בלאט 6 פון 12

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:51 pm
דורך אסטראלאג
אין פאקט איז מדינת ישראל די הויפט נטורי קרתא.
זייער אלע "הויפטן" טרעפן זיך ("טרעפן זיך" איז די ווארט?!) מיט די אראבער, די אראבישע פירער, די פאלעסטינער פרעזידענט, זיין שטעלן גאר אויף אמבאסאדעס אין אראבישע לענדער..!
פארוואס איז מדינת ישראל דער פאנטרעגער צווישן אידן מיט די אראבער?! זינט ווען זענען זיי די פארטרעטער פון כלל ישראל?!

די ציונים- מיר זענען די וואס מאכן שלום, מיר באשליסן ווען דער אראבער איז א אוהב ישראל, שונא ישראל, און מען שטעלט זיך מיט זיין צאם.

ימ"ש מדינת ישראל = די עכטע נטורי קרתא🤫

אפאר נטורי קרתא אידן דאהי צו אין לאנדאן, זיי פארדאמט מען: וויאזוי נעמט עטס נטורי קרתא די חוצפא צו רעדן מיט אראבער אן די דיפלאמאטישע באציאונגען פון די ציונים....

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:21 am
דורך בעל אחריות
איך געב דיר טויזענט דאלאר* אויב דו ביסט אליינס מסביר פארוואס די ביסט נישט גערעכט, לאמיר זעהן וואס איז דיר וויכטיגער... :D


*(כ'האב געמאכט א פייג)

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:31 am
דורך אסטראלאג
📢 כלל ישראל טוט ווארעם באגריסן די שלוחי מצוה פון די חשובע ארגאניזאציע "נטורי קרתא" בראשות הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, פאר די געוואלדיגע דערגרייכונגען אין באציאונגען למען השלום בעולם!
אשריכם, אשריכם, אשריכם!!!!


(ס'זענען היינט צוטאגס פארהאן טויזענטער אידן אין איראן, מיט אריבער 50 אקטיווע שוהלן)

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 11:48 am
דורך berlbalaguleh
אסטראלאג האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:51 pm אין פאקט איז מדינת ישראל די הויפט נטורי קרתא.
זייער אלע "הויפטן" טרעפן זיך ("טרעפן זיך" איז די ווארט?!) מיט די אראבער, די אראבישע פירער, די פאלעסטינער פרעזידענט, זיין שטעלן גאר אויף אמבאסאדעס אין אראבישע לענדער..!
פארוואס איז מדינת ישראל דער פאנטרעגער צווישן אידן מיט די אראבער?! זינט ווען זענען זיי די פארטרעטער פון כלל ישראל?!

די ציונים- מיר זענען די וואס מאכן שלום, מיר באשליסן ווען דער אראבער איז א אוהב ישראל, שונא ישראל, און מען שטעלט זיך מיט זיין צאם.

ימ"ש מדינת ישראל = די עכטע נטורי קרתא🤫

אפאר נטורי קרתא אידן דאהי צו אין לאנדאן, זיי פארדאמט מען: וויאזוי נעמט עטס נטורי קרתא די חוצפא צו רעדן מיט אראבער אן די דיפלאמאטישע באציאונגען פון די ציונים....
עיקר חסרת: ס'איז נישט ווער ס'רעדט צו וועם. נאר וואס מ'רעדט. ווער ס'געט חיזוק פאר די רוצחים פון אידישע קינדער און ער געט זיי גערעכט, דער טויג נישט. ס'איז די מעסעדזש. נישט דער מעסענדזשער.

אזוי ווי א רבי פון די גמרא ווען ער איז געקומען צו א שטאט האט ער געבעטן אז מ'זאל איהם ברענגען די וועלכע רופן זיך "נטורי קרתא". האט ער געזאגט. זענען זיי דען די נטורי קרתא?. זיי זענען דאך די מחריבי קרתא...!

