בלאט 6 פון 55
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:06 am
דורך בת קול
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?
ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.
אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.
What has the world come to.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:14 am
דורך berlbalaguleh
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:18 am
דורך berlbalaguleh
רבותיי: מיר האבן ב"ה דערגרייכט צו 19,000 תגובות. מ'האפט בעז"ה
אנצוקומען צו און העכער.20,000
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:28 am
דורך berlbalaguleh
נאר דא אין קאווע שטיבל וועט עס אדורכגיין אומ-באמערקט. אזוי ווי די אנדערע מיילסטאונס און וואטער-שעדס.
די איינציגע אטענשן וואס בערל בעל עגלה פארדינט איז נעגאטיוו. למשל. איינער פון די גאר חשוב'ע ניקס וועלכער איז לעצטנס "מציץ מן החרכים" האט זייער שטארק ליעב אריינצוקומען מיט שטעך ווערטלעך אויפ'ן בעל עגלה'ס חשבון. נאכדעים פרעגט ער (ווי א סדומ'ער צדיק) אויב ס'טוט וויי.אז יא וועט ער (בטובו הגדול) עס אויסמעקן.
אויך. דער חשוב'ער מנהל האט א מנהג (כ'פארשטיי אז ס'טוט איהם מער וויי ווי פאר מיר) צו שיקן אפיציעלע ווארענונגען און אויסמעקן תגובות. אויך אויסשפארן דעם טראבלמעיקער א יעדן שני וחמישי.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:08 am
דורך קהל'ס נער
בת קול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:06 am
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?
ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.
אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.
What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:10 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:18 am
רבותיי: מיר האבן ב"ה דערגרייכט צו 19,000 תגובות. מ'האפט בעז"ה
אנצוקומען צו און העכער.20,000
Wow כן ירבה וכן יפרוץ.
ר׳ בערל מען האף מיר צי הערן פון דיר עד מאה ועשרים ועד בכלל
יחי בערל לעולם ועד
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:53 am
דורך חדשים
פארט ארום א טראק אין קרית יואל מיט סקרינס אויף אלע זייטן, וואס שפילט אויף די אלע כתב סירוב’ס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:51 am
דורך האניג
אויב איז דא א כתב סירוב האט זי טאקע רעכט. די שאלה איז נאר בנוגע די איבריגע משפחה, זענען זיי שולדיג אדער נישט?
דער עולם דארף פארשטיין, אז קיינער קען גארנישט טון אויף דער וועלט אן קיין סופארט. ס'איז נישט דא קיין מענטש וואס קען זיין אזא שטארקע עקשן, אן דעם וואס כאטש עטליכע מענטשן זאלן אים שטיצן. מען רעדט נישט פון ארויסווארפן פון שטוב, מען רעדט פון פשוט נישט שטיצן זיין מעשה רשעות פון האלטן א פרוי איינגעשפארט און צוריקהאלטן פון חתונה האבן.
זיצט א פרוי אן עגונה און בסך הכל דארף זי א קליין צעטעלע וואס זאל איר באפרייען פון איר מאן אז זי זאל זיך קענען ריקן פאראויס אין לעבן. וואס קען זיין א גרעסערע רשעות דערפון? דו האלסטס א מענטש אין תפיסה, בלויז ווייל די תורה האט דיר געגעבן די מאכט. ווער ס'קען האבן א השפעה אויף דעם מאן אזי מחיוב דאס צו טון. מסייע לעוברי עבירה.
אויב וואלט ער געבליבן אויסגעשפילט, איינער אליינס, וואלט ער נישט געווען מעגליך אנצוגיין מיט זיין עקשנות. ס'איז ברור אז ער באקומט פון ערגעץ חיזוק.
אבער אבער, פלעטבוש גירל איז טאקע מחיוב צו פרעזענטירן אירע טענות אויפ'ן טאטע'ן. זי דארף ברענגען באווייז אז ער טוט טאקע אינטערשטיצען אזא מעשה נבלה, אז נישט זע איך נישט פון וואו זי האט רעכט יענעם צו באשמיצען אויף א צווייטנ'ס עוולה.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:58 am
דורך מנחם מנדל
חדשים האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:53 am
פארט ארום א טראק אין קרית יואל מיט סקרינס אויף אלע זייטן, וואס שפילט אויף די אלע כתב סירוב’ס.
