בלאט 6 פון 57

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 4:55 pm
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן:טענות אהער און אהין.

לאמיר ווידער אמאל קלארשטעלן דעם פאקט:
95% פון ראחמיסטריווקע מאנסי (אויב נישט מער), זענען שטארק פאר ר' יוסף.

95% פון משפחת רבי אברהם דוב (אויב נישט מער), זענען שטארק פאר ר' יוסף.

און לאז דיר אפ מיט משפחת ר' אברהם דוב, עס האט גארנישט מיט זיי. עס איז פארהאן א רחמיסטריווקער ציבור אין מאנסי, וואס זיי זענען די וואס זוכן אויפצונעמען א רבי'ן און זיי ווילן ר' יעקב יוסף, הוא ולא אחר. נו, ווייסטו וואס? - לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן נגיעות וועגן ר' אברהם דוב (וואס איז נישט אמת כלפי רוב הציבור חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי, און דער אויבנדערמאנטער פאשקעוויל באשטעטיגט דאס), איז דאך א פאקט אז זיי - כמעט דעם גאנצן ציבור, וויל ר' יעקב יוסף, דאס איז די רצון פון רוב חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי. קענסט נישט לייקענען השמש בצהרים.

רבי לעבן, רוב רחמיסטריווקא אין מאנסי ווילן און האבן שוין מחליט געווען אן קיין שום ספקות אז רבי יושע איז ממלא מקום אין מאנסי אפילו רבי יעקב יוסף האט עס שוין איינגעזעען ער קומט יעדן טאג דאווענען דארט

איך וועל דיר אפילו זאגן נאך שענער. רוב ציבור וויל זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף, אפילו אין דער מצב ווי אזוי עס קוקט יעצט אויס זיין רבי'סטעווע. זיי ווילן גיין מיט דעם, ענדערש ווי מיט ר' יהושע אלס פולשטענדיגער רבי. קיינער מאכט נישט אוועק ר' יהושע, יעדער איינער איז אים מחשיב, אבער ער קעגן ר' יעקב יוסף איז פאלג מיר א גאנג. דער עולם וויל ענדערש ר' יעקב יוסף - אפגעזען פאר וועלכע סיבה דו ווילסט עס נאר אנהענגען (ס'איז נישט ריכטיג די בלבולים אז ס'איז דא חשבונות מיטן רב, אבער אפילו אז יא, איז דאס דער רצון פונעם ציבור).

...
פאר בעל-דרשן וכמה מחסידי סקווירא וואס פראבירן אויפצוקלערן אז רוב זענען מיט ר' יהושע און ווילן דווקא אים, וועל איך ענטפערן מיט איין ווארט:
דו טענה'סט דאך אויך אז מען האט קיינמאל נישט גע'רודפ'ט האדמו"ר מראחמיסטריווקע זצוק"ל, וואוינעדיג אין סקווירא. ריכטיג? - אזא געוויכט האבן דיינע פאקטן.
אין קורצן: פונקט אזוי אמת ווי דער פאקט אז מען האט מחשיב געווען דעם ראחמיסטריווקער אין סקווירא און אים נישט געטשעפעט, פונקט אזוי איז אמת אז דאס רוב איז מיט ר' יהושע.

קענסט אריינקומען איבער די רדיפות וואס די רחמיסטריווקא רבי האט געהאט פון סקווירא, חוץ איבער זאגן די זעלבע זאך אז מ'האט אים גערודפט קום אריין מיט אמתע סיפורים ווייל סאיז באקאנט די געוואלדיגע ידידות וואס ער האט געהאט קיין סקווירא וכמים פנים לפנים סקווירא קיין רחמיסטריווקא

נ.ב. איך קען נישט פארשטיין, ווי אזוי סקווירא חסידים קענען אריינקומען און טיילן דעות פאר חסידי ראחמיסטריווקע, ווער עס זאל זיין זייער רבי. כ'מיין דאס דארפן דאך די חסידים אויפנעמען, און רוב ווילן זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף. ווי אזוי קומט א צווייטע חסידות און טיילט איין וואס צו טון? - כ'קען עס נישט פארשטיין.

סקווירא טיילט נישט איין פאר קיינעם וואס צו טון גיי אריין א תפילה ביי רבי יהושע און זאג מיר צו די האסט דריי סקווירא צו מאכן מזומן, יא די ערשטע טיש איז געווען א ציבור חסידי סקווירא וואס זענען געקומען פאר אינטערעסאנטקייט מיטהאלטן אבער במשך די וואל איז עס א רחמסטריווקע הויף אנדערש ווי היכלו של רבי אליעזר גאלדמאן וואס איז ממש נאר סקווירא יונגעלייט

...
היינט ביי שחרית רעד איך מיט א סקווירא איד, זאגט ער מיר נישט מער נישט ווייניגער: "יעדע נאטראלער בארא-פארקער איד, וואס האט נישט קיין קשר מיט א ספעציפישער חסידות, האלט אסאך מער פון סקווירא רבי ווי פון ראחמיסטריווקער רבי זצוק"ל".

קאמענטארן זענען איבעריג...

מען ברעינוואשט מענטשן פון קינדווייז אן, אז פילע מענטשן אין סקווירא האלטן באמת, אז א נאטראלער מענטש קוקט מער ארויף אויף האדמו"ר מסקווירא שליט"א.

און איר זאלט נישט קיין טעות האבן, איך בין מחשיב סקווירא רבי, איך האלט פון אים, אבער וואס איז די געדאנק פון שווענקען מוחות און פארקויפן לאקשן?

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:24 pm
דורך nespresso
זיס צו זען ווי ווישניץ (אברהם דוב) און סקווירא מאכן א מחלוקת ביי יענעם (רחמסטריווקא)

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 7:44 pm
דורך חב''ד הויזן
עמעזאן האט געשריבן:פארפאלן וויזשניץ איז די איינציגסטער וואס האט עס געמאכט!
יעדער האט געמיינט אז נאך וויזשניץ וועט זיך יעדער אפלערנען ווי שיין עס איז אז אלעס איז %100 בשלום זעהט זיך אויס אז כבוד און תאוה נעמט טאקע איבער דאס מענטשהייט גיב א קוק סקולען און יעצט ראחמיסטריווקא
וואס גייט פאר אין סקולען? קוקט מיר אויס ווי זיי לעבן שיין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:10 pm
דורך berlbalaguleh
מיין תגובה באציעט זיך צו עמעזאן.

די את"ל'ס וואס די חסידים רעדן צווישן זיך הייסט נישט קיין מחלוקת. ס'הערשט (ב"ה) א שלום צווישן די סקולענער רבי'ס. און א יעדער איינער פון זיי האט חסידים. דאס ווייזט אויך אויף די גרויסקייט (אין מידות) פון זייער טאטע. הרה"ק מ'סקולען זי"ע

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:17 pm
דורך איך אויך
אויך געוואלט פרעגן, עפעס גייט פאר אין סקולען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 8:30 pm
דורך מענדל
@צפת
דעס אז רוב רחמיסטריווקא יונגאלייט זענען מיט ר יי ווייס איך איז אמת
אבער וואס איז פשט פון בוען די בנין הכולל ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 9:44 pm
דורך פוילישער קארגער
קדושה וטהרה האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:טענות אהער און אהין.