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 12:06 pm
דורך אסטראלאג
דאס איז דאך וואס איך זאג. די ציונים זענען די הויפט אנדרייער פון אנטיסעמיטיזם שוין איבער 75 יאר!! נישט נאר מיט רעדן.. בלויז מיט פעולות ימ"ש. זיי פירן דאך אן די גרעסטע בלוט באד קעגן אידן.
דיין גאנצע באשולדיגונג אויף וועם דו טייטלסט אז זיי געבן חיזוק פאר די רוצחים איז קאמפלעט פאלש!
די גרעסטע חיזוק פאר די רוצחים איז צו שטיצן די ציוניסטישע מדינה, אזוי דרייען די ציונים אן שטערקערע האס און אנטיסעמיטיזם קעגן אחינו בני ישראל בכל מקום.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:50 pm
דורך ברוך שפינוזה
אסטראלאג האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:31 am 📢 כלל ישראל טוט ווארעם באגריסן די שלוחי מצוה פון די חשובע ארגאניזאציע "נטורי קרתא" בראשות הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א, פאר די געוואלדיגע דערגרייכונגען אין באציאונגען למען השלום בעולם!
אשריכם, אשריכם, אשריכם!!!!
(ס'זענען היינט צוטאגס פארהאן טויזענטער אידן אין איראן, מיט אריבער 50 אקטיווע שוהלן)
ווי הייסט דער אנדערער לץ דארט און וואס איז זיין געשיכטע?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:14 pm
דורך שאלתיאל
דערהויבענע איד האט געשריבן: קודם זיי מיר מסביר די ימח שמו אויף הרב קוק, און קום מיר נישט מיט קיין תירוצים, האסט עס נישט געהערט אויף קיין שום גדול זאל אזוי שעלטן, זיי מיר מסביר ווי נאך די ששת ימים מלחמה האט ער געזאגט אז ס'איז ניסים פון סטרא אחרא, זיי מיר מסביר די שטות פון רעדן עברית איז אזוי ווי זיך 100 מאל ביקן צו א צלם.

ווען אלע קללות מיט שגיונות וועט זיין פארענטפערט, העמיר הערן צו די רבינו הקדוש האט געהאלטן פון נטורי חרתא.

אין מיינע אויגן די גרעסטע זינד פון סאטמאר'ן רבי זי"ע איז (צווישן אנדערע..) דאס נארמאליזירן ימ"ש' און 'שר"י' אויף אנדערע (ערליכע!) אידן וואס האלטן נישט ווי אים. און האלט מיך נישט פאר פארוואס איך רעד אויף א גדול בישראל ווייל ער אליין האט געהאקט כמעט אויף אלע גדולים.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:25 pm
דורך אסטראלאג
ימח שמם איז אלץ געווען דער טיטול פאר די רשעים וכדו' און כלל ישראל פלעג זיך מיט דאס באנוצן אויף די מסיתים ומדיחים. לויט ווי די הלכה פארלאנגט: עס איז א חיוב צו שעלטן רשעים.
אפשר זאלסטו טענות האבן אויף טעגליכע תפילה די בעל ולמלשינים.. מען שעלט דארט אריין.
יא טאקע, די ליבעראלע אידן קענען דאס נישט דילדען.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:47 pm
דורך ברוך שפינוזה
די ליבעראלע אידן קענען עס שוין איינמאל דולדען, זיי האבן נאר אינזין אנדערע מענטשן

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 4:56 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שאלתיאל האט געשריבן: אין מיינע אויגן די גרעסטע זינד פון סאטמאר'ן רבי זי"ע איז (צווישן אנדערע..) דאס נארמאליזירן ימ"ש' און 'שר"י' אויף אנדערע (ערליכע!) אידן וואס האלטן נישט ווי אים. און האלט מיך נישט פאר פארוואס איך רעד אויף א גדול בישראל ווייל ער אליין האט געהאקט כמעט אויף אלע גדולים.

איך מיין אז אין סאטמאר איז אנגענומען א גירסא אז דער רבי האט נישט געזאגט קיינמאל ימ"ש אויסער אויף איינעם.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 5:05 pm
דורך אסטראלאג
די איינציגסטע "מכלומרשט רעליגיעזע פירער" וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע פלעגט זאגן און געשריבן בכתב יד קדשו אין אגרות מהרי"ט, תשובות דברי יואל, איז אויף הרב קוק - ימ"ש.

אויף אינדיווידועלע רשעים מסיתים ומדיחים, אדער פרייע אפיקורוסים, פלעגט ער כסדר זאגן ימ"ש, שר"י, רשע, וכו'
פשוט ווי די הלכה פארלאנג.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 6:38 pm
דורך איך אויך
Don't feed the troll.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:20 pm
דורך כרם זית
אגב, אין זיין באקאנטע תשובה אויף הרב קוק זצ''ל, שרייבט ער נישט ימח שמו אפילו איין מאל אויכנישט. יא ער שעלט אים אוועק ווי נאר אן אפשטאמיגע פון ח''י דורות שומרי הברית קען (וידוע שברית המעור מכוין כנגד ברית הלשון), אבער אפילו איין מאל ימ''ש שרייבט ער נישט.