טוצעך דארט יום טוב, זי איז אליין אראפגעפארן פראטעסטן, פאליציי איז שוין אויפן סצענע.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 11:58 am
דורך היכי דמי
פלעטבוש גירל איז אין די טראק
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:00 pm
דורך בת קול
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:08 am
בת קול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:06 am
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?
ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.
אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.
What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:06 pm
דורך האניג
טייערע ברודער אין קרית יואל: ביטע ברענגט בילדער...
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:11 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:14 am
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:29 pm
דורך זאקן
בת קול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:00 pm
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.
איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גירל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכעט אראפ די פאון. דו האלטסט טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:41 pm
דורך זאקן
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:11 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:14 am
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה
א ווידיא איז גארנישט, איך קען מאכן א ווידיא אקעגן דיר נאך היינט, ברענג אראפ די סירוב און מ׳גייט קענען זעהן צו עס שטייט דארט עפעס וועגן די משפחה.
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז און מאנרא, איך רעדט אוועראל האב איך שוין געזעהן ווי זי טוט משוגענע זאכן ווען ס׳קומט צו א גט.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:42 pm
דורך אנטשיל
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 29, 2024 1:43 pm
"עגונות" צוליב עיכוב גט איז באמת א פראבלעם.
און עס איז *נישט* אדרעסירט ביי אונזערע תורה'דיגע פירערס. עכ"פ נישט גענוג אדרעסירט.
איך וואלט געוואלט הערן רבי'ס ברעטשן ביי שלשידעס קעגן מענער מעגנים.
איך וויל זעהן א צעטל געחתמט ביי אלע בתי דין צוזאמען קעגן מענער מעגנים.
איך וויל אז מוסדות החינוך זאלן זיך צוזאמנעמען, נישט נאר קעגן אייפאנס מיט שמאלע הויזן נאר אויך קעגן מענער מעגנים.
דאס איז א תורה'דיגער פראבלעם, און די אנשי התורה דארפן עס פיקסן.
דאס איז א פרויען רעכט נושא, אין איך וואלט געזאגט אז די היינטיגע "אנשי התורה" גייט גאר ווייניג אן פרויען רעכטן אדער מענטשן רעכטן.
"אנשי התורה וואס לאזן נישט זייערע נאכפאלגער באקומען א בעסיק אלגעמיינע בילדונג, באצווינגען קאנטראל אויף אינפארמאציע, און לאזן נישט זייערע פרויען אנהענגער דרייווען. עקספעקטן פון זיי א סעלאשען איז נישט ריאליסטיש.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:36 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
זאקן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:41 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:11 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:14 am
יא: אבער פארוואס דארף זי (פלעטבוש גירל) הערעסס'ן און רודפ'ן די משפחה פון דעם מסרב. ווי עלטערן און געשוויסטער. און קליינע קינדער, וועלכע קענען ווערן טראומאטיזירט פון די אלע מעשים רעים און פארשעמונגען ברבים.
פון די ווידיא זעהט אויס אז די סירוב איז אויך אויף די בני המשפחה
א ווידיא איז גארנישט, איך קען מאכן א ווידיא אקעגן דיר נאך היינט, ברענג אראפ די סירוב און מ׳גייט קענען זעהן צו עס שטייט דארט עפעס וועגן די משפחה.
איך ווייס נישט וואס די מעשה איז און מאנרא, איך רעדט אוועראל האב איך שוין געזעהן ווי זי טוט משוגענע זאכן ווען ס׳קומט צו א גט.
ווייסט ווי שווער סאיז צו באקומען א סירוב אויף עמיצן?
למשל, לאמיר זאגן אז דער טאטע פון דעם מאן גיבט איהם (יא) חיזוק און האלט פון זיין זון'ס שענדליכע דרכים. מיינסט אז די עגונה קען איהם אפילו רופן צו דין תורה? צו וועלכע בית דין? ווער רעדט נאך פון באקומען א סירוב קעגן איהם?!!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:43 pm
דורך זאקן
100%, אז זי האט טענות קעגן די עלטערן זאל זי ברענגן עווידענס.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:53 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
וואס עווידענס??