לאמיר ווידער אמאל קלארשטעלן דעם פאקט:
95% פון ראחמיסטריווקע מאנסי (אויב נישט מער), זענען שטארק פאר ר' יוסף.

און לאז דיר אפ מיט משפחת ר' אברהם דוב, עס האט גארנישט מיט זיי. עס איז פארהאן א רחמיסטריווקער ציבור אין מאנסי, וואס זיי זענען די וואס זוכן אויפצונעמען א רבי'ן און זיי ווילן ר' יעקב יוסף, הוא ולא אחר. נו, ווייסטו וואס? - לאמיר שוין זאגן אז זיי האבן נגיעות וועגן ר' אברהם דוב (וואס איז נישט אמת כלפי רוב הציבור חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי, און דער אויבנדערמאנטער פאשקעוויל באשטעטיגט דאס), איז דאך א פאקט אז זיי - כמעט דעם גאנצן ציבור, וויל ר' יעקב יוסף, דאס איז די רצון פון רוב חסידי ראחמיסטריווקע אין מאנסי. קענסט נישט לייקענען השמש בצהרים.

איך וועל דיר אפילו זאגן נאך שענער. רוב ציבור וויל זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף, אפילו אין דער מצב ווי אזוי עס קוקט יעצט אויס זיין רבי'סטעווע. זיי ווילן גיין מיט דעם, ענדערש ווי מיט ר' יהושע אלס פולשטענדיגער רבי. קיינער מאכט נישט אוועק ר' יהושע, יעדער איינער איז אים מחשיב, אבער ער קעגן ר' יעקב יוסף איז פאלג מיר א גאנג. דער עולם וויל ענדערש ר' יעקב יוסף - אפגעזען פאר וועלכע סיבה דו ווילסט עס נאר אנהענגען (ס'איז נישט ריכטיג די בלבולים אז ס'איז דא חשבונות מיטן רב, אבער אפילו אז יא, איז דאס דער רצון פונעם ציבור).

...
פאר בעל-דרשן וכמה מחסידי סקווירא וואס פראבירן אויפצוקלערן אז רוב זענען מיט ר' יהושע און ווילן דווקא אים, וועל איך ענטפערן מיט איין ווארט:
דו טענה'סט דאך אויך אז מען האט קיינמאל נישט גע'רודפ'ט האדמו"ר מראחמיסטריווקע זצוק"ל, וואוינעדיג אין סקווירא. ריכטיג? - אזא געוויכט האבן דיינע פאקטן.
אין קורצן: פונקט אזוי אמת ווי דער פאקט אז מען האט מחשיב געווען דעם ראחמיסטריווקער אין סקווירא און אים נישט געטשעפעט, פונקט אזוי איז אמת אז דאס רוב איז מיט ר' יהושע.

נ.ב. איך קען נישט פארשטיין, ווי אזוי סקווירא חסידים קענען אריינקומען און טיילן דעות פאר חסידי ראחמיסטריווקע, ווער עס זאל זיין זייער רבי. כ'מיין דאס דארפן דאך די חסידים אויפנעמען, און רוב ווילן זיך קלאמערן ארום ר' יעקב יוסף. ווי אזוי קומט א צווייטע חסידות און טיילט איין וואס צו טון? - כ'קען עס נישט פארשטיין.

...
היינט ביי שחרית רעד איך מיט א סקווירא איד, זאגט ער מיר נישט מער נישט ווייניגער: "יעדע נאטראלער בארא-פארקער איד, וואס האט נישט קיין קשר מיט א ספעציפישער חסידות, האלט אסאך מער פון סקווירא רבי ווי פון ראחמיסטריווקער רבי זצוק"ל".

קאמענטארן זענען איבעריג...

מען ברעינוואשט מענטשן פון קינדווייז אן, אז פילע מענטשן אין סקווירא האלטן באמת, אז א נאטראלער מענטש קוקט מער ארויף אויף האדמו"ר מסקווירא שליט"א.

און איר זאלט נישט קיין טעות האבן, איך בין מחשיב סקווירא רבי, איך האלט פון אים, אבער וואס איז די געדאנק פון שווענקען מוחות און פארקויפן לאקשן?
דיינע פאקטן, לאמיר קלארשטעלן...

פאקט א) מען האט געבויעט א בנין אין מאנסי פאר ר' יושע העשיל זאל דינען פאר כולל בית מדרש פאר אים בבוא הימים, צוזאמגעשטעלט דורך נדבת חסידי ראחמסטריווקא.

פאקט ב) הרה"ק מראמסטריווקא זצוקללה"ה איז געקומען גיסן די אבן הפינה, און געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז דאס איז פאר ר' יושע העשיל.

פאקט ג') חצר הקודש ראחמסטריווקא, די ברודערס האדמורי"ם שליט"א שטיצען די ברודער ר' יושע זאל קומען קיין מאנסי.

פאקט ד') מען האט זיך שוין געשלאגן א שיינע פאר חודשים צוריק בתוך עמי איבער די פראוו פון התמנות פון ר' יעקב יוסף. ווי מען זעהט אין די בריווען וואס עס איז ארומגעפארן..

סוי א פערזענליכע אינערליכע מלחמה, לייגסט עס אראפ מיט דיין אזוי גערופענע פאקטען 'געהאקט אויפן טיש' וכו' ..

אלזו, ווער שווענקט מוחות...?

כמוז דיר געבן א קאמפלימענט איר ארבעט מיט א מוראדיגע סטראטעגיע וויאזוי צו שווענקען מוחות פון עולם...

דו מישסט כסדר אריין ווי דו קענסט נאר ווי כאילו דאס איז א סקווירא מערכה, און קיינער האט נישט געחלומט צו נעמן יושע, מען האט קיינמאל נישט געבויעט קיין בנין פאר אים, פלוצלינג אוט אוו די בלוי קומט זיך עפעס א שטוף קינד אריין געשטופט דורך אן אונטער טיר..

כמוז דיר זאגן עס גייט דיר גוט, עס גיסט זיך נייע פארבריצירטע פאקטען, רדיפות,
און יא, א ליגענט וואס מען חזרט איבער גענוג פעסט און שטארק גלייבט מען.. יא יא טעל מי עבאוט מוחות וואשען..
פאקט א- עמרם ווייס איז געזצען ביי מיר אינדערהיים געבעטען געלט פאר די בנין, האב איך איים געפרעגעט וואס גייט מען טוהן שבת מיט די בנין, האט ער געזאגט מגייט עס פארדינגען סגייט פאר א הכנסה פאר די כולל( און איך נער האב איים געגלייבט).
די בנין איז נישט מנדב געווארן דור חסידי ראחמיסטריווקא מאנסי, רוב עולם אין מאנסי האט איים נישט געגעבן קיין פעני.

