לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

איך וויל דערמאנען דעם עולם, איינער וואס האט שאלות, קושיות וכדומה, קען זיך ווענדן צו מיר אויפן אימעיל - levtahor.babel@gmail.com
אדער קען מען שרייבן פאר מיין קאלעגע "געוואגטער".
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 4:39 am א גוט יאר פאר יעדן איינעם.

געווען א פארנומענע טאג היינט, נישט געהאט קיין צייט און נישט קיין כח, הערשט יעצט האב איך זיך צוזאמענגענומען אביסל צו באריכטן. איך בין באמת געווען אויסגעמאטערט, אויף אזוי ווייט אז איך בין מסופק צי איך וועל קענען אנהאלטן יעדן טאג אזא סדר, פון באריכטן דאהי כסדר. עס איז זייער שווער און עס האט זיך אויך געמאכט עטליכע טעכנישע פראבלעמען וואס קענען פארשווערן מיין באריכטן דא. איך וועל דעריבער פראבירן צו טון די מערסטע און האפנטליך וועל איך קענען אנהאלטן ווייטער.

איך מוז קלארשטעלן אז איך בין נישט די בעסטע עקספערט אינעם קארט סיסטעם ואביזרהו. איך קום נישט צו לקרסילי רגליו פון הרב געוואגטער. ער ווייסט וואס א טרייעל איז, וואס א מאושן איז. וואס ווייס איך קליינע מענטשעלע? - עס איז דעריבער מעגליך אז איך ברענג זיך נישט גוט ארויס אדער אז איך גרייז אין געוויסע פאקטן. אבער טאקע פאר דעם האבן מיר מורינו הרב געוואגטער, וועלכער וועט מיר פארריכטן, אויסקלארן און באשיינען דאס וואס איך פארפאס. בנוסף דערצו וועט ער דאס אנאליזירן, צולייגן זאלץ און פעפער און מסביר זיין יעדע זאך וואס דארט האט פאסירט.

איך וועל יעצט אראפגעבן דעם טאג, פון מיין פערספעקטיוו, א בליק פון א פרעמדער מענטש וואס ווייסט נישט קיין סך, ווי אזוי איך האב עס אנגעקוקט היינט דער קארט.

די דזשורי סעלעקשן האט זיך געצויגן ביז מיטאג צייט. בערך 2:30 האט זיך אנגעהויבן די טרייעל. פון אנהויב האט מען ארויסגעשיקט פון זאל צוויי פון די אנוועזנדע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן, דער שופט האט גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי זענען פאטענציאלע עדות און זיי זענען א חלק פון די מעשה איבער וועמען מען רעדט, טארן זיי זיך נישט דא געפינען. דער שופט האט געזאגט אז ער וויל אז ס'זאל זיין אויף די רעקארדס אז זיי האבן פארלאזט דעם זאל.

אנהויב פונעם משפט, האט דער שופט קודם געהאלטן א רעדע פאר די דזשורי, זיי אנווייזנדיג וואס זייער אויפגאבע איז. צווישן אנדערע האט ער זיי אנגעזאגט אז מען טאר נישט נשפע ווערן פון קיין שום אנדערע מקורות אויסער פון די עוועדענץ פון די קארט. זיי טארן נישט דיסקאסירן די קעיס מיט קיין נברא בעולם און אפילו נישט מיט זייער גאר נאנטע. שוין אפגערעדט דערפון אז זיי טארן נישט מאכן קאנטאקט מיט קיין שום נוגע בדבר און כמובן אויך נישט מיט די אנגעקלאגטע. זיי טארן נישט קוקן קיין נייעס איבער דעם נושא און נישט סורטשן אויפן אינטערנעט איבער די נושא, אויך נישט אויפן פאון און סאושל מידיע וכו' וכו'.
ערשטנס קומט זיך דיר א יישר כח פאר דיין טייערע צייט הרב חכמת שלמה
איך וועל נישט יעצט האבן די צייט צו קאמענטען אויף אלעם וואס איך וועל יא זאגן אז די 'רעדע פון שופט' פארן דזשורי הייסט די 'אפישל איינשווערונג' פונעם דזשורי.
איך בין מסכים מיט דיר אז די גאווערמענט אפענינג איז געווען זייער דארמאטיש, אבער איך האב שוין מיטגעהאלטן 3 אזעלכע און עס איז געראדע געווען גאנץ מעסיג לפי ערך די פריעדיגע טרייעלס, איך האב מיר גערישט פאר ערגער.