וואו עווידענס??
וואס גייסטו רופן די עלטערן צו דין תורה, אז זיי שטיצן זייער זון?
ביסט אויפן קאפ געפאלן? קיין שום בי"ד גייט אפילו נישט אויסהערן!
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:04 pm
דורך זאקן
איך רעד נישט פון קיין דין תורה, איך רעד פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצן מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:11 pm
דורך סקעפטיקער
זאקן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:04 pm
איך רעדט נישט פון קיין דין תורה, איך רעדט פון מאכן א פראטעסט אקעגן די עלטערן אדער א ווידיא, מאכן א ווידיא און באשמוצן פופצען מענטשן און צוויי מינוט אן קיין עוועדענס איז א עוולה.
דו פארפירסט שוין די לעטע טאג צייט וועגן עווידענס. דו האסט עווידענס אז זי האט נישט קיין עווידענס?
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:20 pm
דורך שמן למאור
זאקן האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 2:29 pm
בת קול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:00 pm
קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:08 am
בת קול האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:06 am
איז דא א סיבה אז קיינער ברענגט נישט ארויף איבער א כתב סירוב אין קיין איינע פון די 6 בלעטער דא?
ווי ווייט איך ווייס האבן אלע פון פג׳ס קעיסעס עטליכע הזמנות און סירוב׳ן פון פילי בתי דינים.
לויט הלכה קען מען נישט טוהן ביזנעס אדער ארויסהעלפן אזעלכע מענטשן.
אמאליגע צייטן וואלט מען צאמגעפראסקעט אזעלכע פארשוינען, און היינט קען מען קוים דערליידן ווען מען שטעלט ארויס די נעמען אין פאבליק.
What has the world come to.
קיינער דא האט נישט קיין פראבלעים אז זי הערעסט די מאן (ווען וועלט איז געוועהן וועלט פלעגט מען עים טאקע אנרייסן די ביינער , ווי די זאגסט) די נושא דא איז אז זי הערעסט די בני משפחה וואס דאס איז שוין עקלדיג.
ווען זי נעמט זיך צו די משפחה ברענגט זי אלעמאל פרוף וויאזוי זיי שטיצן אים.
ווי אויך פרובירט זי אלעמאל צו רעדן צו זיי פערזענליך זיך דורך צוקומען, און ווען זיי מאכן חוזק דערפון ווארענט זי אז עס וועט קומען א קאמפעין.
איי עם סאו סארי, אויב פלעטבוש גריל קאלט מיך פרעגן פארוואס איך טוה עפעס האק איך אויכט אראפ די פאון, די האלטס טאקע אז יעדע מענטש דארף זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל? שיין קוקן מיר אויס אויב א טאטע דארף מסביר זיין פאר יעדע תלוש וואס קאלט וויפיל מאל א טאג ער בעט זיין זוהן און צו די זוהן געט נישט א דעקל וואס ער זאגט.
ניין, מען דארף נישט רעדן און זיך פארענטפערן פאר יעדע נפל, אבער אז א גרויסע עסקנ'טע ריפט אן, דאן האסטו אדער א ברירה צו ענטפערן, אדער ליידן די קאנסעקווענצן.
דאס אז דו האסט נישט קיין רעספעקט פאר פרויען איז נישט איר דאגה.
Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען
נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 5:25 pm
דורך היימלינד
די טיפיקעל איד און ק"י האט בכלל אמאל געהערט פון איר אז ער זאל טראכטען אז מען רעדט דא פון אן עסקנ'טע? פארוואס בלעימסטו גלייך אז ער האט א פראבלעם מיט פרויען
און צווישען מיר אין דיר איז זי טאקע אן עסקנ'טע אדער סתם א טראבעל מעיקער וואס זוכט נעגעטיווע אטענטיאן ? עגונות איז נישט איר איינציגסטע "מצוה"