גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
פיזיקל אביוז?? פארוואס זאגסטו אזוי? עס איז שוין לאנג נישט אין סטייל צו שלאגן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
לייבל שטילער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:19 am אסאך מענטשן וואס קומען אן צום שטיבל בלייבן בעצם אינעם זעלבן באקס ווי פריער נאר אויף פארקערט. אויב ביי די אנדערע זייט [זענען דא וואס] dehumanize 'ן יעדער וואס איז נישט אזוי פרום ווי איהם מיינט ער אז דא דארף מען dehumanize'ן יעדער וואס איז נישט אזוי אויפגעקלערט. כ'מיין גראדע נישט דעם פאל ספעציפיש, נאר באופן כללי. אויב איז דאס די טויש וואס איינער מאכט איז עס נישט מער ווי מחליף פרה בחמור.
אל תהי בז לכל אדם.
דאס האט אונזער חבר לייבל געשריבן אין א ענליכע סיטואציע ווען געוויסע האבן פרובירט צו פאטשקענען אין אלטע פאליטיק בשעת א טאטע האט באגלייט זיין זון. די נקודה איז נאכמער אקטועל יעצט ליינענדיג געוויסע הארצלאזע אכזריותדיגע מעסעדזשעס דא, און מ'זעט ווי געוויסע וועלכע פרובירן זיך צו האלטן אינדרויסן פונעם באקס זענען אבער למעשה אינעם פארקערטן באקס.
א מענטש מיט א אפענע מח קען ברענגען זיין שכל צו קאנטראלירן זיינע געפילן. אבער איינער וואס איז פארמאכט אין א באקס קאנטראלירן זיינע אגענדעס זיין שכל מיט זיינע געפילן, צומאל איז עס פרא סיסטעם אגענדעס און צומאל איז עס אנטי סיסטעם אגענדעס. אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 190
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אסאך מענטשן כאפן נישט אז אונזער עולם ווערט גרעסער יעדן טאג, דער עולם האט בעבי׳ס שנעלער ווי עס נעמט צו מאכן פאפקארן, ווי מער מענטשן עס גייט זיין און אונזער קאמיונטי אלס מער משוגענע זאכן גייען געשעהן, קען זיין פראצענטיש גייט זיין ווייניגער ווי די גוים אבער עס גייט זיכער געשעהן מער זאכן ווי ביז יעצט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑ א מענטש מיט א אפענע מח קען ברענגען זיין שכל צו קאנטראלירן זיינע געפילן. אבער איינער וואס איז פארמאכט אין א באקס קאנטראלירן זיינע אגענדעס זיין שכל מיט זיינע געפילן, צומאל איז עס פרא סיסטעם אגענדעס און צומאל איז עס אנטי סיסטעם אגענדעס. אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
זיין אין א באקס הייסט איז אז מען פרעגט און מען וויל פארשטיין פארוואס מען דערשטיקט און מען פארווישט יעדע מעשה וואס פאסירט אין די קאמיוניטי? יא עס איז דא מענטעל העלט פראבלעמס אין די קאמיונעטי פונקט וואו אלע קאמיוניטיס, עס איז דא סועסייד און סועסיידעל מענטשן אין די קאמיוניטי פונקט וואו איבעראל, די חילוק איז נאר אז דא ווישט מען און מען קאווערט עס אנדערש וואו איבעראל, דא דרייט מען זיך ארום מיט אויסריידן ווי כבוד משפחה און אכזר לאזונגען ווי איידער צו רעדן און ברענגן מער אווערנעס און אפשר קענען פרעווענטן אדער העלפן אנדערע וואס מוטשענען זיך.