פאקט ב- די רבי _זצוק"ל איז געקומען מאכן א הנחת אבן הפינה פאר א ראחמיסטריווקא כולל. צו זאגן אז דעס מיינט אז ער האט מכתיר געווען ר' יושע אין מאנסי איז נארישקייטן.( דעס טראכט נאר איינער וואס זיין רבי טוט גארנישט אן סזאל זיך איים לוינען פאליטיש וד" ל)

פאקט ג- אמת, פאר די ברודערס האדמורים איז א ריעל ביג פראבלעם אויב ר' יעקב יוסף ווערט רבי

פאקט ד - די פאקט אז ר' יעקב יוסף וויל נישט מיינט נישט אז ר' יושע וועט זוכה זיין מן ההפקר. לעת עתה האלטן 95% פון אנײש אז מוועט ווארטן אויף ר' יעקב יוסף עז לאנג אז איט טעקס.

קיצרתי מחמת חוסר הזמן, בפעם הבא ארחיב אי"ה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:00 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
פוילישער קארגער האט געשריבן:

מיינט נישט דאס עכט א רבי? איינער וואס וויל נישט!!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:09 pm
דורך קאצקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:פארפאלן וויזשניץ איז די איינציגסטער וואס האט עס געמאכט!
יעדער האט געמיינט אז נאך וויזשניץ וועט זיך יעדער אפלערנען ווי שיין עס איז אז אלעס איז %100 בשלום זעהט זיך אויס אז כבוד און תאוה נעמט טאקע איבער דאס מענטשהייט גיב א קוק סקולען און יעצט ראחמיסטריווקא
די חכמה איז אז מען גרייט זיך צו פאר דעם. ר'מאטעלע האט זיך גיט צוגעגרייט פאר דעם אוועקגעשיקט די קינדער באצייטענס זיי זאלן זיך בויען יעדער האט געוויסט און פארשטאנען וואס גייט זיין נאך זיין הינדערט און צוואנציג

משא"כ סקולן און ראכמיסטריווקא האט מען נישט געהעריג גערעדט דערפון קיקט עס אזוי אויס.

און די זעלבע און נאכמער גייט זיך אויסשפילן אין סיקווירא ...
ווענט זיך אויך ווי ערליך און אמת'דיג די קינדער זענען, פאפאלן, מידות לערנט מען ביי א שטרענגן טאט'ן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 10:21 pm
דורך קדושה וטהרה
צפת האט געשריבן:קיינער האט נישט געזאגט אז ר' יהושע טאר נישט זיין קיין רבי, ער איז דאך א זוהן, ער האט פולע רעכטן דערויף.

דער מציאות איז בלויז, אז דער ציבור אין מאנסי וויל א צווייטן. וואס קען מען טון? - ער מוז יעצט ווערן רבי אויף א ציבור וואס וויל אים נישט?

ער מעג טאקע גיין קיין האפעל און ער גייט טאקע. פונקט ווי זיין ברודער ר' יעקב יוסף איז געגאנגען קיין לינדן און געעפנט א בית-המדרש.

ווי זאגט יענער? - דער רבי האט שוין גע'חלומ'ט, יעצט דארפן די חסידים חלומ'ען.
איר מיינט צו זאגן אז די זעלבע וואס האבן אנגעדרייט ר' יעקב יוסף - דעם רבינ'ס זון גיין קיין לינדען, האבן אויך אהערגערופן ר' יעקב יוסף דעם רבינ'ס אייניקל פון ארץ ישראל, צו מאכן א פוטש אין מאנסי..
ווי ערווענט אינעם אויבן - דערמאנטען בריוו.
LINDEN.jpg
בקיצור, א מארבעל קעיק פון מה מצינו מיט לינדען, צו א י"ג מדות פון באשאפן פאקטן, און באשולדיגן פרעמדע מענטשען עס אויסצומאלן ווי יענער מאכט גאר די פוטש, אלעס אונטער די אומשולדיגע שלייער פון די נעבעכדיגע קאזאק הנגזל.

קיינער הייסט נישט, קיינער זאגט נישט, עס איז שא שטיל אין קרית יואל, יעדער גייט ווי זיין הארץ באגערט,
און דער יחידים וואס קענען נישט שלום מאכן מיטן מצב שרייען ארום כאילו איינער באצווינגט זיי,
ביזט געזיצן אויף ווארען קט, און משוגע געמאכט דער עולם, נישט געלאזט עפענען נאך א שול, יעצט קענסט נישט צוזעהן ווי עס עפענט זיך יא נאך א שול, בילט ער ארום ווי אן הינט...

ברויכסט נישט בילען און שרייען, זאגסט דאך אליין יעדער בלייבט אויף ווארען ביי ר' יעקב יוסף...

95% און אפילו מער בלייבן, סוי גוט וואס שטערט דיך, יעדער בלייבט און ווארט אויס, קיינער גייט נישט אהין..

יושע גייט נישט אין ערגעץ, קיינער איז נישט מיט אים עניוועי, והכל על מקומו יבוא בשלום, כפארשטיי אפילו נישט וואס די מדובר איז..

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:24 pm
דורך צפת
שטייטעלעך.

דורש טוב איז געקומען שרייען, אז ר' יהושע איז רבי, פאקט. קיינער טראכט אפילו נישט אנדערש, אויסער משפחת ר' אברהם דוב.

האב איך אים צוריקגעענטפערט אז ער חלומ'ט.

אויסער דעם האב איך ערווענט, אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך צו טון, זיך ארויפצוזעצן אויפן ציבור און אויסנוצן א מצב, בשעת דער עולם וויל אנדערש.
(דאס האב איך געשריבן, ווען דער מצב האט אויסגעקוקט אז ר' יעקב יוסף וועט אויספירן. למעשה היינט זעען מיר שוין ווי אזוי דער אויבערשטער האט געהאלפן, מען קען זיין קלוג ווי דער נאכט, דער עולם איז נאכאלס נישט מיט דיר.)

נ.ב. איך זאג נישט אז ר' יהושע וועט זיין אן אויסגעשפילטער מענטש. קודם-כל, דער מצב אין ראחמיסטריווקע איז נישט אנטי ר' יהושע (אזוי ווי איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן), מען וועט גיין צו אים אויך, קיינעם שטערט עס נישט. יתכן אפילו, אז ער וועט זיין אוועקגעשטעלט מער כעין פארטיי, בשעת ר' יעקב יוסף וועט זיין מער חבורה'דיג, אזוי ווי ראחמיסטריווקע איז געווען ביז צען יאר צוריק. וואס יא? - דער ציבור וועט זיין מער גענויגט צו ר' יעקב יוסף, און נישט נאר אידן פון מאנסי, ער וועט נאך האבן א געפאראכטס פון אנדערע פלעצער - א זאך וואס ר' יהושע וועט נישט האבן אזוי ווייט. ער וועט זיין א רבי וואס די וועלט וועט אין אים איינזען א צדיק, אזוי ווי זיין זיידע האט געטראגן דעם פנים אין די גאס.

