בלאט 6 פון 12

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:00 am
דורך כספי
זייער זייער א שיינעם און באלערנדן אשכול, א מחי', ייש"כ ר' משה איטשע פארן עפענען דעם אשכול.
מ'האט שוין אויסגעשמועסט אסאך גוטע נקודות, מיך האט די בעסטע געכאפט וואס @קהל'ס נער שרייבט
אבער ווי איינער האט שוין אנגעמערקט איז די קעפל אביסל פארפירעריש, די קעפל 'די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?' איז נוגע רובו ככולו – לכאו' – פון די וואס דרייען זיך דא, און ס'וואלט טאקע געווען א וויכטיגע ענין אויסצושמועסן, און @ברוך שפינוזה האט שוין געשריבן דא:
ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:25 am איינע פון די מעלות פון זיין פארהייראט מיט א פאנאטישע פרוי איז אז דו האסט א גאלדענע געלעגענהייט צו דעוועלאפן די סקיללס ארויסצושלעפן א מענטש פון איר self imposed prison, פאר איר אייגענע בענעפיט און פאר די בענעפיט פון אירע קינדער, ומתן שכרה בצידה שנאמר אם תוציא יקר מזולל כפי תהיה.
און מ'האט עם שוין געפרעגט וויאזוי מ'טוט עס
ים של שלום האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:03 am ווי לערענט מען זיך די סקיללס?
ביזדערווייל לא זכינו לתשובה, אפשר דארף מען עפענען א ספעציעלן אשכול איבער דעם ענין

אבער דאס וואס משה איטשע שרייבט:
Moshe itche האט געשריבן: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:15 pm בזמן הנידה איז ער נישט מקפיד איר נישט אנצורירן, או זי ווערט זייער נערוועז, וכ' וכ'.
דאס איז דאך געהעריג 'הטרדה מינית', רוב ליבעראלע לענדער האבן שוין היינט געזעצן קעגן מעריטל רעיפ אפי' די אייגענע מאן/ווייב, (ביי אונז איז עס שוין אסור אפאר טויזנט יאר)

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:18 am
דורך כספי
שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 7:44 pm אוי וויי! מיט מיטלייד!

כ'געדענק אין מיינע שווערע צייטן וועם כ'האב געפרעגט האט גענטפערט "די אייבישטער זאל העלפן זאלסט טרעפן די אמת.. ס'דא קירוב חברה וואס זענען אויסגעקאכט.."
איינער האט מיך פארזיכערט אז ער קען מיך אויפווייזן אידישקייט.
כ'האב זיך געזעצט מיט עם, זאגט ער "מיך קודם ווייז מיך אויף אז ס'קען נישט זיין אמת"...
איינער האט מיך פארזיכערט אז זיין משפיע קען מיך מאכן גלייבן. אבער נאכן שמועסן מיט עם האט ער נישט געוואלט כ'זאל עם טרעפן...

מיין שאלה איז מער נישט ווער ס'איז גערעכט, ווייל כ'וועל סייווי נישט וויסן.
אמונה אין גאט בכלליות אין און אידישקייט בפרטיות איז ביי מיך מער פראקטיש. כ'פלאן נישט זיך צו ספראווענען מיט גילט, נייע קולטורן וואס כ'בין נישט אויפגעוואקסן דערמיט, וכו'.

הלואי זאלסטו פשוט טראסטן זיך אליין, אויסהערן דיין הארץ, נעמען די וועג וואס איז די גרינג'סטע באקוועם'סטע.

ביי מיך איז ענדערש צו זיין א שוואכע איד, ווי א גאנצע גוי. (איבער שכר ועונש איז שוין דא אשכולות דא איבער גיהנום..)
דעם וועלט האב איך זיכער, יענע וועלט אפשר אויך, כ'בין דאך מלא מצות כרימון. 😍

לויט ווי כ'פארשטיי פון מורי ורבי @מי אני אמונה מיינט עפעס אזוי.. כ'בין מחליט צו גיין מיטן באשעפער.
הערליך!

דאס וואס דו זאגסט נאך פון מו"ר @מי אני איז מבואר אין די ווערטער פון רבינו @לעיקוואד דא
אפשר קענסטו צוצייכענען וואו זאגט עס מי אני?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:34 am
דורך שעפטאל
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 58#p537058 (דעם אשכול)

https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=514136#p514136

ובחתימתו
---

@כספי דו ביסט ווי די שטילע וואסערן וואס גראבן טיף. וואס דו האסט אלס צוזאמגעליינט בשעת איך גרעפּץ ארויס תגובות. כ'מעג זיך לערנען און צוריק מאכן א סדר הלימוד בק"ש.

