בלאט 6 פון 11

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 12:53 pm
דורך שפילער
מעג מען רופן מיט די זעלבע צונאמען היטלער ימח שמו וזכרו הערצל ?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 1:20 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:53 am
אלפא: דער מעהדי האססאן איז נאך גאנץ "אבדזשעקטיוו" פאר אן אראבער. נאר זיי אלע פארפעהלן ארויסצוברענגען די צענטראלע נקודה. אז די רציחות פון שמחת תורה וואס די גרויזאמע מערדערס פון כאמאס האבן אדורכגעפיהרט זענען געווען אינגאנצן נישט פראוואצירט . און זענען אפן אקעגן זייערע "גענעווא קאנווענשן" געזעצן.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 5:21 pm
דורך סקעפטיקער
אלפא האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 10:53 am
ער איז נישט אינגאנצן גערעכט. רעטאריק געזאגט בשעת כעס איז נישט וויאזוי מ'באשלוסט intent, איך גלייב אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה זענען נישט געהערט געווארן בעסערע ווערטער אנטקעגן די דייטשן (אריינגערעכנט ציווילע). די פאקט בלייסט אז די וועג וויאזוי מדינת ישראל גייט צו צו די מלחמה איז נישט וואס מ'טוט ווען די ציל איז Genocide. זייער ציל איז צו אראפברענגען חאמאס.
(נעמען נתניהו'ס ווערטער פון עמלק איז סתם נאריש, עס מיינט נישט גארנישט)

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 7:43 pm
דורך ברוך שפינוזה
סקעפטיקער: ס'איז א שאד זיך צו טענה'ן, זי דראפעט זיך סתם אויף גראדע ווענט אבי צו קענען האבן טענות, איך פארגין עס איר מיט'ן גאנצן הארץ :)

וואס יא, נאכ'ן אויסהערן דעם שיינעם מוסר דרשה איז אן אנדערע קליפ ארויפגעקומען אויף מיין פיעד ווי א נייעסרעפארטער טענה'ט זיך אויס מיט א פוילישער באאמטער פארוואס פוילן נעמט נישט אריין קיין מוסולמענע פלטים, ס'קומט נישט ממש אריין דא אבער ס'איז פונעם זעלבן ענין, ס'האט מיר געקאסט א גוטן לאך.


Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:19 am
דורך אלפא

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:47 pm
דורך חובב ציון
אלפא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 10:19 am
דער איז גרייט אויפצועסן לעבידיגערהייט די שפירא..

פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:58 pm
דורך אלפא
חובב ציון האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:47 pm
פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?
https://en.wikipedia.org/wiki/2018%E2%8 ... r_protests

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:04 pm
דורך שפילער


ווער איז דעי זכר?...

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 7:22 pm
דורך אלפא


דאגלאס מאררי - א באקאנטע אידן פריינט, מיט אביסל קלארקייט..

באופן כללי באמערק איך מער און מער וויאזוי די רעטאריק ארום די מלחמה קען זיך בשום אופן נישט האלטן גראד פאר קיין מינוט - פון אלע זייטן.
יעדעס ווארט וואס מ'זאגט גייט גלייך אריין אין די ביינערי פון אנטי-סעמיטיק/איסלאמא-פאביק, רעכט/לינק, ראסיסם/WOKE, אפרעסאר/אפרעסט, ליגנער/הייליג, זייער/אונזער, א.א.וו. עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסצוזאגן קיין גראד ווארט, און די אטאמאטישע קאטעגראזירונג גיבט נאר צו צום פארטיזאנעם נאטור אז אפי' איינער וואס וואלט לכתחילה פראבירט צו זיין מער מאדערעט וועט בס"ה אויפגעבן און זאגן אלעס וואס ליגט אים אויפן הארץ על אף די אויל וואס עס לייגט נאר צו, וחוזר חלילה. אזש עס פילט זיך ווי אין די גלעזל קאווע בשעת'ן עס אויסמישן מיטן לעפל - ווי אין די צענטער איז ליידיג און אלע ווערן געשטופט צו איין זייט אדער די צווייטע לויטן ריטעם, מ'דארף נאר אידענטיפיצירן ווער און וואס עס שטייט איבער דאס פאליטיש 'קאך לעפל' כעת אין די וועלט.