נ.ב. צו שטעלן קלאר די פאקטן: קיינער האט נישט גערופן ר' יעקב יוסף קיין מאנסי. ער האט געהאט א קראנקן קינד מיט וועמען ער האט געדארפט הילף, האט ער זיך געצויגן פון ארץ-ישראל און איז געקומען וואוינען בקרבת מקום פון זיין שווער און זיידע, א גרויסע רבי. גענוג א תירוץ?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 11:46 pm
דורך מענדל
נעם נישט ערענסט וואס בעל דרשן שרייבט ער איז א חסיד אויך פון סדויגער ירושלים לול...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:32 am
דורך צפת
עטליכע קרישקעלעך בנוגע ראחמיסטריווקע מאנסי:

לעת עתה האלט זיך ר' יעקב יוסף שטארק און ער וויל נישט זיין קיין רבי, דרייט זיך ארום געהעריג אין גאס, שמועסט אויפן סעלפאן ברבים, קומט אריין אין שוהל, זעצט זיך אויף א באנק וואו אימער, כאילו נישט אים מיינט מען. טראצדעם וואס עס איז געווען א לחיים, מאכט ער א מצב כאילו ס'איז גארנישט געווען. דערציילט מיר היינט א פרעמדער יונגערמאן, אז ער האט געטראפן ר' יעקב יוסף און אים געפרעגט צי ס'גייט עפעס זיין דעם שבת, האט אים ר' יעקב יוסף געענטפערט, "יא, א טיש, אזוי ווי פאריגע וואך", ביז יענער האט געכאפט אז ער רעדט פון חצר ר' יהושע... האט ער אים געפרעגט, אז ער מיינט צו פרעגן ביי אים. האט ער אויפגעהויבן אזעלכע אויגן, כאילו יענער איז פון די לבנה אראפ, "ביי מיר? - עה"...

מאידך גיסא איז דער עולם שטארק, און מען וויל נישט קיין צווייטן אויסער אים. דער ציבור האלט אז עווענטואל וועט ער מוזן ווערן רבי, ס'קען אפשר נעמען אביסל צייט, אבער דאס גייט געשען.

ר' יעקב יוסף, טראצדעם וואס ער וויל נישט קיין רבי'סטעווע, נעמט קוויטלעך פון מענטשן, וויבאלד ער האט דאס נאך געטון בחייו פונעם זיידן זצוק"ל און ער קוקט דאס נישט אן אלס ענין פון ווערן א רבי.

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט געראטן ר' יעקב יוסף אז ער זאל נישט אננעמען די רבי'סטעווע.

די מוסדות ראחמיסטריווקע מאנסי, גיבט נישט קיין דריסת-הרגל פאר ר' יהושע אין די מוסדות. ער האט גראדע יא פראבירט און געוואלט מאכן שייכות, אבער זיי האבן אים געוויזן דעם רוקן.

פאריגע וואך פאר שבת, איז געקומען א שליחות פון ר' אברהם דוב צו ר' יהושע, מיט א בקשה אז ער זאל נישט פירן דעם ערשטן וואך, אז מען זאל קענען אויסגלייכן ענינים. ר' יהושע האט נישט געוואלט נאכגעבן זיין פעטער און ער איז יא געקומען. ווען מען האט געפרעגט ר' יהושע וואס וועט זיין מיטן ביהמ"ד פון ר' אברהם דוב, דאס בית-המדרש וועט ווערן אויסגעשפילט, האט ער געענטפערט אז ער וועט זארגן אז עס זאל בלייבן דארט מנין...

פאריגע וואך שבת, זענען די אנשים חשובים פון ראחמיסטריווקע אוועקגעפארן אויף שבת, נישט וועלנדיג זיין אין דער פארלעגנהייט וואו מיטצוהאלטן דעם שבת.

רביצין הינדא, הרבנית של האדמו"ר ר' יהושע מראחמיסטריווקא, זאגט דערווייל אז זי האלט נישט ביים מופן פון סקווירא. זי בלייבט דארט. ימים ידברו.

במשך די וואך, אויף די וואכנדיגע תפילות, האט ר' יהושע געהאט קוים מנין צום דאווענען. איך האב גראדע געשיקט איינעם קוקן היינט אין זיין ביהמ"ד און ער האט געציילט ניינצן אידן צו שחרית.

ר' יעקב יוסף איז געקומען צו שחרית ביי זיין פעטער, טראצדעם וואס מען האט אים שטארק געבעטן אז ער זאל נישט גיין אהין, ווייל ס'טוט וויי זיין שווער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:37 am
דורך מענדל
צפת האט געשריבן: האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט געראטן ר' יעקב יוסף אז ער זאל נישט אננעמען די רבי'סטעווע.
י.
אלץ?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 2:39 am
דורך צפת
איך ווייס נישט, אבער איך טראכט אז דאס איז כדי ער זאל זיך נישט דארפן איינרייסן מיט סקווירא און מיט זיין פעטער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 7:42 am
דורך כספי
קאצקע ציקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:פארפאלן וויזשניץ איז די איינציגסטער וואס האט עס געמאכט!
יעדער האט געמיינט אז נאך וויזשניץ וועט זיך יעדער אפלערנען ווי שיין עס איז אז אלעס איז %100 בשלום זעהט זיך אויס אז כבוד און תאוה נעמט טאקע איבער דאס מענטשהייט גיב א קוק סקולען און יעצט ראחמיסטריווקא
די חכמה איז אז מען גרייט זיך צו פאר דעם. ר'מאטעלע האט זיך גיט צוגעגרייט פאר דעם אוועקגעשיקט די קינדער באצייטענס זיי זאלן זיך בויען יעדער האט געוויסט און פארשטאנען וואס גייט זיין נאך זיין הינדערט און צוואנציג

משא"כ סקולן און ראכמיסטריווקא האט מען נישט געהעריג גערעדט דערפון קיקט עס אזוי אויס.

און די זעלבע און נאכמער גייט זיך אויסשפילן אין סיקווירא ...
ס'האט לכאו' אויך מיטדעם וואס וויזשניץ האט געהאט שיינע גרויסע קהילות, נישט קליינע קהילות וואס מ'מאכט אויף עקסטער אז דער רבי'ס קינדער זאלן האבן וואו צו איבערנעמען...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 8:30 am
דורך בעל דרשן
צפת האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך בנוגע ראחמיסטריווקע מאנסי:

לעת עתה האלט זיך ר' יעקב יוסף שטארק און ער וויל נישט זיין קיין רבי, דרייט זיך ארום געהעריג אין גאס, שמועסט אויפן סעלפאן ברבים, קומט אריין אין שוהל, זעצט זיך אויף א באנק וואו אימער, כאילו נישט אים מיינט מען. טראצדעם וואס עס איז געווען א לחיים, מאכט ער א מצב כאילו ס'איז גארנישט געווען. דערציילט מיר היינט א פרעמדער יונגערמאן, אז ער האט געטראפן ר' יעקב יוסף און אים געפרעגט צי ס'גייט עפעס זיין דעם שבת, האט אים ר' יעקב יוסף געענטפערט, "יא, א טיש, אזוי ווי פאריגע וואך", ביז יענער האט געכאפט אז ער רעדט פון חצר ר' יהושע... האט ער אים געפרעגט, אז ער מיינט צו פרעגן ביי אים. האט ער אויפגעהויבן אזעלכע אויגן, כאילו יענער איז פון די לבנה אראפ, "ביי מיר? - עה"...