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
"דו" ביסט דער וואס כאפט נישט אז מיר זענען הייליגע און לויטערע נפשות, אינגאנצן אנדערש ווי די טמא'נע פראסטע גויים וואס אויף זיי ווערן געבויעט די אלע סטאטיסטיקס
(הבהרה: געשריבן סארקאסטיש)
טיילונג איצט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 259
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 11:03 pm
- האט שוין געלייקט: 194 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן: ↑ זיין אין א באקס הייסט איז אז מען פרעגט און מען וויל פארשטיין פארוואס מען דערשטיקט און מען פארווישט יעדע מעשה וואס פאסירט אין די קאמיוניטי? יא עס איז דא מענטעל העלט פראבלעמס אין די קאמיוניטי פונקט וואו אלע קאמיוניטיס, עס איז דא סועסייד און סועסיידעל מענטשן אין די קאמיוניטי פונקט וואו איבעראל, די חילוק איז נאר אז דא ווישט מען און מען קאווערט עס אנדערשט ווי איבעראל, דא דרייט מען זיך ארום מיט אויסריידן ווי כבוד משפחה און אכזר לאזונגען ווי איידער צו רעדן און ברענגן מער אווערנעס און אפשר קענען פרעווענטן אדער העלפן אנדערע וואס מוטשענען זיך.
דו האלסט אז ס'פעלט אווערנעס איבער מענטל העלט ביי חרדים?
זאג, דו דרייסטיך בתוכנו, דו זעהסט די מודעות און צייטונגען?
ס'קוקט מיר אויס אז די אווערנעס וואס דו דארפסט איז אביסל שטינק אויף ערליכע אידן און דאס וועט דיר באפרידיגן.. נעבעך..
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אזא נארישע אויסרייד, כבוד משפחה....שאולדיספריםפאקער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:39 pmחב''ד הויזן האט געשריבן: ↑ א מענטש מיט א אפענע מח קען ברענגען זיין שכל צו קאנטראלירן זיינע געפילן. אבער איינער וואס איז פארמאכט אין א באקס קאנטראלירן זיינע אגענדעס זיין שכל מיט זיינע געפילן, צומאל איז עס פרא סיסטעם אגענדעס און צומאל איז עס אנטי סיסטעם אגענדעס. אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
זיין אין א באקס הייסט איז אז מען פרעגט און מען וויל פארשטיין פארוואס מען דערשטיקט און מען פארווישט יעדע מעשה וואס פאסירט אין די קאמיוניטי? יא עס איז דא מענטעל העלט פראבלעמס אין די קאמיונעטי פונקט וואו אלע קאמיוניטיס, עס איז דא סועסייד און סועסיידעל מענטשן אין די קאמיוניטי פונקט וואו איבעראל, די חילוק איז נאר אז דא ווישט מען און מען קאווערט עס אנדערש וואו איבעראל, דא דרייט מען זיך ארום מיט אויסריידן ווי כבוד משפחה און אכזר לאזונגען ווי איידער צו רעדן און ברענגן מער אווערנעס און אפשר קענען פרעווענטן אדער העלפן אנדערע וואס מוטשענען זיך.
דא אויף קאווע שטיבל קען מען דאך יא רעדן און דרעשן די נושא, נא, אפשר האסטו א עצה צו פרעווענטן דעיס אין צוקונפט? דאס שוין נישט? ס'איז מער אזא יששכר זבולון שותפות, איך באשמיר די משפחה און די קרבנות און איינער וועט שוין אויפקומען מיט עצות....
און אינטרעסאנט, אז דו ביזט מודה אז אין די היימישע קאמיוניטי איז דא לכל היותר די זעלבע מאס אינצידענטן ווי אין די אלגעמיינע וועלט און תוך כדי דיבור באשולדיגסטו אז דא לאזט מען מכלומרשט נישט צו אווערנעס און עצות, אין די צייט וואס אין די אלגעמיינע קאמיוניטי ווי מ'לאזט יא צו אווערנעס איז די ראטע בכלל נישט נידריגער, אפילו לשיטתך... האיך יתקיימו שניהן?
