בלאט 6 פון 8

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:46 am
דורך אסטראלאג
פאללאק האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:24 am זייער ווייטאגליך וואס דא גייט פאר, מיטגעהאלטען א מעשה ווי א משפחה איז שעור נישט צוגרינד געגענגען צוליב ארויף געצווינגענע פרומקייט.
ליידער א אפטע ערשיינונג ר"ל
פילע מאל ענדיגט זיך עס נישט גוט און ס'שוין צו שפעט.

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:52 pm
דורך קליינע צדיק
איז איינער פון די קרית יואל'ע דיין ר' געציל'ס קינדער א גרויסע חתן מדריך?

ווייל איינער פארציילט מיר אז ער איז געגאנגען צו דעם חתן מדריך (איך ווייס נישט ווער עס איז מיך פשוט געזאגט ר' געציל'ס זון)
און ער האט אים במשך השנים כמה פעמים געזאגט אויף פארשידענע שאלות און שמועסן בענינים הללו
אז אויף דעם פרעג נישט מיין טאטע, ער פארשטייט נישט צו דעם און צו די היינטיגע עולם און מציאות
ווייס איך נישט אויב עס איז אמת, אבער אויב יא, איז גאר ווייטאגליך אז די וואס טוען אין דעם ווייסן אז די רבנים פארשטייען נישט, נאכדערצו א זון,
און זיי ארבעטן נישט אריין בכל הכח כאטש אביסל אויפצועפענען די רבנים, צו פארשטיין די מצב און די חורבן פון זייער צוגאנג
חוץ אויב מ'האט שוין פראבירט און עס גייט נישט

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:43 pm
דורך מופת הדור
דאכט זיך אז ר' געצילס נאמען איז דערמאנט געווארען( מער פון אלע אנדערע פרומע רבנים) דא אויף ק"ש ביי די מערכה קעגן "זכו" אז ער האט זיך נישט געלאזט פון די עסקנים

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:53 pm
דורך פאללאק
אבער למעשה איז ער פאר'חתמ'ט אויפן קול קורא קעגן בולגריי
איך פרעג שוין נישט היינט...

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:03 pm
דורך קליינע צדיק
האט ער בכלל א זון א חתן מדריך?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:15 am
דורך צומישט און צוחישט
זיין טאכטער מרת (מלשון מרה כלענה) טייטלבוים (אשת ר' משה) איז א פעמיס כלה טיטשער ביי מהר"א אין ק"י, זי האט א אקטיווע יד אין פארמאכן די מוחות און פארשטאפען די אינטימישע געפילן און צרכים פון צענדליגע יונגע ווייבלעך, און זי איז נאך א גאנצע סימבאל פאר אנדערע און דאכציך מיר אז ביי די ארוינים ווערט מען נישט אפראווד עס ע כלה טיטשער נאר אויב זי גיבט די הסכמה..

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:12 pm
דורך צקון לחש
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:15 am זיין טאכטער מרת (מלשון מרה כלענה) טייטלבוים (אשת ר' משה) איז א פעמיס כלה טיטשער ביי מהר"א אין ק"י, זי האט א אקטיווע יד אין פארמאכן די מוחות און פארשטאפען די אינטימישע געפילן און צרכים פון צענדליגע יונגע ווייבלעך, און זי איז נאך א גאנצע סימבאל פאר אנדערע און דאכציך מיר אז ביי די ארוינים ווערט מען נישט אפראווד עס ע כלה טיטשער נאר אויב זי גיבט די הסכמה..

דו עקספעקסט אוודאי נישט פון איר צו אפלעבן א שמייליג לעבן און דערנאך צוזעהן ווי די קינדער און אייניקלעך לעבן זיך א חיים טובים...

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:17 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זאקן האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 11:37 pm איך קען איינעם וואס זיין ווייב האט זיך זייער געמוטשעט מיט די מצוה, מיין ווייב האט איר געגעבן א נאמבער פון איינעם וואס העלפט ארויס מיט די פראבלעם, יענע וואך האט איינער אויפגעהאנגען צעטלעך אקעגן יענעם מענטש, פארשטייצעך ס'איז געווען אונטערגעשריבן די זעלבע דיין וואס איז אקעגן אלעס וואס קען אפשר גרינגער מאכן איינעמ'ס לעבן (זי געהערט נעבעך צו יענע חסידות), יענעמ'ס פרוי האט שוין נישט געוואלט גיין וויבאלד מ'האט עס גע'אסר'ט, אזוי איז אדורך געגאנגען אפאר חדשים ביז זי האט איינגעזעהן אז עס קען נישט מער אנגיין אזוי (זי האט געוואלט גיין דווקא צי א חסידישער), זי איז געגאנגען פאר העלפ צו יענע מענטש און געהאלפן געווארן.