מאידך גיסא איז דער עולם שטארק, און מען וויל נישט קיין צווייטן אויסער אים. דער ציבור האלט אז עווענטואל וועט ער מוזן ווערן רבי, ס'קען אפשר נעמען אביסל צייט, אבער דאס גייט געשען.

ר' יעקב יוסף, טראצדעם וואס ער וויל נישט קיין רבי'סטעווע, נעמט קוויטלעך פון מענטשן, וויבאלד ער האט דאס נאך געטון בחייו פונעם זיידן זצוק"ל און ער קוקט דאס נישט אן אלס ענין פון ווערן א רבי.

האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, האט געראטן ר' יעקב יוסף אז ער זאל נישט אננעמען די רבי'סטעווע.

די מוסדות ראחמיסטריווקע מאנסי, גיבט נישט קיין דריסת-הרגל פאר ר' יהושע אין די מוסדות. ער האט גראדע יא פראבירט און געוואלט מאכן שייכות, אבער זיי האבן אים געוויזן דעם רוקן.

פאריגע וואך פאר שבת, איז געקומען א שליחות פון ר' אברהם דוב צו ר' יהושע, מיט א בקשה אז ער זאל נישט פירן דעם ערשטן וואך, אז מען זאל קענען אויסגלייכן ענינים. ר' יהושע האט נישט געוואלט נאכגעבן זיין פעטער און ער איז יא געקומען. ווען מען האט געפרעגט ר' יהושע וואס וועט זיין מיטן ביהמ"ד פון ר' אברהם דוב, דאס בית-המדרש וועט ווערן אויסגעשפילט, האט ער געענטפערט אז ער וועט זארגן אז עס זאל בלייבן דארט מנין...

פאריגע וואך שבת, זענען די אנשים חשובים פון ראחמיסטריווקע אוועקגעפארן אויף שבת, נישט וועלנדיג זיין אין דער פארלעגנהייט וואו מיטצוהאלטן דעם שבת.

רביצין הינדא, הרבנית של האדמו"ר ר' יהושע מראחמיסטריווקא, זאגט דערווייל אז זי האלט נישט ביים מופן פון סקווירא. זי בלייבט דארט. ימים ידברו.

במשך די וואך, אויף די וואכנדיגע תפילות, האט ר' יהושע געהאט קוים מנין צום דאווענען. איך האב גראדע געשיקט איינעם קוקן היינט אין זיין ביהמ"ד און ער האט געציילט ניינצן אידן צו שחרית.

ר' יעקב יוסף איז געקומען צו שחרית ביי זיין פעטער, טראצדעם וואס מען האט אים שטארק געבעטן אז ער זאל נישט גיין אהין, ווייל ס'טוט וויי זיין שווער.
אזעלכע שטותים צאמצושרייבען אין איין תגובה עולם גולם גייט נאך גלייבן

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 8:32 am
דורך בעל דרשן
קבלת קהל בחצר הקודש רחמיסטריווקא מאנסי

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 9:03 am
דורך Samkoton
קדושה וטהרה האט געשריבן:
צפת האט געשריבן:אפאר קרישקעלעך:

הרה"ק ר' יהושע איז געווען גרייט צו גיין קיין וויליאמסבורג. דארט איז פארהאן א רחמיסטריווקע שטיבל, אבער קיינע פון די קינדער זענען נאכנישט דארט. ווען האדמו"ר מסקווירא האט געהערט פונעם פלאן, האט ער געהאקט אין טיש און געזאגט, בשום אין אופן, ער מוז וואוינען נאנט און ער מוז ווערן רבי אין מאנסי.

הרה"ק ר' יעקב יוסף איז צוריקגעקומען פון לאנדאן, אין בית-המדרש ראחמיסטריווקע אין מאנסי האט מען געדאווענט מעריב און בשעת מעשה צוגעגרייט א לחיים. ווי נאר מען האט געענדיגט מעריב, און דער ציבור באמערקט אז ר' יעקב יוסף איז נישטא. ער האט אפגעפיצט.

נו, וואס מיינט איר? - די שוויגער האט אויפגעהויבן א טעלפאן אויף אים, און זי האט גענומען שרייען אז ער מוז שוין צוריקקומען... בקיצור, ער האט זיך אויסגענומען דריי תנאים. 1. אז מען שטעלט אים נישט קיין רבי'שע בענקל, 2. אז מען רופט אים נישט 'רבי', 3. אז עס וועט נישט זיין דארט קיין שום דרשות.

דער ציבור האט מסכים געווען און ער איז געקומען. דער עולם איז אריבערגעגאנגען געבן לחיים, לשמחת לב חסידיו.

נקודה למחשבה:
געווענליך, א מענטש אדער א קבוצה פון מענטשן, ווילן מאכן מחלוקת, נעמען זיי אין באטראכט אז זיי קענען ליידן עטוואס קאנצעקווענצן דערפאר, און טיילמאל גייט מען איין דערפאר, אפילו אויף די פרייז פון קאנצעקווענצן. סקווירא האט אונז געלערנט א נייעם דרך. מען גייט מאכן מחלוקת, אבער די שטינק לאזט מען אויף יענעם, זיי ליידן גארנישט דערפון ביי זיך אין שטאט - די קאנצעקווענצן ליידן אנדערע.

אז מען איז קלוג, איז מען קלוג.
דיינע 'שקר'לעך נישט 'קרישקעלעך'

יעדע ווייסט אז ר' עמרם ווייס האט שוין יארן געבויעט די בית מדרש, און די גאנצע שיקן קיין ווילאמסבורג ווי עס איז היפש אויסגעשפילט, איז געווען א פראוו פון געוויסע...

דא האט איר א צעטיל וואס איז ארומגעפארן בין אנ"ש ראחמסטריווקא בערך מיט אן האלבע יאר צוריק איבער די ווייטאג פון ראחמסטריווקא אינגערלייט איבער די משפחה וואס פרובירט צו מחרחר ריב זיין... גאר אן אנדערע בילד..