איינער זאגט מיך אז די וועג איז צו ליינען אלע @לעיקוואד תגובות, פון דארט זעהט מען שוין וועלכע אשכולות (וואס זענען נאך אפן) צו ליינען.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 6:56 pm
דורך בן-עולם-הבא
איך זע ליידער נישט קיין אויסזיכט פאר א לייזונג.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:45 pm
דורך שמעקעדיג
ברוך שפינוזה האט געשריבן: די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט זיך וואס ער וויל ווען אין דער זעלבער צייט קען זי נישט ארויסקריכן פונעם פאנאטישקייט אין וואס זי האט זיך אריינגעגראבן.

איך שפיר אז דו שמירסט אריין אביסל גיפט צווישן די שורות, כדרכך. אלזא לאמיר עס מגיה זיין און פארבעסערן אביסל די לשון, בסדר?
די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט ליידער אפ כל דבר אסור, שקאצעריי און הארבע עבירות, ווען אין דער זעלבע צייט פירט זי זיך לויט די הייליגע מסורה וואס זי האט מקובל פון אירע עלטערן, אור עלטערן און הייליגע צדיקים, און לעבט א העכערע תורה'דיגע לעבן מיט דביקות בה'.

יעצט הערט זיך עס בעסער...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:02 pm
דורך ברוך שפינוזה
ס'הערט זיך בעסער אבער ס'שטינקט פון שקר. זאגן זאכן וואס זענען פאקטיש נישט ריכטיג איז א קליינע שקר, נוצן איררעלעוואנטע פאקטן צו פארדעקן און sugarcoat'ן די רעלעוואנטע מציאות איז נעקסט לעוועל שקר, דאס וואלט אפילו פאר די רעפארמער נישט איינגעפאלן, דיינע הייליגע צדיקים און אור-עלטערן הערן דאס און דרייען זיך איבער אין קבר, אויב האט זיך איינער געוואונדערט פארוואס איך האב אנגעזאגט נישט צו גיין צו די שלום בית מאכערס האט ער דא א לעבעדיגע ביישפיל.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:06 pm
דורך פונדאַמענטאַל
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 8:45 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט זיך וואס ער וויל ווען אין דער זעלבער צייט קען זי נישט ארויסקריכן פונעם פאנאטישקייט אין וואס זי האט זיך אריינגעגראבן.

איך שפיר אז דו שמירסט אריין אביסל גיפט צווישן די שורות, כדרכך. אלזא לאמיר עס מגיה זיין און פארבעסערן אביסל די לשון, בסדר?
די שאלה דא איז אך ורק פונעם ווייב'ס זייט וואס ס'עסט איר די געזונט אז איר מאן טוט ליידער אפ כל דבר אסור, שקאצעריי און הארבע עבירות, ווען אין דער זעלבע צייט פירט זי זיך לויט די הייליגע מסורה וואס זי האט מקובל פון אירע עלטערן, אור עלטערן און הייליגע צדיקים, און לעבט א העכערע תורה'דיגע לעבן מיט דביקות בה'.

יעצט הערט זיך עס בעסער...
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 9:02 pm ס'הערט זיך בעסער אבער ס'שטינקט פון שקר. זאגן זאכן וואס זענען פאקטיש נישט ריכטיג איז א קליינע שקר, נוצן איררעלעוואנטע פאקטן צו פארדעקן און sugarcoat'ן די רעלעוואנטע מציאות איז נעקסט לעוועל שקר, דאס וואלט אפילו פאר די רעפארמער נישט איינגעפאלן, דיינע הייליגע צדיקים און אור-עלטערן הערן דאס און דרייען זיך איבער אין קבר, אויב האט זיך איינער געוואונדערט פארוואס איך האב אנגעזאגט נישט צו גיין צו די שלום בית מאכערס האט ער דא א לעבעדיגע ביישפיל.
די שאלה איז נישט וועלכע איז אמת אדער שקר, עס איז באמת נישט רעלעוואנט. די פראבלעם מיט די ערשטע גירסה איז די דיסרעספעקט צום ווייב'ס זייט און די דילעגיטימאציע צו איר פאזיציע. אזוי ווי איך האב געשריבן
פריער, פעלט זיך אויס אז די מאן זאל איר רעספעקטירן איידער ער ערווארט די זעלבע פון איר.
ב.ד.וו. דאס איז א עפעס וואס וואלט זיך ערווארטעט פון איינער וואס איז שוין ארויסגעקראכן פון די דאזיגע פאנאטישקייט...

