בלאט 6 פון 8

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:45 pm
דורך אייגענארטיג
איך פארשטיי אלע ענקערע טעאריעס אז עס העלפט נישט איך וויל פרעגן א קשיא אבער ביטע ענטפערען נארמאלע תירוצים.

איך האב גענומין פאר א שטיק צייט אן ערך פון ארום אנדערהאלבן יאר סינטערויד אין מיין בלוט האט עס געוויזן ווי עס סעטעלט זיך איז געקומען מרת ווידער אין געגעבן אירע וואסערען געזאלצענע אין געציקערטעץ עס האט אבער געהאלפן אזויפיל אז היינט צוטאג נעם איך נישט קיין מעדס פאר דעם אין מיין טיירוד איז בעלענסעד.

פרעג איך א קשיא. פארוואס האט די מעדיקעישאן קיינמאל נישט געהאלפען אין אזוי אויך העלפט עס פאר "קיינעם" נישט אראפ צוגיין פון מעדס. פונקט פאר מיר נאכן נעמען האמיעפעטיק האט עס יא געהאלפען?

ביטע ענטפערען אבער נאר צודערזאך

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 4:39 pm
דורך דבילה
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איך הייב אן טראכטן אז אפשר איז נישט מאראליש צו איבערצייגן אייגענארטיג אז האמאפאטיע ארבעט נישט, ווייל דאן וועט די פלאצעבא צעפאלן און די שמערצן וועלן זיך צוריק אנהייבן.

שאלה גדולה שאלת

גרויסע עטיקער פלאגן זיך אויף וויאזוי מ'דארף זיך צו באגיין אין אזא פאל, ס'איז דא אפאר נקודות וואס מ'מוז אומבאטראכט נעמען, די שאלה איז א ברייטע, די פיפטע ארטיקל פון גלעד דיימאנט גייט אוועק אויף דעם, אבער כמעט נאר אויפן שפיץ גאפל, כאפ א בליק און תן לחכם ויחכם עוד.

ס'זעט נישט אויס ווי דאס זאל דא זיין א חשש. די פלאצעבא ארבעט אויף די אמונה אויך...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 5:01 pm
דורך יידל
אייגענארטיג האט געשריבן:איך האב גענומין פאר א שטיק צייט אן ערך פון ארום אנדערהאלבן יאר סינטערויד אין מיין בלוט האט עס געוויזן ווי עס סעטעלט זיך איז געקומען מרת ווידער אין געגעבן אירע וואסערען געזאלצענע אין געציקערטעץ עס האט אבער געהאלפן אזויפיל אז היינט צוטאג נעם איך נישט קיין מעדס פאר דעם אין מיין טיירוד איז בעלענסעד.

פרעג איך א קשיא. פארוואס האט די מעדיקעישאן קיינמאל נישט געהאלפען אין אזוי אויך העלפט עס פאר "קיינעם" נישט אראפ צוגיין פון מעדס. פונקט פאר מיר נאכן נעמען האמיעפעטיק האט עס יא געהאלפען?

פרעגסט דאך א הארבע פראגע. אין אן ענגע מינוט קומט רבי גוגל גוט צוניץ. א קורצע זוך אויף גוגל ווייזט מיר אז אויפן סייט פון די אמעריקאנע טייראויד אסאסיאציע שטייט ווי פאלגנד:

עס איז נישטא קיין רפואה פאר הייפאטייראוידיזם און רוב פאציענטן האבן עס פארן גאנץ לעבן. עס זענען דא אויסנאמען: אסאך פאציענטען מיט וויירעל טייראוידייטיס באקומען צוריק זייער נארמאלע טייראויד פונקציע און אזוי אויך געוויסע פאציענטן מיט טייראוידייטיס נאך פרעגנענסי.

דאס איז קלאר ווי די זון אינמיטן העלן טאג אז האמאפאטיע העלפט א חרוסת. יעצט איך וועל ענדערש גלייבן אז דו ביזט פון די יוצאים מן הכלל און דו האסט יא צוריקבאקומען דיין נארמאלען טייראויד פונקציע, וואו אז די וואסער, ניטאמאל געצוקערט, האט געהאלפן. (כאטשיג אויב דאס איז אמת דאן פארוואס הייסט דיין דאקטער דיר צוריקקומען איינמאל א יאר, א זאך וואס נאר איינער וואס איז אויף מעדיקעשאן דארף טון?).