שמעו ותחי נפשכם..
-------------------------|
-----------------
בס"ד
כבוד ידידי מכובדי וכו' וכו' שי'
שלו' וברכה, האסט מיר דעם שבת נאכען דאווענען געפרעגט מיין מיינוג, איבער די מחאה צעטיל, וואס איז ארויסגעקומען פון די נייע וועד און שטיבעל, איבער די בקשה פון הרה"צ ר' דוד משה שליט"א מיט הרה"צ ר' בערל שליט"א, וואס זענען געווען ביים רב שליט"א איבער שמועסען די בקשה פון עטליכע אידען אויף צו עפענען נאך א שטיבעל און די נייע בנין פון ר' עמרם'ס כולל, יא עס איז געווען שבת פ' יתרו, און איך האב נישט גענטפירט, און פיל אינגעלייטלעך האבען זייער געקאכט אויף די חוצפה עד לב השמים... און איך מיין איך האב יא וואס צו זאגען און די ענין,

לאמיר יעצט און א ניכטערע מינוט, איבער טראכטען וואס גייט דא פאר? און יעצט נעם איך די פעדער, און איך שרייב נאר פאר דיר, עס איז מיר גרינגער צו שרייבען ווי צו רעדען, איך האב ליב צן טראכטען קאלט, נישט ווען עס איז הייס, איך האף יעדער האט זיך שוין בארוהגיט, מען האט דאך שוין געמאכט אפי' א מחאה,

זה החלי בס"ד, די שטיעבל זיבעצען ווארען קט איז ב"ה אויסגעוואקסען א שיינע שטיבעל, פון צענדליגער אידען ידידים וחסידים ומעריצים לבית ראחמיסטריווקא, ברובם אזעליכע אידען וואס זענען דבוק און כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,
אבער מען מוז מודה זיין, אז די שטיבעל שטייט שוין פון תשמ"ב ותשמ"ג בערך, וואס דאן איז דאס געווען מער א געגענט שטיבעל, און אידען וואס האבען געהאט א שייכות צום רב שליט"א,

אני הקטן, האט חתונה געהאט אנהייב פון די ס' יארען, וואס דאן האט זיך אנגעהויבען די צווייטע דור פון חסידי ראחמיסטריווקא, און פיל האבען חתונה געהאט אויף מאנסי, און זיך אנגעהויבען דרייען און שטיבעל, מער אינגעלייטלעך, און די עלטערע עולם א טייל האט אוועק געמופט, א טייל האט זיך מער נישט געפינען דאס פלאץ, און א טייל זענען נעבאך הלך לעולמם, און צוביסלעך מער און מער איז געווארען די שטיבעל ריין פון די געגענט, ריין פון די רב'ס שליט"א מענטשען, נאר מער ווייניגער חסידים פון רבין שליט"א און דער ציבור איז שיין געוואקסען לעם רב ב"ה וואס האבען זיך מער ווייניגער געפינען זייער גיט א גאנץ יאר,
און איין ווארט וועגען די רב שליט"א, זייענדיג א ראחמיסטריווקא קינד מיט אלע מעלות לבית ראחמיסטריווקא, וויפול עס האט אים געשטערט די בנין נערים מילד גערעדט, האט פארמאכט זיין איידעלע מויל און געשלינגען די עזות פון די אינגלייטליך וואס יעדער שני וחמישי האבען אים איבער געלאזט אויף הפקר ממש, צו ווער רעדט פון שבת שקלים אדער ימים טובים ווי א' סליחות, שבועות, ראש השנה, יום הקדוש, הושענא רבה, שמחת תורה, שבת חנוכה, וכו' וכו', איז די שול געווארען א מקום ווי ער אליינ'ס זעלבסט האט געזוכט א צענטער,
יא זיינע אייגענע געטרייע קינדער וכ"ש די איידימער, זענען ליידער אויכעט נישט געווען צו די האנט, האבענדיג א הייליגען זיידען, [אולי ווען עס וועט געווען און שטיבעל, נאר די אלטע דור מתפללים, די ערשטע מתפללים ביים רב שליט"א, פון די געגענט, אפשר וואלטען זיי זיך בעסער געמוזט צושטעלען, אבער היות די מתפללים ברובו זענען געווען חסידי מרן אד"ש האבען זיי זיך בכלל נישט מער געפילט און זייער היים, דערפאר האבען זיין פארשטאנען אז די זיידע איז פריער, א דוחק תירוץ, אבער אולי] און ממש יעדער האט איבער געלאזט די רב שליט"א, מיט די פאר אלטע מענטשען, יעדע ערב יו"ט, אז די רב שליט"א זאל דאגה'נען און ממש אראף פון זינען, ווי אזוי וועט זיין דא מנין דעם יו"ט?, און ווייטער די אנדערע אפציע איז געווען, פארמאכען די שול, איז געווען א פראבלעם, אלט'ץ אחריות פאר די עטליכע עלטערע אידען, ווי הרב חיים שלמה שטיינבערג ע"ה יבלחט"א ר' מאיר שילער שי' ר' שבתי מילער שי' ר' יו"ט שיק שי' וכו' וואס האבען געהאט דא זייער קביעות מקום לתפלה, און נישט געוואלט אוועקפארען יו"ט,
נישט איינמאל, האט שוין געהייסען ערב יו"ט אז מען וועט מוזען פארמאכען די שול, און בחסדי ית"ש איז געווארען צען אידען, כמעט נישט קיין איינער, פון די יעצטיגע מענטשען וואס פארפירען אזוי שטארק... פאר כבוד הרב, וכו' וכו',
וועט איר פרעגען וואס איז דא געשעהן?. זיי האבען אנגעהויבען צו לערנין חובות הלבבות? ניין, אז די אידען זארגען זיך אויפאמאל אזוי שטארק פאר די רב'ס כבוד? און דערהייבען נישט מער די עזות צום רב שליט"א און ווער זענען די עזי פנים נישט מער ווי נישט קיין צווייטער, ווי הרה"צ רבי דוד משה שליט"א מיט זיין ברידער הרה"צ רבי בערל שליט"א, וואס זיי האבען מחליט געווען מען מוז מצער זיין א איינציגע פארבליבענער פעטער?
[און א וועג איז גיט, אז ענדליך ב"ה האט מען שוין יא זיך אויפגעוועקט און מען האט אינזינען א איד א ת"ח א בנש"ק א עניו,] אבער לבי אומר לי, דאס נישט אמת, מ'מיינט נישט קיינער די כבוד פון די רב שליט"א, וואס יא? און דערפאר קום איך מיט די שורות צו דיר, הגם איך ווייס נאך נישט וואס איך וויל פערזענדליך עס זאל יא זיין, אבער דאס זאל זיין ביי אונז א מחלוקה, אויף גארנישט, איז זיכער נישט קיין מהלך, און לאמיר דיר מסביר זיין מיין כוונה,
יעדער ווייסט, אז ליידער ליידער די רבי זאל זיין געזינט זאל אונז פירען א קעגין משיח צדקינו, איז ליידער נישט געזינט, און ער איז מחולל פשעינו, מוטל על ערש דוי, און ווי קען דאס זיין אז אזא שיינע חסידות וואס דורות איז אלעס אזוי בשלום ובשלוה, יעדער פארגינט יעדען, און יעדער האלט זיך אזוי שיין בשלום,
איז דא אבער א שטן, וואס זיכט און וויל מאכען א פירוד לבבות, איז אים געלונגען פאר עטליכע שישקעס וואס מיינען נישט לשם שמים, און זיכען א וועג אינטער צו גרובען די הנהגה, פון הרה"צ רבי דוד משה שליט"א און די אנדערע חשיבע קינדער פון רבינו שליט"א, און זיי וועבען שוין פון לאנג א פלאן צו פארכאפען די שיפף, וואס טוען די אידען? זיי זענען געווען בראש מיט מערכות על גבי מערכות, די ערשטע איז געווען אקעגין הרה"צ רבי בערל שליט"א און די הנהגה פון די חדר אין בארא פארק, שפעטער האבען זיי געפירט א מערכה מיט רבי בערל שליט"א בנוגע די רבנות און לעיקוואד, וואס איז ב"ה הודו לד', מיאוס דורכגעפאלען,