מ'דארף וויכטיג אנקומען צו א געוויסע פלאץ וואו עס הערשט מער טאלערירונג, מער הומיליטי, און מער געדולד, טאקע צו די נאן-סענס, ליגנטס, און אפי' רשעות פון די קעגנער, ווייל אויב נישט גייט זיך די שפיגל טענה'ריי אנהאלטן פאר אייביג און נאר עסקעלעיטן וואס א טאג מער עס גייט פארביי...

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:39 pm
דורך בר גיורא
שפילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:04 pm

ווער איז דעי זכר?...
א פרא חאמאס אנטי ישראל און א רעדזשיסטעד ס**ס אפענדער...

William Scott Ritter Jr. is an American author, international relations analyst, former United States Marine Corps intelligence officer, former United Nations Special Commission weapons inspector, and a convicted sex offender.

https://en.wikipedia.org/wiki/Scott_Ritter

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
שפילער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 6:04 pm

ווער איז דעי זכר?...
ער זאגט אזעלכע געשמאקע זאכן וואס הרב ישראל דויד ווייס האט זייער שטארק ליעב צו הערן. ער איז משבח די כאמאס און זאגט אז זיי האבן אדורכגעפיהרט א געלונגענע מיליטערישע אפעראציע. נאר ער רעדט אפיקורסות און כפירה. ער זאגט (מיט איין זייט פון זיין פיסק) אז מדינת ישראל האט רעכט צו עקזיסטירן. וויאזוי קען אן ערליכער איד אזוי ווי הרב ווייס און דער אסטראלאג הערן אזעלכע דברי כפירה. (דער אסטראלאג פארשטייט, מסתמא נישט וואס דער גוי רעדט. נאך א מזל)

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 07, 2023 10:01 pm
דורך טראלל
אלפא האט געשריבן:באופן כללי באמערק איך מער און מער וויאזוי די רעטאריק ארום די מלחמה קען זיך בשום אופן נישט האלטן גראד פאר קיין מינוט - פון אלע זייטן.
יעדעס ווארט וואס מ'זאגט גייט גלייך אריין אין די ביינערי פון אנטי-סעמיטיק/איסלאמא-פאביק, רעכט/לינק, ראסיסם/WOKE, אפרעסאר/אפרעסט, ליגנער/הייליג, זייער/אונזער, א.א.וו. עס איז פשוט נישט מעגליך ארויסצוזאגן קיין גראד ווארט, און די אטאמאטישע קאטעגראזירונג גיבט נאר צו צום פארטיזאנעם נאטור אז אפי' איינער וואס וואלט לכתחילה פראבירט צו זיין מער מאדערעט וועט בס"ה אויפגעבן און זאגן אלעס וואס ליגט אים אויפן הארץ על אף די אויל וואס עס לייגט נאר צו, וחוזר חלילה.
די סיבה איז ווייל די גאנצע וויכוח ארום דעם ישראל-פאלעסטינע "קאנפליקט" האט מען מתחילה אויסגעטראפן סתם אנצזייען חילוקי דעות זיך צו האלטן פארנומען, סתם זאגן א מיינונג אז דער אמת זאל געזאגט ווערן איז דאך נישט אינטערעסאנט, מ'קען פאר די זעלבע געלד אנאליזירן די חילוקים אין הנהגה צווישן ארז און נחמן. ס'איז די זעלבע בחינה ווי גענדער אידענטיטי פאליטיקס און אנדערע אזעלכע סארט שטותים, אזויווי דער עולם איז לאנגווייליג נעמט מען א מינדערוויכטיגע אישו און מ'בלאזט עס אויף להגדיל תורה ולהאדירה, נאר גראדע איז פונקט די גורל געפאלן אויף אונז, ס'וואלט פונקט אזוי געקענט פאלן אויף סיי וועלכע פון די צענדליגע קאנפליקטן און מלחמות איבער די וועלט וואס מאנען פילפאכיג מער קרבנות אויף א טעגליכן פארנעם. אבער דו קענסט נישט ערווארטן פון איינער פון די גרויסע מיינונגסזאגער דאס צו זאגן ווייל מיט דעם הארגעט ער אוועק זיין פרנסה, ס'איז פונקט ווי דו זאלסט אנרופן א בראוקער אז דו ווילסט קויפן א הויז און ער ענטפערט דיך אז גראדע קען ער איינער וואס האט א הויז צו פארקויפן און פארוואס זאלסטו נישט נעמען יענעמ'ס טעלעפאון נאמבער און האנדלען מיט יענעם דירעקט פשוט צו שפארן דיין צייט און געלד :lol:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 9:45 am
דורך אלפא
זיי מסביר 'ווער' האט עס 'גענומען' און אויפגעבלאזן? וויאזוי פונקטליך האט זיך עס אויפגעבלאזן? איז געווען עפעס אזא אפמאך צווישן די אונטערוועלט-מידיע-מאפיאנערן וכדו'? פארוואס איז דאס אזוי הייס אויף סאציאלע מידיע פון די מינוט פון די אטאקע?

