בלאט 6 פון 6

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 5:22 pm
דורך צפת
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:22 pm עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...

(עה, נאר א דזשאוק...)

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 5:22 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:22 pm
מנהל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:02 pm
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 3:31 pm וואס דעפינירט אקטיוו? אריינלאגירן? שרייבן? וואס איז מיט אזא ניק ווי קופערניקוס? זר זהב? מ'גייט איהם אויסשפארן?
פארוואס נישט ליינען די ערשטע הודעה פון די אשכול, און נאכדעם פרעגן אויב ס'איז נאך עפעס שווער?
פארוואס נישט זאגן די זעלבע זאך אויף אביסל מער א איינגענעם אופן?

בכלל נאכן ליינען דארט איז מיר אויך נישט קלאר צו מ'רעדט פון א יאר אדער איבער די ערשטע יאר.... עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
אזוי זעהט מיר אויך (ליידער) אויס.

זיכער דארף צו זיין קאנטראל. נאר אז מ'באשרענקט די פרייהייט פון ווארט מער און מער א יעדן טאג. און מ'מעקט תגובות און מ'שיקט "ווארענונגען פון אן אדמיניסרעטאר" א יעדן שני וחמישי פשוט ווייל איינער האט א ביסל אן אנדערע מיינונג. אדער ער מאכט א זייטיג ווערטל.

די תירוצים זענען נישט וויכטיג. דאמאלס זענען די ערווארטעטע תוצאות די וועלכע קורקלענד האט געשריבן. ועוד. דאס איז אויך א סיבה פארוואס געוויסע גוטע שרייבערס האבן איבערגעלאזט די סייט. און ס'געט חומר למחשבה פאר אנדערע אויך צו טון די זעלבע.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 5:25 pm
דורך kolal1
מנהל האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:48 am מיר גייען אי"ה אין די קומענדיגע שעות אדער טעג מאכן א פרישע קלין-אפ פאר אלע אומאקטיווע מעמבערס. אזוי ווי מיר קענען נישט יעצט אקטיוויזירן פרישע ניקס, לייג איך ארויס די דערמאנונג פאראויס ווייל די וואס פארלירן מעמבערשיפ וועלן נישט קענען צוריקקומען מיט א נייע ניק.
ווען פליעט מען וויפול דארן מען יא אדערנישט שרייבן

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 7:23 pm
דורך שעפטאל
צפת האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 5:22 pm
קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:22 pm עניוועיס ס'זעהט אויס ווי ס'קומט איין טאג א מאסן דזשענאסייד סייוויסיי דא. ס'ווערט מער און מער טייט. דאס פלאץ איז שוין פון לאנג דיאגנאזירט, ס'גייט דורך טריטמענטס, נאכדעם וועט קומען האַספּיס און נאכגעפאלגט מיטן טויט.
דאס איז דאך די דיל מיט די עסקנים... מ'וועט עס פארמאכן צוביסלעך, אז מען זאל נישט באמערקן אז עפעס איז דא געשען...

(עה, נאר א דזשאוק...)
כ'פראביר גוט אויסצוהערן אלעס וואס די מנהל זאגט נישט...
כ'בין מציע מיין השערה ואם שגיתי המנהל הטוב יכפר...
לויט מיין השערה איז נישט די מנהל'ס פלאן עס צו פארמאכן, ער וויל עס קאמירשעל'ייזן, סיסטעמ'ייזן, אייוועלט'זירן.
ס'האלט שוין אסאך נענטער ווי ווייטער, ס'ברענגט אסאך מער כמות'דיגע תגובות. נאך אביסל וועט ק"ש זיין ביים אלגעמיינעם חסידישן ציבור אזוי אסור ווי דעם כותל.

אויב ס'איז נישט דעם דעת הרוב, וועט עס ווערן דעם דעת הרוב. (ע"י כמה דרכים, ישר ובעקיפין.) דער וואס וויל נישט וועט זיך מיזן זיכן אן אנדערע'ן מקום צו פארברענגן.

והסיבה פשוט היא. ס'לוינט נישט אויפצוהאלטן פאר הונדערט אירע. ואשר על כן, איז נישטא וואס צו רעדן, אויב די כמות שטייגט נישט, וועט עס זיך סייווי חלילה פארמאכן.

ווי נאר מ'האט געמאלדן אז מ'גייט נישט אקטיוויזירן נייע ניקים האבעך געשריבן אין אן אנדערע פלאץ אז די סיבה איז כדי מ'זאל בהכרח שרייבן כדי נישט צו ווארט'ן לאנג ביזן ווערן אנגענימען נאכאמאל. (נבואה ניתנה לשותים...)