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm
דורך חדשים
איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm
דורך ברוך שפינוזה
חדשים: איך האב ארויסגעברענגט די רויע ווייטאג אזויווי ס'איז וואס אויב וויל מען עס היילן דארף מען דערויף פאקוסירן, ווען די פרומע פרוי עסט זיך די געזונט אז איר מאן איז מחלל שבת איז עס די אומפארגינערישקייט (for the lack of a better term) וואס עסט איר און גארנישט עפעס אנדערש, אין מה לעשות, און ס'מאכט נישט די מסורה מיט די זיידעס באבעס און רבי'ס א טראפקעלע ווייניגער הייליג! כ'וועל דיר זאגן וואס מאכט זיי ווייניגער הייליג, ווען מ'נוצט זיי אלץ א קאווער-אפ צו פארדעקן די עכטע געפילן אזויווי די שלום בית עקספערטס טוען רח"ל. דער גאט פון מיינע הייליגע זיידעס און באבעס האט געזאגט שמי הגדול שנכתב בקדושה ימחה במים כדי להטיל שלום בין איש לאשתו, גייען זיי און טוען פונקט קאפויער, מ'נוצט גאט אנצוזייען מחלוקת. וואס האבן זיי אויפגעטוהן? די ווייטאג האט מען נישט אויסגעהיילט, די שטוב צובראכן, און דעם מזבח געמאכט וויינען, און דערנאך קומען זיי מיט'ן כשר'ן חזיר פיסל אונז לעקטשורן איבער די הייליגע מסורה. איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איר האט נישט קיין חלק באלוה ישראל, אייערע זיידעס און באבעס שעהמען זיך מיט אייך, און ס'ווארט אייך אפ א גיהנם וואס איז דעם ראשית חכמה נישט איינגעפאלן.

ענדיוועיס ( 8-) :P :twisted: ), כ'האב מיך נאר אנגערופט ווייל דער פותח האשכול האט געזאגט אז ס'איז נוגע למעשה, מיין פוינט איז איין זאך, למען השם גיי נישט צו קיין היימישער שלום בית מאכער נאר צו א סעקולארע קאפל טעראפיסט וואס קען אנקוקן די זאך פונדרויסן אן קיינע נגיעות, זיכער מיט ווייניגער נגיעות ווי דער היימישער שלום בית מאכער. און דער טעראפיסט דארף בכלל נישט באקאנט זיין מיט אידישקייט, זיין מומחיות איז נישט אינעם פעקעדשינג פונדרויסן (אויף וואס די היימישע "עקספערטס" פאוקוסן) נאר אין די שווערע געפילן און ווייטאג וואס איז universal ביים איד ווי ביים גוי צוגלייך. אז נישט פאר דיך טוה עס פאר'ן הייליגן באשעפער, פאר די הייליגע מסורה, פאר די הייליגע אור-עלטערן און צדיקים, כ'וועל דיך לאזן אריינפילן וואס דו ווילסט נאר, אבער ביטע לאז נישט דיין עגא און אידישע שטאלץ דיך צוריקהאלטן פון זיך ווענדן צו די ריכטיגע מענטשן. איזהו חכם הלומד מכל אדם, ס'שטייט נישט הלומד מכל יהודי, ווייל נישט אלעמאל איז דער איד דער ריכטיגער שליח דיך צו פירן צום אמת, הצלחה רבה.

נ.ב. איך פלאן ווייטער נישט מגיב צו זיין ווייל ס'זעהט מיר אויס ווי דער פותח האשכול האט שוין פארשטאנען מיין פוינט.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:57 pm
דורך פונדאַמענטאַל
Gotta love אזא פרומע קנאישע שפראך קומענדיג פון @ברוך שפינוזה 😉

Re:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:07 pm
דורך נישנאש
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm חדשים: איך האב ארויסגעברענגט די רויע ווייטאג אזויווי ס'איז וואס אויב וויל מען עס היילן דארף מען דערויף פאקוסירן, ווען די פרומע פרוי עסט זיך די געזונט אז איר מאן איז מחלל שבת איז עס די אומפארגינערישקייט (for the lack of a better term) וואס עסט איר און גארנישט עפעס אנדערש, אין מה לעשות, און ס'מאכט נישט די מסורה מיט די זיידעס באבעס און רבי'ס א טראפקעלע ווייניגער הייליג! כ'וועל דיר זאגן וואס מאכט זיי ווייניגער הייליג, ווען מ'נוצט זיי אלץ א קאווער-אפ צו פארדעקן די עכטע געפילן אזויווי די שלום בית עקספערטס טוען רח"ל. דער גאט פון מיינע הייליגע זיידעס און באבעס האט געזאגט שמי הגדול שנכתב בקדושה ימחה במים כדי להטיל שלום בין איש לאשתו, גייען זיי און טוען פונקט קאפויער, מ'נוצט גאט אנצוזייען מחלוקת. וואס האבן זיי אויפגעטוהן? די ווייטאג האט מען נישט אויסגעהיילט, די שטוב צובראכן, און דעם מזבח געמאכט וויינען, און דערנאך קומען זיי מיט'ן כשר'ן חזיר פיסל אונז לעקטשורן איבער די הייליגע מסורה. איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איר האט נישט קיין חלק באלוה ישראל, אייערע זיידעס און באבעס שעהמען זיך מיט אייך, און ס'ווארט אייך אפ א גיהנם וואס איז דעם ראשית חכמה נישט איינגעפאלן.
רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר

Re:

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:23 pm
דורך פונדאַמענטאַל
ברוך שפינוזה האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:44 pm חדשים: איך האב ארויסגעברענגט די רויע ווייטאג אזויווי ס'איז וואס אויב וויל מען עס היילן דארף מען דערויף פאקוסירן, ווען די פרומע פרוי עסט זיך די געזונט אז איר מאן איז מחלל שבת איז עס די אומפארגינערישקייט (for the lack of a better term) וואס עסט איר און גארנישט עפעס אנדערש, אין מה לעשות, און ס'מאכט נישט די מסורה מיט די זיידעס באבעס און רבי'ס א טראפקעלע ווייניגער הייליג! כ'וועל דיר זאגן וואס מאכט זיי ווייניגער הייליג, ווען מ'נוצט זיי אלץ א קאווער-אפ צו פארדעקן די עכטע געפילן אזויווי די שלום בית עקספערטס טוען רח"ל. דער גאט פון מיינע הייליגע זיידעס און באבעס האט געזאגט שמי הגדול שנכתב בקדושה ימחה במים כדי להטיל שלום בין איש לאשתו, גייען זיי און טוען פונקט קאפויער, מ'נוצט גאט אנצוזייען מחלוקת. וואס האבן זיי אויפגעטוהן? די ווייטאג האט מען נישט אויסגעהיילט, די שטוב צובראכן, און דעם מזבח געמאכט וויינען, און דערנאך קומען זיי מיט'ן כשר'ן חזיר פיסל אונז לעקטשורן איבער די הייליגע מסורה. איר זאלט מיר אנטשולדיגן אבער איר האט נישט קיין חלק באלוה ישראל, אייערע זיידעס און באבעס שעהמען זיך מיט אייך, און ס'ווארט אייך אפ א גיהנם וואס איז דעם ראשית חכמה נישט איינגעפאלן.
@ ברוך שפינוזה איך פארשטיי פון די קומסט, אויב מעג איך אבער חולק זיין מיט איין preemptive assumption...
די ברענגסט אראפ ווי ווייט גאט איז געווען גרייט צו גיין אויף צו מטיל זיין שלום בין איש לאשתו, און ווי אזעלכע ש"ב 'עקספערטס' נוצען צומאל גאט אויף צו שטיפן זייער פרומקייטן - דערביי צוברעכנדיג די שטוב. וועלכע איז גאר א ריכטיגע נקודה.
נאר ביי די מעשה האלט מען נאך פאר דעם... מען רעדט דא מצד די מאן וועלכע זיכט די ריכטיגע צוגאנג וויאזוי צו האנדלען די זאך, בעת וואס די פרוי האלט נאך נישט דארט און נעמט עס נאך שווער. צו באשולדיגן די פרוי אלס אן אומפארגינערן, בלויז ווייל זי נעמט שווער די פאקט אז איר נאנט'סטען פירט זיך אויף אן אופן וואס איז סותר אירע core values, און טוט זאכן וואס זי גלייבט איז destructive, איז אומריכטיג. דאס האט לאו דווקא צוטון מיט "אידישקייט" נאר קען זיין שייך אויך אין א סעקולארע אויסשטעל באופן וואס עס איז דא טיפע חילוקי דעות אויף יסודות'דיגע עניינים איבער ערכים. מען האלט נאך דא איידער די ש"ב מאכערס האבן זיך אריינגעמישט און אביוזן רעליגיע, מען האלט דא ביי די שלב ווי די מאן פרובירט צו פרעזענטירן צו זיין case צו זיין פרוי אויף די מערסטע פראדאקטיווע אופן שייך, און זיכט די ריכטיגע צוגאנג וועלכע וועט באמת מטיל זיין שלום בין איש לאשתו. די מערסטע דעסטראקטיווע צוגאנג אין די מצב איז צו זיין אומאקצעפטירבאר און דיסרעספעקטפול צו די פרוי'ס צרכים און גלויבונגען. אויב זיכסטו באמת צו ברענגען שלום בית, איז די ערשטע שריט צו זיין רעספעקטפול צו איר פאזיציע. דערנאך וועט זי אויך זיין רעספעקטפול צו זיין פאזיציע (אויב וועלן נישט די דערמאנטע ש"ב עקספערטס זיין אריינגעמישט...).

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:49 pm
דורך חדשים
איך זע נישט פארוואס דו רעדסט ווייטער פון דיסרעספעקט... כו”ע מודי אז מען דארף זיין רעספעקטפול צו די פרוי'ס צרכים און גלויבונגען. מען רעדט יעצט וויאזוי מען קען בלייבן חתונה געהאט אפילו די פרוי האט ווייטאג. כדאי דאס צו קענען טון, דארף מען קודם פארשטיין פון ווי די ווייטאג קומט. אויף דעם קומט ברוך אויפדעקן וואס עס ליגט באגראבן אונטער די ווייטאג...
עס מיינט נישט אז די פרוי דארף יעצט נאכטאנצן איר מאן ווייל זי איז דזשעלעס... זי דארף אבער אקנאולעדזשען די רויע פיין און פילונגס זיך צו קענען היילן...