איך זאג אייביג, ווילסט מ'זאל נישט גיין צו איינעם? נישט קיין פראבלעם, שטעל אבער צו איינעם צו וועם מקען יא גיין (פארשטייצעך יענער דארף קענען העלפן, נישט מ'זאל שטעלן ז.ל.פ. טאכטער ווייל זי דארף געלט אויסצוהאלטן איר משפחה ווייל איר מאן לערנט נאך אין כולל).
וועלכע חסידות?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:54 pm
דורך צוויי
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:15 am זיין טאכטער מרת (מלשון מרה כלענה) טייטלבוים (אשת ר' משה) איז א פעמיס כלה טיטשער ביי מהר"א אין ק"י, זי האט א אקטיווע יד אין פארמאכן די מוחות און פארשטאפען די אינטימישע געפילן און צרכים פון צענדליגע יונגע ווייבלעך, און זי איז נאך א גאנצע סימבאל פאר אנדערע און דאכציך מיר אז ביי די ארוינים ווערט מען נישט אפראווד עס ע כלה טיטשער נאר אויב זי גיבט די הסכמה..
דאכט זיך מיר אז זי איז טאקע שילדיג אין די חתימות פון איר טאטע אנטקעגן די אלע סארטן וויכטיגע שיעורים

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:53 pm
דורך ים של שלום
פינקע בלומען האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:56 pm ohel m.pngOHEL M 2.png
For man.
איינער ווייסט ווי מען קען באקומען די ריקארדינג ?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:07 am
דורך געטרייע טאטע
וועלכע חסידות איז מרת בלוריי?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:55 am
דורך איינשטיינער
געטרייע טאטע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:07 am וועלכע חסידות איז מרת בלוריי?
ז'איז בכלל נישט קיין חסיד

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:04 pm
דורך געזונטערהייט
איינשטיינער האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 11:55 am
געטרייע טאטע האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:07 am וועלכע חסידות איז מרת בלוריי?
ז'איז בכלל נישט קיין חסיד
דאס אידער פראבלעם..
איז זי ווען משלנו - איז זי ווען כשר :)

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 4:21 pm
דורך Yesh
צקון לחש האט געשריבן: זונטאג יאנואר 21, 2024 1:12 pm
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:15 am זיין טאכטער מרת (מלשון מרה כלענה) טייטלבוים (אשת ר' משה) איז א פעמיס כלה טיטשער ביי מהר"א אין ק"י, זי האט א אקטיווע יד אין פארמאכן די מוחות און פארשטאפען די אינטימישע געפילן און צרכים פון צענדליגע יונגע ווייבלעך, און זי איז נאך א גאנצע סימבאל פאר אנדערע און דאכציך מיר אז ביי די ארוינים ווערט מען נישט אפראווד עס ע כלה טיטשער נאר אויב זי גיבט די הסכמה..

דו עקספעקסט אוודאי נישט פון איר צו אפלעבן א שמייליג לעבן און דערנאך צוזעהן ווי די קינדער און אייניקלעך לעבן זיך א חיים טובים...
פארווער עס קען איר ווייסט אז זי האט גאנץ גיט הנאה פון דעם וועלט. און איר מאן ר משה איז גראדע יא גאנץ א אפענער

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 10:08 pm
דורך געטרייע טאטע
אהא סא זי איז א ליטווישע אדער א מאדערנע?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 12:14 pm
דורך Visionary
דער פראבלעם מיט די מערכה אנטקעגן מרת בולגריי איז נישט קיין פראבלעם פון א פרט, עס איז א פראבלעם פון די כלל.