איך זע דא אן אמת'ע קאמפליצירטע סוגיא, א חלק אלס די פסיכאלאגיע דערפון וואס נעמט אריין אנטי-סעמיטיזם א.ד.ג. און א חלק אלס די היסטאריע און פאליטיקס דערפון וואס איז בכלל נישט שיינעדיג און קלאר אויף קיין איין זייט (והא ראי' איינס פון די צוויי האלבע וועלט גייט זיך רעגן איבער וועלכע זייט דו נעמסט נאר...)

מיין שאלה איז מער געווען איבער סאסייעטי בכלליות פארוואס טאלעראנץ איז אריינגעפארן אין דר'ערד און פארוואס שטופט מען אריין יעדער וואס וואויסט זיין שטומע אין איינס פון די צוויי זייער שמאלע איינזייטיגקייטן?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 11:19 am
דורך אלע צוזאמען
אלפא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:58 pm
חובב ציון האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 1:47 pm
פין וועלכע פרידליכע מארש רעדט ער בכלל ?
https://en.wikipedia.org/wiki/2018%E2%8 ... r_protests
און דאס איז פרידליך?!?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:19 pm
דורך פונדאַמענטאַל
Piers Morgan אין א טוויטער מלחמה מיט נישט קיין צווייטען ווי Benny Friedman...
https://x.com/BennysMusic/status/172225 ... IQldg&s=09

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 2:26 pm
דורך שפילער


:lol: :lol:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:12 pm
דורך חובב ציון
צוויי משוגעים...
די פיערס איז נאך די גרעסטע אורח וואס האט ער געטראכט מיטן זיי ביידע ארויפברענגען..?

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 1:44 pm
דורך טמיר
אייזענע פרענק קאול מיט הארווערד יונעווערסיטי אנצינעמען א כאמאס קעמפער.

איז דאס אן עכטע call?


Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 7:14 pm
דורך אלפא


לכאו' די בעסטע אנאליז דערווייל צווישן אלע וואס איך האב נאכגעפאלגט!

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:28 pm
דורך שפילער
Omg דעי פירס מארגן איז אייזן ער האט צאמגעזעצט דעם שמולי בוטח מיט דעם Mohammed Hijab

גרייטס אן די פאפקארן


Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 4:36 pm
דורך ברוך שפינוזה
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 2:26 pm

:lol: :lol:
:D :lol: :like !?How is this not staged

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 5:59 pm
דורך חובב ציון
דאס האלטן בילדער אין אריינהאקען איז היפאקראטיש פין די מוחאמעד ימ"ש, ער איז געקומען דא פאר א דעבאטע זיך אויסצוטענהן אז עס איז דא טויטע ווייס איך,
ער האט געוואלט אז רעביי שמואלי זאל אגאנצען צייט האלטען א בילד פין א טויטע ישראלישע בעבי... דאס קענן די חעברע גוט האלטן בילדער.. עס איז אויכעט נאריש דאס אריינשרייען אין גיין פרעזענליך.

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 6:25 pm
דורך שפילער
ביידע גייען פערזענליך, דער חילוק איז נאר אז מאהמיד גייט אביסל טיפער ווייל ער רעדט וועגן זיין ס***ביזנעס, איך מיין אז שמואלי וואלט נישט געדארפט ווערן אזוי אפענדעד פון אים און זיך אויסלאכן, די וועג וויזוי שמולי שרייט אויף אים א גאנצע צייט מאכט אים אויסזעהן שוואך.