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 am
דורך פונדאַמענטאַל
איך ווייס נישט ווען איך האב לעצט געזען עפעס אזוי patronizing ווי דאס...

די הנחה אז יענעמ'ס געפילן זענען נישט לעגיטים, און מיר ווילן איר בלויז העלפן איבערקומען אירע עמאציאנאלע שוועריגקייטן וועלכע ברענגען איר צו אזא אומבארעכטיגטע רעאקציע... דערנאך פארשטייסטו נישט ווי עס ליגט די דיסרעספעקט...
דיסרעספעקט איז נישט בלויז זיך צו פירן רעספעקטפול, די עצם אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעכט צו האבן אן אנדערע דעה ווי דיינס - אז עס מוז זיין א רעזולטאט פון פיין און שווערע געפילן (און יענער דארף פשוט דו זאלסט אים ראטעווען...), איז א דיסרעספעקט אין יענעם.

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:22 am
דורך צומישט און צוחישט
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
די ווערטער "זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן" הערט זיך טאקע עקסטער פעשעניט..

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 8:27 am
דורך חדשים
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:22 am
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
די ווערטער "זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן" הערט זיך טאקע עקסטער פעשעניט..
יא.

איך בין פעשעניט פאר דיר און איך פארשטיי דיין ווייטאג און טריגער (triggers) וואס האט דיר געברענגט צו שרייבן די תגובה...

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 8:43 am
דורך חדשים
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 am איך ווייס נישט ווען איך האב לעצט געזען עפעס אזוי patronizing ווי דאס...

די הנחה אז יענעמ'ס געפילן זענען נישט לעגיטים, און מיר ווילן איר בלויז העלפן איבערקומען אירע עמאציאנאלע שוועריגקייטן וועלכע ברענגען איר צו אזא אומבארעכטיגטע רעאקציע... דערנאך פארשטייסטו נישט ווי עס ליגט די דיסרעספעקט...
דיסרעספעקט איז נישט בלויז זיך צו פירן רעספעקטפול, די עצם אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעכט צו האבן אן אנדערע דעה ווי דיינס - אז עס מוז זיין א רעזולטאט פון פיין און שווערע געפילן (און יענער דארף פשוט דו זאלסט אים ראטעווען...), איז א דיסרעספעקט אין יענעם.
איך ליין אין דיין תגובה א צומישעניש צווישן געפילן, אנדערע דעה און רעספעקט.

געפילן זענען רוי און לעבעדיג, עס דארף נישט קיינעמס בארעכטיגונג אויב עס איז לעגעטים אדער נישט. עס קומט נישט דא אריין לעגעטים. עס איז א פילונג וואס דער פילער האט אין זיך און טאר נישט אוועקלויפן דערפון. אסאך מאל איז עס צו שווער פאר די פילער צו פילן און ער/זי לויפט אוועק דערפון ביי דזשאדזשען די פילונג צו מיין דעה (וואס האט מיר געברענגט די פילונג) איז גערעכט אדער נישט. טו עס נישט. בלייב ביי די פילונג אין קריך אריין טיפער און קוק וואספארא טריגערס מאכן דיר פילן אזוי. און וואס איז די פילונג אונטער דעם וואס דו ווילסט אנטלויפן פון.

”זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן” ברענגט א פילונג פון unworthy, less than, etc. וואס דאס קען אסאך מאל זיין די וואס טריגערט איר רעאקציע. יעצט אנשטאטס צו פאוקעסן אויף די רעאקציע, וועט די מומחה אריינקריכן אין די פילונג און ארבייטן מיט דעם.

דאס אז עס איז בכלל דא א שמועס וועמענס דעה איז גערעכט און אויב דער צווייטער רעספעקט עס, איז אן עסקעיפ פון אריינגיין טיפער אין די פילונג...

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 10:15 am
דורך פונדאַמענטאַל
רבי @ חדשים איך רעספעקטיר אייך גאר שטארק, אבער איר גיבט א שטארקע one track minded איינדרוק. איר זעהט גארנישט חוץ פון די נושא פון געפילן. איך בין מסכים צו אלעס וואס איר שרייבט בנוגע וויאזוי צו האנדלען מיט שווערע געפילן. איך וואלט איר גלייך געשיקט צו אייך אויב זיך איך א מומחה איר צו העלפן מיט אירע עמאציענאלע פראבלעמען. איר וואלט גאר גוט געוויסט וויאזוי איר צו העלפן. אבער למען השם, דאס איז נישט אונזער נושא.

צו באהאנדלען דיין counterpart ווי א מענטל העלט case, די אוממעגליכקייט צו אננעמען אז עס איז שייך א צווייטע דעה ווי דיינס , און אז סיי וועלכע חולק אויף דיין דעה קומט בלויז פון שווערע געפילן, דאס איז גאר דיסרעספעקטפול.