ווען עס האט זיך געהאנדעלט די רבנות און שטאט לינדען, האבען האט די זעלבע מענטשען באקימען אויף אמאל א רחמנות אויף הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א בן רבינו שליט"א אז מען מוז אים שנעל קויפען א הויז אין לינדען, און פראבירט מצער זייו די ציבור וואס האט געקלערט צו האבען הרה"צ רבי זושא שליט"א אלט'ס מורה דרך און רב, וואס דאס איז אויכעט ב"ה דורכגעפאלען, און הרה"צ רבי זושא שליט"א שטייט ב"ה בראש די קהילה און לינדען, און טאקע בשלום ובשלוה,
און די זעלבע מענטשען, האבען נאך פיל פלענער פאר מאנסי, מיט גאנטץ בית ראחמיסטריווקא, זיי זאגען יעצט כבוד הרב שליט"א,
אבער שטילערהייט האבען זיי א פלאן אזוי, אז די רבי שליט"א האט דאך א זוהן הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל און למה נגרע? ער האט דאך א געראטענע זוהן הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א, וואס איז באמת ראוי לאותו איצטלא, א אינגערמאן א מלא וגדיש בתורה ומדות א צדיק אמת, א איידעם ביים רב שליט"א, און אלע בחורים און אינגעלייט קלעבען צו אים,
און וואס הייסט ער מוז זיין די מנהיג אין מאנסי, איי די רב שליט"א לעבט דאך? און ער איז דאך א קינד פון די רב שליט"א ס"ה איינס פון זיבעצען שטיק, [וואס קיינער פון די רב'ס שליט"א קינדער וועט נישט אפטרעטען פאר זיינעט וועגען נישט בעניני ממונות און נישט בירושה וכו'] און בחייו פון א שווער צו זיין א רבי באתרי דמר איז דאך נישט נארמאל בכלל,

יא איך מוז ארויסברענגען א מעשה ששמעתי, עס איז געווען א טיפוש אחד, וואס האט מציע געווען פאר זיין חדר אינגעל די רב שליט"א, אז ער זאל שוין ממנה זיין איידעם רבי יעקב יוסף שליט"א אויף א געוויסע התמנות, אז בבוא היום, זאל ער ווערען תיכף רבי, איר הערט א העזה פון א מחוצף?, דער עזות פנים זעלבסט, לויפט אוועק יעדען שני וחמישי, ער ווייקט זיך ביים רבי'ן שליט"א, זארגט זייער וויינוג איבער די מנין און איבער כבוד הרב שליט"א, וואס בלייבט דא איבער אליינ'ס ווי א הינט, אן קיין צען אידען,

אבער ער פארזיכערט זיך מיט א רבי אויף אחר מאה ועשרים פון די רבי שליט"א, און ווער דארף דאס אנגערייטען און פארזיכערען, נישט א צווייטער ווי די רב שליט"א ,
און אט די חברה שרייבען פאשקווילען, אז זיי נעמען זיך אן פאר די כבוד פון די רב שליט"א עס איז נישטא ווער זאל לאכען...מען דארף אפשר קריעה רייסען,,,
ממילא איז אזוי, אמת די כבוד פון די רב שליט"א איז א זארג פאר מיר, נישט פון היינט ווען רבי דוד משה איז געווען בעטען רשות אויף עפענען נאך א שטיבעל, און גאנטץ א אנדערע געגענט צו גיין בערך פינעף און צוואנציג מיניט, נאר נאך אזוי פריע ווען הרב חיים שלמה שטיינבערג ע"ה האט געבעטן די רבי שליט"א אז עס איז דא ביזיונות יעדע יו"ט און יעדע שיינע שבת, ווען קינד און קייט פארט קיין בארא פארק,
און די רבי שליט"א האט געהייסען הרה"ח ר' יושע חיים משב"ק שי' זאל רופען קיין מאנסי, און באפעהלט בפקודת הקודש עס זאל בלייבען א ציבור מיט כבוד הראוי אלע ימים טובים,
און דער ציבור האט בעזות מצח מעיז פנים געווען, אויף די פערזענדליכע בקשה פון רבין שליט"א, און זיך נישט געזארגט פאר כבוד הרב דעמאלטס, און זארגען ווייטער יעצט אויכעט נישט,
נ
אר וואס די קליינע קינדער מיינען יא, אז הרב יעקב יוסף שליט"א, וועט דא און מאנסי אין ווארען קט, ווערען א רבי, וואס וויפול איך קען אים, איז די גאנצע זאך א ברכה לבטלה, אז ער זאל זיין עפעס בחייו פון זיין שווער שליט"א, ווייל ער איז א איד וואס איז מלא יראת שמים ודרך ארץ, און א וודאי וועט ער נישט האבען א חלק און א אפענע עזות אקעגין זיינע שווער שליט"א און זיינע חושיבע פעטער'ס הרבנים הצדיקים איש אחד לפי מהללו שליט"א,
ולגופא של ענין, צו מען זאל יא עפענין א שטיבעל ביי ר' עמרם'ס כולל, אדער נישט, איז מיר נישט צופיל נוגע, אויב עס איז דא א ביקוש, און די רב שליט"א געט רשות, אדרבה ואדרבה זאל זיין יגדיל תורה ויאדיר, און אויב די רב שליט"א געט נישט רשות, זאל חלילה נישט זיין א זאך וואס איז אקעגין די רב שליט"א, ווייל דער איד האט שוין גענוג צרות געליטען, ער מעג שוין האבען מנוחה ושמחה הרחבת הדעת אויף די עלטער, און מער נישט ליידען פון די אלע בעלי מחלוקת וואס זארגען זיך נישט לכבודו קיין איין מינוט נאר רייצען אן א עלטערע איד כאולי איינער וויל אים אינטער גראבען און ווען די אלע מיינען בכלל נישט כבודו ווי געשמיסט אויבען בארוכה,