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
לכאורה וועט די נעראטיוו גיין אז ס׳ווייל ער האט געהאט א סמארטפאון.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
ווער געדענקט פאר צוואנציג יאר צוריק ווען קאמפיוטערס זענען געוועהן די שטן, איז געוועהן אזא קאמיקס עד ווי איינער שפילט אויפן קאמפיוטער און ציביסלעך ווערט ער א חיה און א פרע אדם
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 190
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
- האט שוין געלייקט: 381 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אז עפעס איז געשעהן איינמאל, מיינט נאך נישט אז מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזוריר צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
חוץ השמיעני את קולך (ער האט געהאט א סמארטפאון ניין?) גייט קיינער נישט באשילדיגען קיינעם
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אה, אויפדעם איז שוין אויך דא נומבערס? כ'האב געמיינט נאר אויף עשירים.
אבער איך האף צו גאט ס'זאל נאר בלייבן ביי דעם.
אבער איך האף צו גאט ס'זאל נאר בלייבן ביי דעם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אדער שכל'לאז אדער א נארסעסיסט.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
עס איז נישט אפגעפרעגט צו טראכטען אז קוקען חאמאס רציחות וכדו' האט געשפילט א ראלע אין דעם.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:36 pmלכאורה וועט די נעראטיוו גיין אז ס׳ווייל ער האט געהאט א סמארטפאון.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
ווער געדענקט פאר צוואנציג יאר צוריק ווען קאמפיוטערס זענען געוועהן די שטן, איז געוועהן אזא קאמיקס עד ווי איינער שפילט אויפן קאמפיוטער און ציביסלעך ווערט ער א חיה און א פרע אדם
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
ענדערש קוקן ציוניסטישע רציחות האט געשפילט א ראלע.Antibacterial האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:45 amעס איז נישט אפגעפרעגט צו טראכטען אז קוקען חאמאס רציחות וכדו' האט געשפילט א ראלע אין דעם.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:36 pmלכאורה וועט די נעראטיוו גיין אז ס׳ווייל ער האט געהאט א סמארטפאון.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
ווער געדענקט פאר צוואנציג יאר צוריק ווען קאמפיוטערס זענען געוועהן די שטן, איז געוועהן אזא קאמיקס עד ווי איינער שפילט אויפן קאמפיוטער און ציביסלעך ווערט ער א חיה און א פרע אדם
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
אט אזוי!! איך האב געוויסט אז די ציונים זענען שולדיג אין דעם, איך האב נאר נישט געוויסט ווי אזוי עס צוזאמען שטעלן....אסטראלאג האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:47 amענדערש קוקן ציוניסטישע רציחות האט געשפילט א ראלע.Antibacterial האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 24, 2024 9:45 amעס איז נישט אפגעפרעגט צו טראכטען אז קוקען חאמאס רציחות וכדו' האט געשפילט א ראלע אין דעם.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:36 pmלכאורה וועט די נעראטיוו גיין אז ס׳ווייל ער האט געהאט א סמארטפאון.טאמבל סאס האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 4:15 pm שוין, מ'האט שוין ביי אונז די ערגסטע רוצחים. די חב"ד הויזן זענען אראפגעפאלן וימצא ערום במצווה. ווי אזוי גייט מען מהיום והלאה בארעכטיגן א שעלטערד לעבן פון אהנע טיווי, מאוויס און פון צענזורירטע צייטונגען? אדער איז דאס געשעהן נאר ווייל ער איז געווען א גרוש, גענומען דראגס און די עלטערן איז זיך זיי במילא געקומען ווייל 'וה' אינה לידו, מגלגלין זכות ע"י זכאי וחוב..' בלא בלא בלא?