עס קוקט אויס ווי די פארמאגסט נישט די יכולות צו פארנעמען די מציאות פון א צווייטע דעה, און וויפיל איך וועל נאר פרובירן צו מסביר זיין פארוואס עס איז דיסרעספעקטפול, קענסטו עס נישט פארשטיין. ווייל יענער האט דאך נישט באמת קיין דעה, עס איז בלויז פילינגס.

און יא, עס איז יא דא א שמועס צו די צווייטע רעספעקט דיין דעה. ווארום דאס איז דאך די גאנצע ציל פון די נושא וואס מיר זענען דן, די מאן זיכט צו געפינען א וועג וויאזוי צו באקומען די רעספעקט פון זיין ווייב. לויט דיין לאגיק קען די פרוי אויך פראקלאמירן די מאן אלס איינער וואס קומט בלויז פון שווערע געפילן (אנגעווייטוגט אויפן סיסטעם, שווערע טשיילדהוד וכו'). און דאס איז מיין נקודה די גאנצע צייט, אויב די קענסט דאס נישט טון פאר איר (ווייל די ביסט נאך צו פאנאטיש צו קענען עקסעפטן א צווייטענס דעה...😉), דאן וויאזוי ערווארטסטו דאס פון איר?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 11:04 am
דורך צומישט און צוחישט
חדשים האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 8:27 am
צומישט און צוחישט האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:22 am
חדשים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:23 pm איך זע נישט אין ברוך’ס ווערטער א דיסרעפעקט. איך זע א ווייטאג און פעשען (passionate) וואס ער האט מיט די ווייב.
די ווערטער "זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן" הערט זיך טאקע עקסטער פעשעניט..
יא.

איך בין פעשעניט פאר דיר און איך פארשטיי דיין ווייטאג און טריגער (triggers) וואס האט דיר געברענגט צו שרייבן די תגובה...
אהה האגס ענד קיסעס טא יו... ענדליך פארשטייט שוין איינער מיין ווייטאג..
מיין דזשעליסי אויף די אינגערמאן וואס טוט וואס ער וויל איז ממש ארויס פון יעדע גבול און דאס האט מיר נעבעך געשטופט צו שרייבן מיין תגובה.. נאכמאזל דו כאפסט וואס מיר באדערט..

Re: Re:

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:06 pm
דורך סקעפטיקער
נישנאש האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:07 pm רבי רבי ברוך קיין איין ווארט וואס דו רעדסט הייבט נישט אן מאכן קיין סענס,
די ווייב האט די פולע רעכט צו די ווייטאג, לאמיר נישט אריינגיין צו אידישקייט איז אמת אדער שקר, די פשוטע פאקט איז אז ווען די פרוי האט מקבל געווען די קידושין פון איר מאן איז עס געווען על דעת אז ער האט דא חתונה מיט א ארטאדאקסישע פרוי וואס איז "פאנאטיש" ווי די רופסט עס, האט זי די פילע רעכט ס'זאל איר באדערן ווען די שקצס'ט אוועק. קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר. אפילו די קאורטס אנערקענען דעי פשוטע קאממען סענס, ווען א מאמע גייט אטד און די טאטע בלייבט פרום און ס'דא א גט וועט די קאורט ווייטער הייסן שיקן אין א פרומע מוסדות, שעל דעת כן האט די מאן חתונה געהאט צו איר
הא תינח ווען מיר וואלטן געלעבט אין אן אפענע וועלט און שידוכים ביי אונז וואלטן צוגעגאנגען ווי אין די אלגעמיינע וועלט. אבער אין פאקט האט דער אכצן יעריגע בחור קיינמאל נישט געהאט קיין אויסוואל אויב ער וויל זיין ארטאדאקסיש אדער נישט, ער טאר אפילו נישט וואוסן אלע שיטות און מיינונגען אויף דער וועלט, און אפגערעדט אז ער האט נישט קיין שום ווארט אויב ער וויל חתונה האבן און מיט וועם ער וויל חתונה האבן. טא וואס איז די טענה "קום מיר נישט און האב חתונה מיט א פאנאטישע פרוי און האב טענות אז ס'באדערט איר", האט ער דען געהאט א ברירה?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 12:23 pm
דורך ברוך שפינוזה
איך וויל נאר צולייגן איין נקודה וואס איך בין נישט זיכער צו ס'האט ממש א שייכות צום נושא. אין די אינגע יארן האב איך געהאט א געפערליכע קשיא, ווען איך פאל דורך מיט אן עבירה, אפילו במזיד, זאל עס זיין לשה"ר, ז"ל, רעדן אינמיטן קדיש, קוקן אויף א צלם אדער א שיקסע, א.א.וו. יא, ס'טוט זייער שטארק וויי, און מ'נעמט זיך פאר צו ווערן בעסער, אבער די וועלט שטעלט זיך נישט אפ. ס'קומט יום כיפור, מ'טוט תשובה, און מ'גייט זיך ווייטער. יא, וחטאתי נגדי תמיד, אבער איך קען לעבן מיט די ווייטאג. פארוואס אבער ווען מיין חבר גייט מיט'ן קאפל אביסל שיעף גיי איך באליסטיק אזש די וועלט שטעלט זיך אפ און דאס לעבן קען ווייטער נישט אנגיין? האב איך געפרעגט א קלוגער איד און ער האט מיך צוגעוויזן אין יושר דברי אמת וואו דער מחבר שרייבט אז ער האט אמאל געהאט א שטארקע תשוקה צו לייגן ר"ת תפילין ביי מנחה, אבער למעשה האט ער געזאגט אז ס'קען נישט זיין אז ס'איז פונעם צד הקדושה ווייל לייגן תפילין ביי שחרית איז דאך זיכער א מצווה און דארט האט ער נישט אזא שטארקע תשוקה, מוז זיין אז די תשוקה צו לייגן תפילין ביי מנחה קומט פונעם צד הטומאה, און ער האט טאקע נישט געלייגט, טראץ די אלע גרויסע זאכן וואס שטייט אין די ספרים דערוועגן! דאס הייסט זיך געפירט לויט אונזער הייליגע מסורה, דאס איז א העכערע לעבן מיט דבקות בה'!

