיי וועלכע מיליטערישע הילף. און נאך א חידוש איז דאס אז ער וויל רעדוצירן בכלל דאס אריינמישן זיך אין אנדערע מדינות אישוס. (למשל: דאס אז אמעריקע איז פארנומען נאכצופראשן מיט א שפאקטיוו פונקטליך וויאזוי מד"י האלט מלחמה אין עזה און וויפיל הייזער זיי בויען אין די סעטטלמענטס איז ביי אים אפגעפרעגט אינגאנצן, וה"ה צו די רוסלאנד-אוקריינע מלחמה)
זיין שטעלע אויף פרי-ספיטש איז אויך אינטערסאנט. אנדערש ווי אנדערע וואס זענען פרא פרי ספיטש- עקסעפט פון... [פיל אריין ] איז ער זייער קאנסיסטענט אין זיין צוגאנג צו פרי ספיטש און באהאנדלט עס מיט א 'חרדת קודש' מיט די מינימום פון עס אנרירן אדער זיך אריינימישן דערין. אויף דעם טאפיק איז ער איז אריבער עטליכע טעסטס ווי ער וואלט געקענט נעמען מער פאפליסטישע שטעלונגען (ווי די פרא פאלסעטינער אישו וכו'). טייל וועלן עס אנקוקן אביסל ראדיקאל אבער זייענדיג אפגעבריעט פון פריעדריגע צענזארס אויף סאושעל מידיע (אדער אינסטאנצן) וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין סעלעקטיוו, קארופטירט און פאליטיש איז בעסער די דאזיגע שטעלע ווי איידער זיך אנהייבן אריינמישן וואס דעמאלט איז אין לדבר סוף.
איך קען נישט אינגאנצן זיין אנדערע פאליסיס און כ'בין נאכנישט אזוי באקענט מיט אים איבער א לאנגע צייט אבער אז איך וואלט געווען אַן אמעריקאנער וואלט איך געקלערט פון אים שטיצן.