שטייצעך. דאס איז מיין אייגענע טריפ, אייגענע געבעקס. ודברי בטלים ומבוטלים להאמת.
ווי אויכעט נעם איך מער נישט קיין צדדים איבער ק"ש. ווי סקעפטיקער האט שוין געשריבן אז ס'מאכט סייווי נישט אויס. ס'איז נכסי יחיד וכו'.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 7:53 pm
דורך וואלווי
צוקוועטשטע איילבירטן האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 4:28 pm אבער למעשה ארבעט די מהלך, דער עולם שרייבט אסאך לעבעדיגער
ביסט א פיין איילבירטן קוועטשער, קוועטשט ארויס וואס אנדערע קוועטשן ארויס צו געבן צוקוועושטערהייט.

Keep on squeezin

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 7:55 pm
דורך וואלווי
דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 8:10 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:55 pm דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

איך פלי אהין און צוריק, איך פלי ארויס און דערנאך פלי איך צוריק אזא בחינה פון
משלחת וחוזרת…

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 8:50 pm
דורך ראדני
אזויווי מען פאדוצירט מער נישט קיין נייע ניקים, און די סופליי האט אויפגעהערט וואקסן אבער די דימענד איז נאך דא , קומט אויס אז די ווערט פון ניקים גייען מורא׳דיג שטייגען איבער די קומענדיגע יארן, ובכן איך לייג דא ארויס מיין ראדני ניק אויף צים פארקויפן די ליציטאציע הייבט זיך אן ביי צעהן טויזענט.

ווען ביטקוין איז אנגעקומען צו פופציג אלפים האט מען זיך געגעסען פארן נישט קויפן קיין ביטקוין, חברה דעיס איז די אפ ענד קאמינג ביטקוין, א וואנס אין עי לייפטיים אפערטוניטי, לויפט און קויפט.

$10,000 פאר ראדני צום ערשטן מאל
$10,000 פאר ראדני צום צווייטען מאל
נו קומט אין אישי

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 9:49 pm
דורך צוויי
פלצתי

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2024 10:17 pm
דורך berlbalaguleh
ראדני האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 8:50 pm אזויווי מען פאדוצירט מער נישט קיין נייע ניקים, און די סופליי האט אויפגעהערט וואקסן אבער די דימענד איז נאך דא , קומט אויס אז די ווערט פון ניקים גייען מורא׳דיג שטייגען איבער די קומענדיגע יארן, ובכן איך לייג דא ארויס מיין ראדהי ניק אויף צים פארקויפן די ליציטאציע הייבט זיך אן ביי צעהן טויזענט.

ווען ביטקוין איז אנגעקומען צו פופציג אלפים האט מען זיך געגעסען פארן נישט קויפן קיין ביטקוין, חברה דעיס איז די אפ ענד קאמינג ביטקוין, א וואנס אין עי לייפטיים אפערטוניטי, לויפט און קויפט.

$10,000 פאר ראדני צום ערשטן מאל
$10000 פאר ראדני צום צווייטען מאל
נו קומט אין אישי
איך סו דיך (קלאג) אלס א (געוועזענער) מתפלל אין ראדני. ס'הייסט? דו האסט דיר גענימען א נאמען וואס איז באוואוסט ביי כלל ישראל אלס די גרעסטע? ביהמ"ד אין די וועלט. (אויסער בעלזא אין ירושלים און קיעפ סטריעט אין וויליאמסבורג, הס מלהזכיר).די גאנצע געלט וואס דו רעכנטסט צו באקומען פון די אוקשן וועסטו מוזן באצאלן פאר די "אינפרינדזשמענט" פון א קאפי רייט. ווער האט דיר געגעבן רשות זיך צו באניצן מיט א נאמען וואס (האט אמאל) רעפרעזענטירט כלל ישראל? דו האסט דאך נישט געפרעגט קיין רשות ביי ר' יחזקאל שמש אויב דו מעגסט דיך באניצן מיט דעם נאמען.

Re: 951 ניקס זענען פארמאכט געווארן

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2024 12:40 am
דורך בן ישי
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 8:10 pm
וואלווי האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 7:55 pm דערמאנט א ווערטל...
קרית ויזניץ איז די עלסטע ערפארט אין בני ברק, מ'פליעט שוין פון דארט א גוטע פופציג יאר...

ס'דא א קלער אז קאווע שטיבל איז אויך אן ערפארט...

איך פלי אהין און צוריק, איך פלי ארויס און דערנאך פלי איך צוריק אזא בחינה פון
משלחת וחוזרת…
מיר בענקן זיך נאך דיר!