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 pm
דורך חדשים
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 10:15 am
חדשים האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 8:43 am
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 19, 2024 1:06 am איך ווייס נישט ווען איך האב לעצט געזען עפעס אזוי patronizing ווי דאס...

די הנחה אז יענעמ'ס געפילן זענען נישט לעגיטים, און מיר ווילן איר בלויז העלפן איבערקומען אירע עמאציאנאלע שוועריגקייטן וועלכע ברענגען איר צו אזא אומבארעכטיגטע רעאקציע... דערנאך פארשטייסטו נישט ווי עס ליגט די דיסרעספעקט...
דיסרעספעקט איז נישט בלויז זיך צו פירן רעספעקטפול, די עצם אומאקצעפטירונג פון יענעמ'ס רעכט צו האבן אן אנדערע דעה ווי דיינס - אז עס מוז זיין א רעזולטאט פון פיין און שווערע געפילן (און יענער דארף פשוט דו זאלסט אים ראטעווען...), איז א דיסרעספעקט אין יענעם.
איך ליין אין דיין תגובה א צומישעניש צווישן געפילן, אנדערע דעה און רעספעקט.

געפילן זענען רוי און לעבעדיג, עס דארף נישט קיינעמס בארעכטיגונג אויב עס איז לעגעטים אדער נישט. עס קומט נישט דא אריין לעגעטים. עס איז א פילונג וואס דער פילער האט אין זיך און טאר נישט אוועקלויפן דערפון. אסאך מאל איז עס צו שווער פאר די פילער צו פילן און ער/זי לויפט אוועק דערפון ביי דזשאדזשען די פילונג צו מיין דעה (וואס האט מיר געברענגט די פילונג) איז גערעכט אדער נישט. טו עס נישט. בלייב ביי די פילונג אין קריך אריין טיפער און קוק וואספארא טריגערס מאכן דיר פילן אזוי. און וואס איז די פילונג אונטער דעם וואס דו ווילסט אנטלויפן פון.

”זי קען זיך נישט ארויסזעהן פון די פאנאטישקייט ווי זי האט זיך אריינגעגראבן” ברענגט א פילונג פון unworthy, less than, etc. וואס דאס קען אסאך מאל זיין די וואס טריגערט איר רעאקציע. יעצט אנשטאטס צו פאוקעסן אויף די רעאקציע, וועט די מומחה אריינקריכן אין די פילונג און ארבייטן מיט דעם.