פארשטייט זיך אז דאס איז נאר ווען איך גלייב דיך מיט אלע פאקטן.
און דאס איז טאקע די מעלה פון מעדעצין אז מען פארלאזט זיך נישט אויף איינעם'ס מעשה'לע, נאר עס פארלאנגן זיך מעגא- דאבל בליינד שטודיעס וואס זאלן באשטעטיגן אז עס ארבעט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 6:58 pm
דורך אייגענארטיג
אין דאס טאקע האב איך פריער געשריבן אז די בת היענה שטעקט אריין די קאפ אין זאמט אין זאגט אז קיינער זעט איר נישט
לענינו די ווילסט גלייבן וואס די ווילסט אין אויב איז עס נישט די מציאות אין די ווייסט אז עס איז נישט די מציאות גיין ברענסן א ראי צו מיר אז מקען טאקע נישט אויסגעהיילט ווערן דערפון דורך מעדיקעישאן איי איך בין יא אויסגעהיילט געווארן דערפון דורך האמיפעטיע. דאן ווערט די מעשה אזוי אדער ביזטו א ליגנער אדער איז מרת ווידער א ליגנער אדער ביזטו א אויסנאם אדער.........

איך וונל ענדיגן אבער נישט מיט קיין אדער נאר א קלארע פאקט אז יא האמיפעטיע יא יא !!!!!!!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 7:00 pm
דורך אייגענארטיג
אנטשולדיגטס מיר אבער עס גייט שוין זיין שבת ממיילא וועט מען דארפן ממשיך זיין נאך שבת. אין אויב איז מיין פאריגע תגובה נישט קלאר וועל איך עס פיקסן נאך שבת..

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
אייגנארטיג

פרינט דיר ארויס אפאר פון די ארטיקלן וואס אויבן דערמאנט, לייען עס אדורך במשך דעם שבת, אזוי אז נאך שבת זאל שוין די וויכוח דא האבן עפעס א פנים, נישט סתם געשריגן אין די וועלט אריין "ס'העלפט" "ס'האט מיך אליינס געהאלפן"

גוט שבת

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 8:24 am
דורך אייגענארטיג
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:אייגנארטיג

פרינט דיר ארויס אפאר פון די ארטיקלן וואס אויבן דערמאנט, לייען עס אדורך במשך דעם שבת, אזוי אז נאך שבת זאל שוין די וויכוח דא האבן עפעס א פנים, נישט סתם געשריגן אין די וועלט אריין "ס'העלפט" "ס'האט מיך אליינס געהאלפן"

גוט שבת

כעלעמער מגיד דאס וואס איך זאג. איך זעי וואס די ברענגסט אראפ. איך בין נישט קיין סייענטיסט צו קענען אפרעגן, איך דערצייל א מציאות וואס איז געווען ביי מיר. איי וועסטו מיר זאגן אז די גוגל ברענגט אנדערש, איך קען דיר אויף דעם נישט ענטפערן.

נאך איינמאל קלאר מאכן די פאקטען אין איך וועל לאזן דעם ציבור מאכן דיסיזשען'ס.

עס איז א קאנדישאן וואס מעדיקעלי איז עס א לייף לאנג קאנדישאן

עס האט נישט געארבעט אויף אויסהיילן קיין מעדס נאר צו סטעיבעלייזן

פונקט ווען איך האב גענומען האמיעפעטיק איז עס אוועק.

עד כאן המעשה. פון דא און ווייטער בלייבט פאר יעדן איינעם אליין צו מאכן די קאנקלאוזשען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 8:37 am
דורך [NAMELESS]
אייגענארטיג האט געשריבן:
פונקט ווען איך האב גענומען האמיעפעטיק איז עס אוועק.

א שיינע פערצופאל אויפן בעסטן פאל, אדער א דמיון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 8:50 am
דורך [NAMELESS]
אייגענארטיג האט געשריבן: איך בין נישט קיין סייענטיסט צו קענען אפרעגן,

דו וועסט אבער מודה זיין אז scientists פארשטייען צו science כאטשיג בעסער ווי איינער וואס איז נישט קיין scientist.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:45 am
דורך villager
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:דו וועסט אבער מודה זיין אז scientists פארשטייען צו science כאטשיג בעסער ווי איינער וואס איז נישט קיין scientist.

דריי זאכן וואס איך קלער יעצט אריין,

איינס, אפשר נוצט נישט מרס ווידער די לייכט געמישטע און געפילטערטע וואסער ווי אנדערע האמעפאטיקס נאר זי נוצט עכטע געוואוקסן פונקט ווי די מעדיצינען קאמפאניס נוצן?