אזוי אויך בין איך אויך דערמיט אז שמואל מאיר האט געמאכט גאר א גוטע רושם און זייער א קאנווינסינג אפענינג.
וואס איך בין די מערסטע באווינדערט געווארן איז פון די פאקט אז די שופט האט זיי למעשה געלאזט אויסרעדן און מאכן זייער סטעיטמענטס אום געשטערט, ועל אף די אלע אבדזשעקשנס פונעם פראסיקוישן, אזאך וואס מיר האבן זיך געשלאגן מיט עם פאר 5 יאר אבער ער האט עס קיינמאל נישט נאכגעגעבן נאר אייביג אינטעראפטעט אין נישט געלאזט ענדיגן.
און צו מיין גרויס ווינדער האט ער זיך גאר אנדערש אויפגעפירט. איך פארביר צו דערגיין וואס האט פאסירט מיטן שופט וואס איך קען גאר גוט.

איך האב אפאר הערות אויפ געוויסע פרטים וואס איך וועל שפעטער דיסקוסירן אי"ה
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:00 am דאס קאסט אפ כוחות עצומות, איך האב נישט די כוחות און נישט די צייט צו שרייבן יעדן טאג אזא דעטאלירטע באריכט. קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר און איך גיב אוועק פיל צייט דערויף, און איך האב מורא אז איך וועל נישט קענען אנהאלטן אזוי ווייטער. (אפשר אויב איך וועל האבן א נדבן, אז איינער וועט מיר באצאלן טעגליך דערפאר, דעמאלס קען איך עטוואס נאכלאזן פון מיין ארבעט.)

אויף די שאלה פון מאנכע: מיר געפינען זיך אין בבל, הוצל דבנימין, אינאיינעם מיט אונזערע ברידער דאהי. מיר פארמאגן מקורות פון וואו מיר האלטן מיט טעגליך לעבעדיגע באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט.

...
די היינטיגע טאג אין קארט:
צופיל נייעס איז נישט פארהאן צו באריכטן. ווי ערווארטעט האט מען היינט ממשיך געווען מיט די עדות'שאפט פון די אינוועסטעגעיטאר און דערנאך איז געווען קראס עקזעם דורך ר' שמואל מאיר וויינגארטן. דאן האט אויפגעטרעטן נאך אן אינוועסטעגעיטאר און נאכמיטאג איז געווען קראס עקזעם פון ר' שמואל מאיר מיט ר' יעקב נחום. עס איז געלונגען פאר די דעפענס צו ווייזן עטליכע בילדער, ווי אזוי מען שלעפט די קינדער מיט געוואלד, פון מעקסיקא, וועלנדיג זיי נעמען קיין אמעריקע. די אימעידזשעס זענען לכאורה א שטארקע עוועדענץ אינעם קעיס, וויבאלד מען האט געקענט זען אז די קינדער האבן באמת געוואלט בלייבן אין גוטאמאלא, אין די קהילה און אין די שויס פו די משפחה, אונטער זייער טאטע.

אלע געפילן און אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט היינט ביים טרייעל, וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע מאל, ווען מיר וועלן האבן מער צייט.

מארגן איז ערווארטעט אויפצוטרעטן ר' שמעון מלכא, אלס עדות פאר די גאווערמענט. איך גלויב אז עס וועט דארט זיין פרייליך, בשעת עס וועט זיין קראס עקזעם דורך זיינע אלטע חברים פון לב-טהור.

וועלן מיר זען וואס וועט זיין מארגן.
טייער חכמת שלמה די מוזט נישט מאכן יעדען טאג אזא לאנגע דיטעילט באריכט, עס קאסט טאקע אפ משוג'נע כוחות וואס די האסט נישט,
קענסט אפילו מאכן א קליינע באריכט אבער פראביר צו אנהאלטן זעט אויס אז די עולם האט הנאה

וועגן היינט האב איך יא אביסל מער פרטים
ווי עס קוקט אויס האבן די וויינגערטענס אויך היינט געהאט גאנץ א גוטע טאג אין קארט, זיי האבן געמאכט אז 2 וויכטיגע עדות פון די גאוו. (אינוועסטיגעטערס) זאלן ארויס גיין פון זאל רויט און אפגעפאטשט.
ווייל זיי האבן באוויזן צו אויפווייזן פארן דזשורי אז זיי זאגן ליגנט אדער זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן.
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מופת הדור »

שמעון מלכא איז איינגעגאנגען אויף א דיל מיט די גאווערמענט, צו זאגען עדות קעגען די אנדערע?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

יא.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מילך טראק »

ווער איז די שמעון מלכא?
ער וואוינט נאך אין לב טהור? ער איז אנטלאפן?
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך ארכיטקט »

מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 9:54 am ווער איז די שמעון מלכא?
ער וואוינט נאך אין לב טהור? ער איז אנטלאפן?
שוין לאנג אנטלאפן, ער רופט זיך אויך קעניג
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך Visionary »

אפדעיט פון היינט?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

אה, ס'איז געווען א פולער טאג היינט און זייער אן אינטערעסאנטער. דארף איך אבער האבן קאפ און מוח זיך צוזאמענצונעמען און אראפשרייבן. איך האף אז שפעטער ביינאכט וועלן מיר דאס טון.