ווער געדענקט פאר צוואנציג יאר צוריק ווען קאמפיוטערס זענען געוועהן די שטן, איז געוועהן אזא קאמיקס עד ווי איינער שפילט אויפן קאמפיוטער און ציביסלעך ווערט ער א חיה און א פרע אדם
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 344
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
- האט שוין געלייקט: 47 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 23, 2024 10:23 amאזא נארישע אויסרייד, כבוד משפחה....שאולדיספריםפאקער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 22, 2024 10:39 pmחב''ד הויזן האט געשריבן: ↑ א מענטש מיט א אפענע מח קען ברענגען זיין שכל צו קאנטראלירן זיינע געפילן. אבער איינער וואס איז פארמאכט אין א באקס קאנטראלירן זיינע אגענדעס זיין שכל מיט זיינע געפילן, צומאל איז עס פרא סיסטעם אגענדעס און צומאל איז עס אנטי סיסטעם אגענדעס. אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
זיין אין א באקס הייסט איז אז מען פרעגט און מען וויל פארשטיין פארוואס מען דערשטיקט און מען פארווישט יעדע מעשה וואס פאסירט אין די קאמיוניטי? יא עס איז דא מענטעל העלט פראבלעמס אין די קאמיונעטי פונקט וואו אלע קאמיוניטיס, עס איז דא סועסייד און סועסיידעל מענטשן אין די קאמיוניטי פונקט וואו איבעראל, די חילוק איז נאר אז דא ווישט מען און מען קאווערט עס אנדערש וואו איבעראל, דא דרייט מען זיך ארום מיט אויסריידן ווי כבוד משפחה און אכזר לאזונגען ווי איידער צו רעדן און ברענגן מער אווערנעס און אפשר קענען פרעווענטן אדער העלפן אנדערע וואס מוטשענען זיך.
דא אויף קאווע שטיבל קען מען דאך יא רעדן און דרעשן די נושא, נא, אפשר האסטו א עצה צו פרעווענטן דעיס אין צוקונפט? דאס שוין נישט? ס'איז מער אזא יששכר זבולון שותפות, איך באשמיר די משפחה און די קרבנות און איינער וועט שוין אויפקומען מיט עצות....
און אינטרעסאנט, אז דו ביזט מודה אז אין די היימישע קאמיוניטי איז דא לכל היותר די זעלבע מאס אינצידענטן ווי אין די אלגעמיינע וועלט און תוך כדי דיבור באשולדיגסטו אז דא לאזט מען מכלומרשט נישט צו אווערנעס און עצות, אין די צייט וואס אין די אלגעמיינע קאמיוניטי ווי מ'לאזט יא צו אווערנעס איז די ראטע בכלל נישט נידריגער, אפילו לשיטתך... האיך יתקיימו שניהן?
עס איז טאקע נישט שיין צו רייטן אויף יענעמס ווייטאג אבער כפי ידעתי איז דער רוצח א שרעקליכע אביסיוו מענטש פאר לאנגע יארן, ער האט נעבעך א ליסטע פון וויקטעמס אין זיין משפחה און נאך, בקיצור ער האט באלאנגט צו זיין אונטער די אייזערנע גראטעס גאר לאנג צוריק.
ווי איך פארשטיי זענען זיינע געשוויסטער בכלל נישט ערשטוינט אז דאס האט פארסירט, זיי ציטערן שוין לאנג פון איהם און זיי האבן שוין געגלייבט אז ער איז עליל אויף די ערגסטע פאר צענדליגע יאר, ליידער האבן זיינע עלטערן געהאלטן אז זיי קענען איהם עטוואס יא קאנטרעלירען און עס איז זיי טאקע גאר אסאך מאל געלונגען אבער ליידער דאסמאל איז דאס געווען די תוצאה רח"ל.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
דא איז גראדע געווען באריכטעט אז די עלטערן האבן אים ממש לעצטנס אריינגענומען אריינגענומען צו זיך. און אויך האבן זיי טאקע גערופן הילף געציילטע טעג בעפאר וואס איז נישט גענומען געווארן ערנסט דורך אזעלכע וואס וואלטן ווען געדארפט זיין די וואס כאפן אויף די סכנה.