צוויי, אפילו זי נוצט יא סתם וואסער, למעשה איז דאך דא סייענטיפיק פראף אז פלאסיבא העלפט, איז וואס א חילוק פונקטליך וועלכע מיטל מנוצט צו היילן די באטראפענע בלוט צעלן? נאכמער אפילו ביי עכטע מעדעצין קען אויך זיין סוואלט נישט געהאלפן ביי דעם מענטש ווען נישט דעם פלאסיבא עפפעקט, איז נישט ענדערש צו נעמען עפעס וואס האט נישט קיין סייד עפעקטס?

דריי, סייענס איז טאקע זייער זייער פארגעשריטן אבער איז נאך אלס עוואלווינג, יעדן טאג טרעפט א צווייטער סייענטיסט אן אנדערע אויפטרעף וואס מהאט נישט געוויסט נעכטן, ממילא קען א סייענטיסט נישט אפפרעגן א פאקטישע געשעניש מיט קשיות באזירט אויף סייענס, ווייל נעקסטע וואך קען אים סייענס טרעפן א תירוץ.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 10:25 am
דורך אייגענארטיג
villager האט געשריבן:

villager אז די וועסט צירוק קוקען אין מיינע תגובות אין דעם אשכול וועסטו זען אז דאס איז וואס איך טענה. די מציאות איז עס האט געהאלפען ווייל מעדס האבן ביז דאן נישט געהאלפן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:19 am
דורך [NAMELESS]
villager האט געשריבן:
דריי זאכן וואס איך קלער יעצט אריין,

איינס, אפשר נוצט נישט מרס ווידער די לייכט געמישטע און געפילטערטע וואסער ווי אנדערע האמעפאטיקס נאר זי נוצט עכטע געוואוקסן פונקט ווי די מעדיצינען קאמפאניס נוצן?

צוויי, אפילו זי נוצט יא סתם וואסער, למעשה איז דאך דא סייענטיפיק פראף אז פלאסיבא העלפט, איז וואס א חילוק פונקטליך וועלכע מיטל מנוצט צו היילן די באטראפענע בלוט צעלן? נאכמער אפילו ביי עכטע מעדעצין קען אויך זיין סוואלט נישט געהאלפן ביי דעם מענטש ווען נישט דעם פלאסיבא עפפעקט, איז נישט ענדערש צו נעמען עפעס וואס האט נישט קיין סייד עפעקטס?

דריי, סייענס איז טאקע זייער זייער פארגעשריטן אבער איז נאך אלס עוואלווינג, יעדן טאג טרעפט א צווייטער סייענטיסט אן אנדערע אויפטרעף וואס מהאט נישט געוויסט נעכטן, ממילא קען א סייענטיסט נישט אפפרעגן א פאקטישע געשעניש מיט קשיות באזירט אויף סייענס, ווייל נעקסטע וואך קען אים סייענס טרעפן א תירוץ.

אויף טענה 2 איז דער תירוץ אז ווי ווייט באשטעטיגט קען פלוסיבו העלפן נאר אויף pain נישט אויף די actual מחלה, לייען אביסל אין די מקורות פריער דערמאנט

אויף טענה 3, דריי זאכן, איינס סיינס טוישט זיך טאקע, ס'איז זייער געזונט פארן אמת אז מ'מעג טוישן וואס שטעלט זיך ארויס אלס נישט ריכטיג, נישט אז מ'מוז זיך האלטן צו א מיינונג נאר פאר דעם ווייל מ'האט אזוי געהאלטן אין china צו אין india פאר 4,000 יאר צוריק. אבער מ'קען נישט אנעמען פאר א מציאות עפעס וואס סיינס האט אויסגעשפיגן נאר פאר דעם ווייל אפשר גייען זיי אמאל טוישן זייער מיינונג, דאס הייסט זיכער נישט קיין סיינס, ניטאמאל קיין pseudoscience,

צווייטנס, דאס וואס סיינס האט באשטעטיגט אז נישט, טוישט זיך נישט בדרך כלל אזוי אפט ווי וואס זי באשטעטיגט אויף יא.