ווארטס און האט הנאה.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך צוויי »

א דאנק
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 7:49 pm אה, ס'איז געווען א פולער טאג היינט און זייער אן אינטערעסאנטער. דארף איך אבער האבן קאפ און מוח זיך צוזאמענצונעמען און אראפשרייבן. איך האף אז שפעטער ביינאכט וועלן מיר דאס טון.

ווארטס און האט הנאה.
הנאה???
איך זיץ און ציטער וויפיל יאר די דריי נעבעכדיגע אינגעלייט וועלן באקומען, און איך זאל נאך הנאה האבן??!!
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 10:04 pm
חכמת שלמה האט געשריבן: מיטוואך מערץ 06, 2024 7:49 pm אה, ס'איז געווען א פולער טאג היינט און זייער אן אינטערעסאנטער. דארף איך אבער האבן קאפ און מוח זיך צוזאמענצונעמען און אראפשרייבן. איך האף אז שפעטער ביינאכט וועלן מיר דאס טון.

ווארטס און האט הנאה.
הנאה???
איך זיץ און ציטער וויפיל יאר די דריי נעבעכדיגע אינגעלייט וועלן באקומען, און איך זאל נאך הנאה האבן??!!
באריאיגט אייך ר׳ איד, ער מיינט ח״ו נישט די חלק פון תפיסה וואס זיי קענען באקומען. נאר פון די באשרייבונג אויף די דראמא וואס איז פאר געגאנגען היינט אין קאורט
פליס רייס נישט אראפ איינער וואס ארבעט אריין כוחות און שעות שלא על מנת לקבל פרס
א דאנק פאר די פארשטענדיניש
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

כאנישט אראפגעריסן. כאב זיך נאר משתתף געווען בצערו און מעיר געווען אויף זיין לשון.
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה מיר ווארטן אויף דיר.... היינט איז קלאר געווען א שווערע טאג אין טרייל פאר די דעפענס, די גאוו. עדות האט געמאכט זייער א ביטערע אין שווארצע אימענדש פארן דשורי אקעגען די דעפענס אין בעיקר אקעגן די ל"ט קהילה.

ווי קוקט אויס די דעפענס האפט גאר שטארק מארגן צו אויסקלארן אין פארעכטן די הארם וואס איז היינט געווארן, און צוריק נעמען די השפעה אין קארט ביים קראס פון די נעכטיגע עדות
סיסטעם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:19 am
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סיסטעם »

וואס זאגט די מדוברת אליין? האט מען איר פארכאפט אדער נישט?
און פארוואס רופט מען איר נישט עדות זאגן און פארטיג?
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

גוט געזאגט!
אבער קוקט אויס אז די גאווערמענט לייגט כוחות אז זי זאל נישט קומען, זיי האבן מן הסתם מורא אז די אמת וועט ארויסקומען....
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

איך האב גהערט ממש פארקערט אז די גאווערמענט האט איר סאפינעד. און זי וועט מוזן טעסטעפייען פאר די גאווערמענט
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

ס'טוט זיך מיט איר א גאנצע געראטשקע...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 5:18 pm ס'טוט זיך מיט איר א גאנצע געראטשקע...
וואס זאגט זי ?
יא ? אדער ניין ?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך לאכעדיג »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:58 pm ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט...
איך פרעג דיר.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך עמרם »

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 07, 2024 7:58 pm ווענדט זיך וועמען דו פרעגסט...
איך פארשטיי נישט, זי לעבט נאך ?

ווי איז זי היינט ?

און וואס ענטפערט זי, ווען מ'פרעגט איר ?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

קוק, טא בי אנעסט...

ביים פאריגן טרייעל איז זי געקומען עדות זאגן קעגן לב-טהור (הגם זי האט גערעדט שטארק איינגעהאלטן).

יעצט האט איר דער גאווערמענט סופינעט אז זי זאל קומען עדות זאגן קעגן לב-טהור ביים יעצטיגן טרייעל, האט זי אריינגעשיקט א לאנגע בריוו, אז די פאריגע עדות'שאפט איז נישט געווען אקוראט, זי איז געווען א מיינאר, זי האט נישט געוואוסט פונקטליך און פארשטאנען, זי האט געזאגט וואס מען האט איר געהייסן זאגן און פארטיג. יעצט טענה'ט זי אז די דעמאלסדיגע עדות איז נישט געווען גענצליך ריכטיג.

די שאלה איז, ווען זי איז געווען מער באגלייבט, יעצט אדער דעמאלס.

למעשה, וויל זי נישט קומען יעצט עדות זאגן, לכאן או לכאן, און זי ארבעט מיט לויערס אז זי זאל נישט דארפן ערשיינען פארן געריכט.

לאמיר זען וואס עס וועט זיך אויסקאכן דא.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
פארשפארט