דאס אז עס איז בכלל דא א שמועס וועמענס דעה איז גערעכט און אויב דער צווייטער רעספעקט עס, איז אן עסקעיפ פון אריינגיין טיפער אין די פילונג...
רבי @ חדשים איך רעספעקטיר אייך גאר שטארק, אבער איר גיבט א שטארקע one track minded איינדרוק. איר זעהט גארנישט חוץ פון די נושא פון געפילן. איך בין מסכים צו אלעס וואס איר שרייבט בנוגע וויאזוי צו האנדלען מיט שווערע געפילן. איך וואלט איר גלייך געשיקט צו אייך אויב זיך איך א מומחה איר צו העלפן מיט אירע עמאציענאלע פראבלעמען. איר וואלט גאר גוט געוויסט וויאזוי איר צו העלפן. אבער למען השם, דאס איז נישט אונזער נושא.
צו באהאנדלען דיין counterpart ווי א מענטל העלט case, די אוממעגליכקייט צו אננעמען אז עס איז שייך א צווייטע דעה ווי דיינס , און אז סיי וועלכע חולק אויף דיין דעה קומט בלויז פון שווערע געפילן, דאס איז גאר דיסרעספעקטפול.
עס קוקט אויס ווי די פארמאגסט נישט די יכולות צו פארנעמען די מציאות פון א צווייטע דעה, און וויפיל איך וועל נאר פרובירן צו מסביר זיין פארוואס עס איז דיסרעספעקטפול, קענסטו עס נישט פארשטיין. ווייל יענער האט דאך נישט באמת קיין דעה, עס איז בלויז פילינגס.
און יא, עס איז יא דא א שמועס צו די צווייטע רעספעקט דיין דעה. ווארום דאס איז דאך די גאנצע ציל פון די נושא וואס מיר זענען דן, די מאן זיכט צו געפינען א וועג וויאזוי צו באקומען די רעספעקט פון זיין ווייב. לויט דיין לאגיק קען די פרוי אויך פראקלאמירן די מאן אלס איינער וואס קומט בלויז פון שווערע געפילן (אנגעווייטוגט אויפן סיסטעם, שווערע טשיילדהוד וכו'). און דאס איז מיין נקודה די גאנצע צייט, אויב די קענסט דאס נישט טון פאר איר (ווייל די ביסט נאך צו פאנאטיש צו קענען עקסעפטן א צווייטענס דעה...😉), דאן וויאזוי ערווארטסטו דאס פון איר?
איך וועל פראבירן נאך איינמאל, אז עס גייט, גייט עס, און אז נישט, נישט.

איך מיין אז אונז זענען באמת אויף די זעלבע פעידזש, ווען מען רעדט ווען פעיס טו פעיס וואלט עס נישט גענומען קיין צוויי מינוט זיך אויסצוקלארן... איך שטעל דיר אויף די הנחה אז דו האלטס אז געפילן און עגא זענען א חלק פון וואס דרייווט די מענטש. דיין פוינט איז נאר אז באמת איז דא צוויי מיינונגען און איר מיינונג איז נישט ריין פילונגס. איך האלט אויך אז די פרוי האט א מיינונג (דעה) אבער עס איז פארדעקט. אונז געבן איר רעספעקט און ווילן זייער שטארק וויסן איר דעה כדאי צו זיך דורכקומען מיט פארשטענדעניש. כדאי אנצוקומען דארט, דארף מען אבער קודם אוועקנעמען די אלע ווייטאג און טריגערס. איינמאל די ווייטאג איז נישטא מער, קען מען רעדן מיט לאגיק, ווען יעדער פרעזענט זיין דעה. ווען מען גייט אויף אזא וועג איז דא סאך מער פאטענשעל זיך צו דורכקומען.

און די זעלבע זאך איז בנוגע די מאן... מען רעדט נאר פון די פרוי ווייל דארט האט ברוך געזאגט וואס עס קען זיין אז עס ליגט אונטער דעם.

קלאר?

Re: די מאן און ווייב זענען נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות, וואס טוט מען?

נשלח: פרייטאג יאנואר 19, 2024 2:14 pm
דורך Moshe itche
כ'האב שוין ארויסגעטשעקט פון דעם אשכול, בעיקר, וועגן געווענליך האלטן זיך די ערשטע פאר בלעטער צום נושא און שפעטער פארט עס שוין מענין לענין.

אסאך זענען אריינגעקומען מיט כלערליי עצות און נומערן וועמען צו ריפן, און כבין יעדעם דאנדבאר.

בנוגע דאס וואס איז געווארן ארויפגעברענגט דורך שפינוזא, אז מען זאל גיין צו דווקא א נישט פרומע שלום בית מאכער. די מאן האט עס גראדע געאפערט פאר זיין ווייב, אבער זי איז נישט געווען גרייט צו הערן דערפון. וואס וועט א גוי אדער אפגעפארענע איד פארשטיין צו דעם פראבלעם? מען דארף דווקא איינער וואס איז פרום און פארשטייט איר פראבלעם, און מיט דעם אלעם זאל ער עס פראבירן צו מאכן ארבעטן.

עס איז אויך אריינגעקומען צו מיר אין אישי א שרעקעדיגע מעשה, ענליך צו די מעשה וואס איך האב פארציילט, נאך אסאך מער דראמאטיש. איך האב בעיקר פארציילט דא די תכלית'דיגע חלק וויאזוי די מצב איז יעצט און וואס די פראבלעם איז, כ'האב נישט דווקא אויסגעברייטערט אין די חלק וויאזוי די ווייב איז געוואר געווארן אז עפעס גייט פאר מיט איר מאן, און וויאזוי די ערשטע רעאקציעס זענען געווען. ער האט מער אראפגעלייגט דעם חלק, אפשר מיט רשות וועל איך עס דא ארויפשטעלן, אדער אפשר גאר פארלאנגט זיך עס אן אשכול פאר זיך.