דריטענס, סיינס בכלל, דאס וואס ווערט אנגענומען אין די סיינס קהילה טוישט זיך נישט צו אפט, וואס טוישט זיך געווענליך זענען מיינונגען, השערות, דעת יחיד, וכדומה. דאס וואס איז שוין אדורך דעם זייער לאנגע וועג ביז ער איז ווערט ציטירט צו ווערן ביי אנדערע scientists בלייבט געוונליך אקטועל פאר לאנגע יארן ביז מ'טרעפט אמאל א לאך וואס מ'האט פארזעהן. פאר א ברייטע באשרייבונג איבער דעם פרט קוק דא

אויף די ערשטע טענה דיינער האב איך נישט קיין תשובה... איינער האט אפשר ??

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 1:15 pm
דורך villager
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: אויף טענה 2 איז דער תירוץ אז ווי ווייט באשטעטיגט קען פלוסיבו העלפן נאר אויף pain נישט אויף די actual מחלה, לייען אביסל אין די מקורות פריער דערמאנט

לאו דוקא, סזענען דא סייענטיפישע רעפארטס וואס טענה'ן אז פלאסיבא קען אויך היילן און נישט נאר קליינע מחלות נאר אפילו גרעסערע מחלות ווי קענסער,

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: אויף טענה 3, דריי זאכן, איינס סיינס טוישט זיך טאקע,

דיינע כללים זענען אמת ביי טעאריעס וואס זענען א רעזולטאט פון סייענטיפישע סטודיעס, דא האבן מיר אבער א מציאות אז א מענטש ווערט געהיילט, פאר סייענס בלייבט נאר איבער אויפצוקומען פארוואס עס איז אזוי אבער סייענס קען דאך נישט אפווענדן א מציאות, און אויב וועסטו זאגן אז דאס איז א צופאל וועט סייענס דארפן אויפקומען פארוואס פונקט ביי נעמען האמאפאטיע געשען צופאלן, נישט אזוי?

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן: אויף די ערשטע טענה דיינער האב איך נישט קיין תשובה... איינער האט אפשר ??

אונז האבן דאך דא מר. אייגנארטיג וואס קוקט אויס צו זיין אביסל אן אינסיידער זאל ער אזוי גוט זיין און איר פרעגן צו זי נוצט געוואוקסן אדער געמישטע מינעראלן,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 4:18 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב א שטארקע חשד אז דו ליינסט נישט קיין ארטיקלן וואס ווערט געלינקט פאר דו ביסט מגיב אויף יענעם'ס פוסט, אויב בין איך חושד בכשרים לאז מיך וויסן אין פרייוואט.

anyway, דיינע קשיות ווערן פארענפערט הויפטזיכלעך ביי גלעד דיימאנט, ווי אויך אין די אנדערע מקורות וואס צוגעצייכנט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 5:45 pm
דורך villager
כוועל מודה זיין אז נישט אלע געלינקטע ארטיקלעך האב איך געליינט, דאכט זיך אז האסט שוין געלינקט היפש אסאך אין דעם אשכול, אבער דיין לעצטע לינק האב איך געליינט און גראדע הנאה געהאט עס האט מיר פארענטפערט אסאך פון מיינע תמיהות איבער די כסדר'דיגע מידיע נייעסלעך מיט זייערע סייענטיפישע אויסגעטרעפעכצער,

אבער נאכאלס איז מיר שווער איבער האמעפאטיע, וויאזוי קען סייענס איבערדרייען א מציאות? אמת דיין לינק רעדט טאקע דערפון אבער איך האב אנדערע לינקס וואס ווייזן פארקערט, און אפילו אויף דיין לינק וואס מאכט אוועק מיין לינק וועל איך ווייטער טרעפן נאך א לינק וואס וועט אוועקמאכן יענע לינק ואין לדבר סוף ווייל די אינטערנעט איז ב"ה פול מיט לינקס...

דאס איז אלס אויב מנעמט אן אז מר. אייגנארטיג זאגט דעם אמת, איך פאר מיר פערזענליך נוץ נישט האמעפאטיע ווייל איך טראסט זיי נישט,

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:35 pm
דורך [NAMELESS]
אמת, אויף יעדער ענין קען מען טרעפן scientific opinions לכאן ולכאן, די כלל אין דעם איז אבער טאמער וואלט עס געהאלפן וואלט עס גענוצט געווארן דורך conventional דוקטורים, ווי קארל סעיגן האט געזאגט, "וויאזוי ווערט אנגערופן alternative healing וואס ארבעט למעשה? ס'ווערט גערופן medicine", דאקטורים דארפסטו געדענקן זענען דא פאר ביזנעס, יעדע ביזנעס איז גרייט צו אדאפטירן חידושים טאמער קען עס ברענגן income לויטן spirit וואס דער ביזנעס שטייט לכתחילה, בפרט יונגע דאקטורים וואס נעמען גרינגער אן פרישע ערפינדונגן.