נישט אז עס מאכט אויס. הרב קוק איז די זעלבער צדיק אדער נישט צדיק אפגעזען וואס אנדערע רבנים האלטן, וכלפי שמיא גליא. איך וויל נישט באלד אויסזען ווי די משוגעים פון עולם הביצה (אגב, יעצט פארשטיי איך פארוואס ביצה איז א מואס'ע ווארט, ומתורץ השגת התפא''י על המהרש''ל,) וועלכע זענען דן צי די אומגעקומענ'ע אין א''י הי''ד, קענען אנגעריפן ווערן קדושים. כ'מיין וואס פינקלעך איז דיר א חילוק? זיי זענען דאך שוין בבי''ד של מעלה און דארט ווייסט מען פינקלעך ווי אזוי זיי דן צו זיין. און אויך וואס איז די אומפארגינערישקייט פון טיילן די 'קדושים' קארטלעך? וואס גייט דיר אן אז א צווייטער איד ווערט אזוי באטיטלט? כ'מיין אז עס איז וויבאלד די מענטשן זענען מיזרעבאל אין זייער אידישקייט. כ'אטש זיי וועלן עס נישט מודה זיין איז אבער די תרי''ג מצות ביי זיי תרי''ג פראבלעמען און זייער נחמה איז אז לאחר מאה ועשרים וועלן זיי האקן סטעיק און בועל זיין שבעים זקנים. און דא נעמסטו א איד וועלכער האט אינדזויט זיין לעבן און געסט אים א פעס צו עולם הבא נאר ווייל ער איז געהרגט געווארן פארן זיין א איד?! דעטס נאט פעיר!

אבער למען האמת ההיסטורי איז עס פינקאטיש אז המהרי''ט האט קיינמאל באטיטלט מהראי''ה אלס א ימחשמוניק (די איינציקסטע ימחשמו'ניק' וואס איך קען, וועלכע איז פורש מדרכי ציבור איז @אסטראלאג).

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:59 pm
דורך אסטראלאג
איך וועל באלד ברענגען א בילד דערפון.
הרב קוק ווערט נישט ווייניגער ימח שמו'ניק אפילו להבדיל רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט נישט אזוי געשריבן.
מרן זי"ע שרייבט אויף אים רשע וכו' דאס איז אסאך שטערקער ווי ימ"ש.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:47 pm
דורך כף הקלע
דער אראבישע/פאלעסטינע שאל וואס דער מחריב קרתא גייט אלס פאר די פרעס פאסט אים זייער שטארק. איך מיין אז ער זאל עס קובע זיין אלס א חלק פון טאג טעגליכען מלבוש און ער זאל ג'יין דערמיט אין שיל, צו שמחות אא"וו.

נאך מער, די אלע שלש מאות ברכים זאלען עס אנטון אלס חלק פון זייער אפיציעלע לבוש, צו מאכען א קלארע אנערקענונג ווער זענען פון די קליינע הויפען איבער געבליבענע ערליכע יידען.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:26 pm
דורך אסטראלאג
כף הקלע: דרך ארץ קדמה לתורה.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: זונטאג אקטאבער 29, 2023 11:58 pm
דורך berlbalaguleh
כרם זית האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:20 pm אגב, אין זיין באקאנטע תשובה אויף הרב קוק זצ''ל, שרייבט ער נישט ימח שמו אפילו איין מאל אויכנישט. יא ער שעלט אים אוועק ווי נאר אן אפשטאמיגע פון ח''י דורות שומרי הברית קען (וידוע שברית המעור מכוין כנגד ברית הלשון), אבער אפילו איין מאל ימ''ש שרייבט ער נישט.