ווייטער אויב, הרה"צ רבי יושע שליט"א בארעכנט זיך ער וויל זיך ציען ארויס פון שיכון סקווירא, [וואס איז אויכעט הילכתא למשיחא, ער האט אויכעט ב"ה א גרויסען שווער, מיט א שטוב מיט קינדער וד"ל] און וויל זיך עפענען א ראחמיסטריווקא הויף אין מאנסי, האט ער הונדרעט פראצענט רעכט, אזוי ווי יעדער קינד פון די רבי שליט"א, און איך האב א סוד, אויב איינער וויל נישט, קיינער צווינגט נישט קיינעם, אבער קיין טענה איז נישט שייך, ראחמיסטריווקא בלאנגט פאר יעדען גלייך,
אזוי איז געווען אין דער אלטער היים נאך אין שטאט ראחמיסטריווקא, ווי יעדער האט געפירט א הנהגה, און איין קליינע שטאט, און שפעטער און ירושלים עיר הקודש, האט יעדער געמעגט הייסען ראחמיסטריווקא,
און אזוי איז די הלכה אין שטאט מאנסי, וואס יעדער ראחמיסטריווקא קינד, מעג הייסען אדמו"ר מראחמיסטריווקא, ווי איר פארשטייט אויכעט אזוי, איז די הלכה אז ס'מעג זיין און לעיקוואד און אויכעט און אוקעוויין,
פארשטייט אויכעט יעדער, און לינדען אז הרה"צ יעקב יוסף שליט"א מעג זיך עפענען א שול אין לינדען, און ווער עס וויל נהנה זיין פון זיין תורה וקדושה זאל געזינטערהייט גיין, לשביעות רצון כל אחד,
די זעלבע איז די הלכה און מאנסי, און עס מיינט גארנישט כובש זיין, עס מיינט ער וויל האבען זיין אייגענע ווינקעל פאר ווער עס וויל, און די טענה ער פארלויפט די וועג, פון הרה"צ רבי יעקב יוסף בר"ם שליט"א, דער רעדט סתם נישט צו די זאך, ער וועט ממילא נישט זיין בחיי חמיו לאורך ימים,
אדרבה אויב איר ווילט, אדער איינער וויל, אז ער זאל עפעס זיין, טרעפט פאר אים שוין א נוטראלע ווינקעל, [און אויב זיין רעביצין וועט אמאל מסכים זיין,] און די אלע וואס כבוד הרב איז בגרונם, זאלן זיך ווייטער פאקען יעדע יו"ט די פעק, און פארען צו אים געזינטרהייט, אבער איין זאך לאזט ביטע איבער א מנין בכבוד פאר די רב שליט"א ,
און להלכה למעשה, פונקט ווי הרה"צ רבי נחמן יוסף בר"ז שליט"א מעג עפענין א אייגענע שטיבעל, [מיט וועליכע שטאט נאמען ער וויל פארשטייט זיך מיט א היכר לויט די פסק בי"ד אין באבוב,] און הרה"צ מבארניב שליט"א מעג עפנען א ביהמ"ד, מעג אויכעט הרה"צ רבי יושע שליט"א עפנען א שול, און ער דארף נישט קיינעמ'ס רשות ובכללם זיין ברידער'ס זון הרה"צ רבי יעקב יוסף שליט"א [וואס איז בדרך אגאב גערן מסכים] און ווער עס וויל נישט גיין און זיין בית מדרש אדער ער וויל אים נישט געבען א קוויטעל פאר זיי וואסערע סיבה, זאל נישט גיין, און ער איז פטור.... און ווער עס וויל יא גיין, מעג און זאל יא גיין,
סיכום דברי, די אלע שרייערס זענען סתם מחרחרי ריב, וואס מיינען בכלל נישט די כבוד פון די רב שליט"א, און זיי האבען נישט מצליח געווען, אנצוזייען א מחלוקה, נישט אין לעיקוואד, נישט און בארא פארק, און נישט אין לינדען, און זיי וועלען דא אויכעט נישט מצליח זיין צו מאכען א מחלוקה, און די אלע אינגעלייט, וואס ווילען נישט גיין צו הרה"צ רבי יהושע שליט"א זענען הונדרעט פראצענט פטור, זיי דארפען נישט, קיינער פאדערט נישט אוון צווינגט קיינעם נישט,
און ביז דערווייל, זאל זיין א גאנצע רפואה פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א, און שלום ושלוה זאל ווייטער זיין במחנינו, און די מבקשי מחלוקת, זאלן זיכען אנדערע פלעצער פאר זייער הנאה, און לאזען די רב שליט"א בראש הקהלה עד ביאת ינון בב"א,
דאס שרייבט דיין ידיד, וואס די האסט געפרעגט די שאלה דעם שבת קודש העבר לטובה, און וואס איך קלער שרייב איך, והוא רחום יכפר עון.
דיין ידיד...
טיפיקל מוח מאניפולעישאן צעטיל געשריבן דורך די סקווירא פראפאגאנדע מיניסטעריום.
די סקווירא שמאלקעפיגע וועלן קויפן יעדע ווארט. אן עכטע בריוו געשריבן אפאר חדשים צוריק. ניטאמאל שייך צו לאכן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 1:35 pm
דורך שפילער
צפת האט געשריבן: נ.ב. צו שטעלן קלאר די פאקטן: קיינער האט נישט גערופן ר' יעקב יוסף קיין מאנסי. ער האט געהאט א קראנקן קינד מיט וועמען ער האט געדארפט הילף, האט ער זיך געצויגן פון ארץ-ישראל און איז געקומען וואוינען בקרבת מקום פון זיין שווער און זיידע, א גרויסע רבי. גענוג א תירוץ?
פארוואס האט ער בכלל געוואוינט אין ארץ ישראל?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 02, 2023 10:13 pm
דורך עמרם
איינער מיט א באריכט פון שבת (אין מאנסי) ?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:10 am
דורך יאנעשאלמע
שפילער האט געשריבן:
צפת האט געשריבן: נ.ב. צו שטעלן קלאר די פאקטן: קיינער האט נישט גערופן ר' יעקב יוסף קיין מאנסי. ער האט געהאט א קראנקן קינד מיט וועמען ער האט געדארפט הילף, האט ער זיך געצויגן פון ארץ-ישראל און איז געקומען וואוינען בקרבת מקום פון זיין שווער און זיידע, א גרויסע רבי. גענוג א תירוץ?
פארוואס האט ער בכלל געוואוינט אין ארץ ישראל?
ווייל די מאמע די אלמנה מיט א פולע שטיב מיט קינדער האט געבעטן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 12:20 am
דורך יאנעשאלמע
די עולם דא לערנט דורך די גאנצע מעשה מיט אזא מין לומדות מיין מח איז דיזי.

די ראחמיסטריווקא עולם אין מאנסי איז נאנט געווארען צו ר' יעקב יוסף אין די לעצטע צען יאהר.

די ראחמיסטריווקא עולם ווערט זייער טריגערט פון ר יהושע'ס בוטצעס אין די גאנצע סקווירא טראגע. כידוע איז די מנהג אין ראחמיסטריווקא אז מדארף לאכן פון סקווירא אויף יעדע געלעגענהייט. אין עס איז פארשטענליך צוליב אלטע חשבונות.

למעשה ר' יהושע איז געווען דבוק אין די טאטע. אבער ער פירט א סקווירא שטוב. ער איז ראוי לאותו איצטלא. אין סאיז דא געניג פאר יעדעם. טיף טיף זענען די ראחמיסטריווקא חסידים זייער פרייליך אז סאיז דא צווי רעביס צו טשאזען די האנטיגע וועלט וויל יעדער האבן אסאך אפציעס.

די איינציגסטע עכטע פראבלעם איז די מוסדות.