א גרויס חלק פון מערכות ווערן געפירט אן דעם וואס רבנים/עסקנים וואס פאנגען אן מערכות זאלן זיך באמת אריינלייגן און שטודירן די זאך. זיי הערן אפאר פרטים, און יאלא זיי שטעלן זיך פליקן חתימות. הרה"ג ר' שמואל ניימאן, מרת בולגריי, און נאך צענדליגע מערכות זענען געגאנגען אויף דעם וועג. זייער אסאך פון די וואס מען גייט ארויס אנטקעגן זיי זענען מענטשן וואס האבן אינפארמאציע וואס אסאך אנדערע רבנים האבן נישט, און די רבנים האבן זיך קיינמאהל נישט אראפגעזעצט צו הערן וואס זיי ווייסן.

מיר האט געזאגט א רב וואס דיעלט כמעט נאר מיט יורה דעה שאלות, נאך די פרשה פון הרה"ג ר' שמואל ניימאן, אז ווען די רבנים זאלן ווען דיעלן מיט די סארט שאלות וואס ער דיעלט מיט וואלטן זיי געטראכט צוויי מאהל פארן חתמ'נען. די פסוק פון וָאֲצַוֶּה אֶת שֹׁפְטֵיכֶם בָּעֵת הַהִוא לֵאמֹר שָׁמֹעַ בֵּין אֲחֵיכֶם וּשְׁפַטְתֶּם צֶדֶק בֵּין אִישׁ וּבֵין אָחִיו וּבֵין גֵּרוֹ איז אינגאנצן אויסגעמעקט ביי די רבנים. זיי זענען נישט געזיצן מיט קיינעם און אויסגהערט זייער טענות. די פראבלעם איז גאר א שטארקע און עס ווערט נאר ערגער מיט יעדע מערכה.

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:16 pm
דורך קליינע צדיק
די זעלבע זאך
אפי' ווען די רבנים וואלטן נאר אנגעפרעגט ביי אנדערע מענטשן, מענטשן וואס זיי האלטן פון, אבער מענטשן וואס טוען אין דעם ראשו ורובו, חתן מדריכים און כלה מדריכות וכדו', מענטשן וואס טוען אין שלום בית און מ'רעדט זיך אויס פאר זיי, אפי' היימישע, וואלט זיך אנטפלעקט פאר זיי א נייע וועלט! און לכאו' געטוישט זייער גאנצע בליק.

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 8:44 pm
דורך אינטערסאנטער
איך ווייס ערשטהאנטיג פון א רב וואס פלעגט שוין עטליכע יאר ריקאמענדן צו שיקן צו איר, דער רב האט זיך אריינגעלייגט אין די כלומפרשטע לשון הרע'ס און ער זאגט קלאר אז עס איז גארנישט ראנג מיט איר, נאר אדרבה ער איז מייעץ צו גיין צו איר.

נאר כמובן, ער וויל נישט ברבים ארויסקומען קעגן די טעראריסטן.

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 8:55 pm
דורך קליינע צדיק
ממילא זענען די טעראריסטן ידם על העליונה,
און דער המון עם ליידט פון דעם.

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:57 am
דורך [NAMELESS]
כ'הער אז ס'איז ארויסגעקומען א שטארקע בריוו וועגן די ענין פון א טוען אין לאנדאן. איינער האט עס אפשר?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:55 pm
דורך מייערן
אז מרעדט שוין די גאנצע מהלך דא און סאטמאר וויאזוי די כלה טיטשערס לערנען אויס איז אזוי ראנג ואכמ״ל, די פראבלעם איז אז דעי וואס זענען אן טאפ לאזן גארנישט טוהן וועגען דעים

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:52 pm
דורך Visionary
ששון ושמחה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:57 am כ'הער אז ס'איז ארויסגעקומען א שטארקע בריוו וועגן די ענין פון א טוען אין לאנדאן. איינער האט עס אפשר?
וואס איז די בריוו וועגן?

Re: שארפע מערכה קעגן שיעורים פון מרת בולגריי תחי'

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:21 pm
דורך שמעקעדיג
מייערן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:55 pm אז מרעדט שוין די גאנצע מהלך דא און סאטמאר וויאזוי די כלה טיטשערס לערנען אויס איז אזוי ראנג ואכמ״ל, די פראבלעם איז אז דעי וואס זענען אן טאפ לאזן גארנישט טוהן וועגען דעים
ווער למשל איז אן טאפ?
איך וואלט געוואלט רעדן צו זיי...