בקיצור, ווער ס'וויל באשולדיגן די עלטערן אדער סיי וועם דארף בלויז פאבריצירן א פאקט כפ''י השמוע''ה און די מעשה פארט שוין ארום.
אויף דעם איז לכאורה געזאגט געווארן די מאמר החכם 'די וואס ווייסן רעדן נישט און די וואס רעדן ווייסן נישט'.
בקיצור, ווער ס'וויל באשולדיגן די עלטערן אדער סיי וועם דארף בלויז פאבריצירן א פאקט כפ''י השמוע''ה און די מעשה פארט שוין ארום.
אויף דעם איז לכאורה געזאגט געווארן די מאמר החכם 'די וואס ווייסן רעדן נישט און די וואס רעדן ווייסן נישט'.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
ווי קענען זיי זיין חכמים אויב האבן זיי דאס געזאגט?
נאר יעדע מאמר האט זיך איר פלאץ.
נאר יעדע מאמר האט זיך איר פלאץ.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re:
יעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז האבן געווער קען פירן ח'"ו צו אסאך ערגערע מעשיות ווען איינער כאפט א ריק ה"י. אין דעם פאל למשל (לשיטתך) לאמיר זאגן די עלטערן וואלטן געהאט וואפן, וואלט ער עס געהאלטן אויף זיך אגאנצן טאג? מיט די פידזשאמעס אויך? און אז יא וואלט ער ח"ו אים מסדר געווען?? די גמרא זאגט ביי אם במחתרת אז א טאטע קען נישט מסדר זיין א אייגן קינד..ה"יברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 5:56 pm ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע פארשוינען דרייען זיך ארום צווישן אונז און מ'פארשטעקט עס אונטער די קארפעט? צייט זיך צו שאפן ארמס לייסענס, הגם מיינע קינדער בלייבן נאך אפן צו מאלעסטערס.
לגבי אייער זארגן איך מיין די לבנה איז מער א safer place פאר אייך....
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: Re:
מען דארף זיין באוואפנט אויף זיך צי באשיצן פון אזעלכע משוגעים ווי עיםעפל_קוגעל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 1:29 amיעדע נארמאלע מענטש פארשטייט אז האבן געווער קען פירן ח'"ו צו אסאך ערגערע מעשיות ווען איינער כאפט א ריק ה"י. אין דעם פאל למשל (לשיטתך) לאמיר זאגן די עלטערן וואלטן געהאט וואפן, וואלט ער עס געהאלטן אויף זיך אגאנצן טאג? מיט די פידזשאמעס אויך? און אז יא וואלט ער ח"ו אים מסדר געווען?? די גמרא זאגט ביי אם במחתרת אז א טאטע קען נישט מסדר זיין א אייגן קינד..ה"יברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 21, 2024 5:56 pm ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע פארשוינען דרייען זיך ארום צווישן אונז און מ'פארשטעקט עס אונטער די קארפעט? צייט זיך צו שאפן ארמס לייסענס, הגם מיינע קינדער בלייבן נאך אפן צו מאלעסטערס.
לגבי אייער זארגן איך מיין די לבנה איז מער א safer place פאר אייך....
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 50
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 17, 2023 2:32 pm
- האט שוין געלייקט: 40 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
דא שטייט ער האט געשטאכן זיין פאטער 12 מאל אין די מאמע זעקס רח"ל
https://nypost.com/2024/01/24/metro/tro ... itebuttons
https://nypost.com/2024/01/24/metro/tro ... itebuttons
- אגריפס המלך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 96
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
- האט שוין געלייקט: 270 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל
Re: גייסטיש צערודערטער איד דער'הרג'ט זיינע עלטערן אין בארא פארק
א דאזען מיינען זיי נישט 12 עס מיינט אסאך מאל.פאריעריגע שניי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 11:04 am דא שטייט ער האט געשטאכן זיין פאטער 12 מאל אין די מאמע זעקס רח"ל
https://nypost.com/2024/01/24/metro/tro ... itebuttons