נישט אז עס מאכט אויס. הרב קוק איז די זעלבער צדיק אדער נישט צדיק אפגעזען וואס אנדערע רבנים האלטן, וכלפי שמיא גליא. איך וויל נישט באלד אויסזען ווי די משוגעים פון עולם הביצה (אגב, יעצט פארשטיי איך פארוואס ביצה איז א מואס'ע ווארט, ומתורץ השגת התפא''י על המהרש''ל,) וועלכע זענען דן צי די אומגעקומענ'ע אין א''י הי''ד, קענען אנגעריפן ווערן קדושים. כ'מיין וואס פינקלעך איז דיר א חילוק? זיי זענען דאך שוין בבי''ד של מעלה און דארט ווייסט מען פינקלעך ווי אזוי זיי דן צו זיין. און אויך וואס איז די אומפארגינערישקייט פון טיילן די 'קדושים' קארטלעך? וואס גייט דיר אן אז א צווייטער איד ווערט אזוי באטיטלט? כ'מיין אז עס איז וויבאלד די מענטשן זענען מיזרעבאל אין זייער אידישקייט. כ'אטש זיי וועלן עס נישט מודה זיין איז אבער די תרי''ג מצות ביי זיי תרי''ג פראבלעמען און זייער נחמה איז אז לאחר מאה ועשרים וועלן זיי האקן סטעיק און בועל זיין שבעים זקנים. און דא נעמסטו א איד וועלכער האט אינדזויט זיין לעבן און געסט אים א פעס צו עולם הבא נאר ווייל ער איז געהרגט געווארן פארן זיין א איד?! דעטס נאט פעיר!

אבער למען האמת ההיסטורי איז עס פינקאטיש אז המהרי''ט האט קיינמאל באטיטלט מהראי''ה אלס א ימחשמוניק (די איינציקסטע ימחשמו'ניק' וואס איך קען, וועלכע איז פורש מדרכי ציבור איז @אסטראלאג).
כרם זית: דו פארדינסט 10 לייקס...יפה דיברת...!

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:00 am
דורך כרם זית
יפה תורה עם דרך ארץ.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:03 am
דורך שמעקעדיג
אסטראלאג האט געשריבן: כלל ישראל טוט ווארעם באגריסן

אינטרעסאנט איך האב געהערט זיי טוען באגריסן אביסל טשילי, נישט ווארעם.

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:44 am
דורך מתתיהו
כרם זית האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 8:20 pm (אגב, יעצט פארשטיי איך פארוואס ביצה איז א מואס'ע ווארט, ומתורץ השגת התפא''י על המהרש''ל,)
מה זה?

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:09 am
דורך איטשע מאיר
א פלא, אז דער איראן כומעני, זאל נישט מאכן דאס מינדעסטע קליינע סורטש, און זעהן אז ער האנדלט דא מיט דריי וויינזיניגע צופידלטע אינדעווידואלן. און פארן חטא פון מאכן דאס גענאר פון אים וואלט ער זיי געדארפט פטרן על אתר…. ווי מעפירט זיך אין זייערע מקומות.

סווערט מער און מער קלאר, אז איראן איז א נעבעכדיג לאנד מיט באגרענעצטע חכמה….

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 12:58 pm
דורך אסטראלאג
איראנער פרעזידענט כומעני יר"ה ווייסט אז דאס איז א ארגאניזאציע אנגעפירט דורך קבוצות אידן.
און ווייסט אויך אז די שטעלונג פון די אלגעמיינע יודענטום ארום דער וועלט, האלט בעצם אז די ציוניסטישע מדינה איז קעגן די תורה, און די ציונים פארטרעטן זיי נישט.
און מיט דעם אלעם נעמט ער אויף די קליינע קבוצות אידן, פארט וואס ער זעט נישט טויזענטער אידן שטיין מיט פאלעסטינע פענער. דאס ווייזט אויף גבורה. נישט גאה

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:24 pm
דורך berlbalaguleh
כף הקלע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 9:47 pm דער אראבישע/פאלעסטינע שאל וואס דער מחריב קרתא גייט אלס פאר די פרעס פאסט אים זייער שטארק. איך מיין אז ער זאל עס קובע זיין אלס א חלק פון טאג טעגליכען מלבוש און ער זאל ג'יין דערמיט אין שיל, צו שמחות אא"וו.

נאך מער, די אלע שלש מאות ברכים זאלען עס אנטון אלס חלק פון זייער אפיציעלע לבוש, צו מאכען א קלארע אנערקענונג ווער זענען פון די קליינע הויפען איבער געבליבענע ערליכע יידען.
כף הקלע: איך האלט פארקערט. אז מ'דארף איהם אוועקכאפן דאס אראבישע טלית'ל. דאמאלס וועט ער ווערן אויס קאפעליטש מאכער.