און ספעציעל ווען עס קומט צו homeopathy וואס האט נישט קיין שום סברה שבעולם אז נאכן צוטיילן אזויפיל מאל, וואס ס'קען שוין נישט בלייבן אין רוב doses קיין איין molecule פונעם ארגינעלן additive זאל עס העלפן צוליב די שטארקע זכרון וואס וואסער האט בטבע, א טבע וואס איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן, און ער זאל נאך העלפן מער ווי ווען ער האט נאך יא געהאט עפעס א זכר פון די באבסקע געווירצן.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2012 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
ווי דער שטייגער אז א יידל, זינגט זיך אלס אונטער זיין לידל, שפילט אייך אפ דעם סקעפטיק'ס anthem, פרייליך לוסטיג אויפן פידל.

the skeptic in the room

שמעי ותחי נפשכם

נשלח: זונטאג דעצעמבער 23, 2012 11:00 am
דורך [NAMELESS]
להשלמת הענין, א זיסע/ביטערע דורכפאל פאר צוויי major scientists, א bbc פארש ארבעט אויף די שאלה צי העלפט טאקע אדער נישט

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:11 pm
דורך יואליש
כ'ווייס א איד וועם מרת ווידער האט אראפגענימען פון זיין פארקענסוס מעדעצינען, און ער איז נעבעך געווארן א איש חרוב ונחרב אין נאו טיים. פארקענסוס קען מען טאקע נישט היילן אבער מ'קען עס פארלענגערן. זי האט עס מקצר געווען נעבעך.

ווען א איד וועט אוישטיין און קלאגן מרת ווידער אין געריכט, וועט מען מאכן טיי אווענטס אין קאנטינענטאל און שרייען מסירה. אלבערט פר"מ וועט שרייבן אן עדיטארעל אז סך מער לייסענסד דאקטארים ווערן געקלאגט פאר מעילפרעקטיס ווי פעלשערס ווערן, איז א קלארע הוכחה אז דאקטארים זענען שעדליך און פעלשערס זענען די רעטער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 7:31 pm
דורך [NAMELESS]
די מעשה איז מסתמא נישט אמת, ווייל זי פארציילט עס נישט ציווישן אלע אירע מעשיות....

נשלח: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:22 pm
דורך משה געציל
יואליש האט געשריבן:כ'ווייס א איד וועם מרת ווידער האט אראפגענימען פון זיין פארקענסוס מעדעצינען, און ער איז נעבעך געווארן א איש חרוב ונחרב אין נאו טיים. פארקענסוס קען מען טאקע נישט היילן אבער מ'קען עס פארלענגערן. זי האט עס מקצר געווען נעבעך.

ווען א איד וועט אוישטיין און קלאגן מרת ווידער אין געריכט, וועט מען מאכן טיי אווענטס אין קאנטינענטאל און שרייען מסירה. אלבערט פר"מ וועט שרייבן אן עדיטארעל אז סך מער לייסענסד דאקטארים ווערן געקלאגט פאר מעילפרעקטיס ווי פעלשערס ווערן, איז א קלארע הוכחה אז דאקטארים זענען שעדליך און פעלשערס זענען די רעטער.

און אלטס צו פארדאנקען אז מען וועלט נישט בלוי אין די בעלאטס און מען ערפילט נישט די פליכט אלטס דזשורי דורי...

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:54 am
דורך נולד מאוחר
[url=The Guardian: Homeopathy not effective for treating any condition, Australian report finds. http://google.com/newsstand/s/CBIw0OvG4iA]The Guardian: Homeopathy not effective for treating any condition, Australian report finds. google.com/newsstand/s/CBIw0OvG4iA[/url]

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:25 pm
דורך petergrifin
נולד מאוחר האט געשריבן

The Guardian: Homeopathy not effective for treating any condition, Australian report finds. http://google.com/newsstand/s/CBIw0OvG4iA

װאס מײנט דעס?

Homeopathy is not effective for treating any health condition, Australia’s top body for medical research has concluded, after undertaking an extensive review of existing studies.

Homeopaths believe that illness-causing substances can, in minute doses, treat people who are unwell.

By diluting these substances in water or alcohol, homeopaths claim the resulting mixture retains a “memory” of the original substance that triggers a healing response in the body.