בלאט 6 פון 14
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:44 am
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:35 am
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=551649#p551649
וואס האט א יעדע רבי אקעגן זיין ברודער, נעפיו אדער קאזין???
ספינקא, סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, סאדיגורה, וויזניץ ב"ב, קרעטשניף סיגעט, תולדות אהרן, גור, און אזוי ווייטער.
מיר מיינען נישט קיין כבוד און מיר מיינען נישט קיין געלט...
דאס איז א גזירה שוה. אזוי ווי זיי מיינען נישט קיין כבוד אזוי מיינען זיי נישט קיין געלט...!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:45 am
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:41 am
ער איז האלב קעגען זיין טאטע?
איז ר' יוסף מאיר נישט האלב פון זיין טאטע?
אין Size יא.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:48 am
דורך מילך טראק
איך ווייס נישט וועלכע מעשה אבער אפאר פונט האט ער זיכער פארלוירען, אוואו
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:51 pm
דורך נחום הסופר
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:53 pm
דורך לאכעדיג
נחום הסופר האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:51 pm
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.
גאנצע "זיבן" אידן מיינט ביי דיר
א "פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור??
און דאס איז שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען אדוועטייזט
אין די דבר יום ביומו און אין די גוט מארגן.
איך האב גראדע אויך געזעהן דעם בילד, זייער ווייטאגליך.
אגב די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געהערט פון אים, איך האב געמיינט אז ער איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.
לעצטענס איז ער ארויסגעקומען פון זיין באהעלטעניש,
ער איז געווען ביי די סקווירא ניחום אבלים צוזאמען מיט מהרי"י,
ער האט באזוכט ביי מהרי"ד מלעלוב אין וויליאמסבורג
און פון די זאבילטובע חתונה איז אויך דא בילדער פון אים.
און ס'איז געווען מערקוועדיג אז ביי די אלע דריי פלעצער האט ער נישט געוואלט אויסטאן די פעלץ זיינע..
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:20 pm
דורך mechel
Happens to be, אז קראלי רב האלט אז די בעדפארד בילדינג איז ער געווען דער וואס האט באקומען די געלט פין רייזמאן, אין בעריש דארף זיך צוטיילן מיט אים, ער האט מוחה געווען במעמד שלשתן, ער האט נאר נישט געוואלט מאכן א שטינט אויפן גאס
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:34 pm
דורך לאכעדיג
mechel האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:20 pm
Happens to be, אז קראלי רב האלט אז די בעדפארד בילדינג איז ער געווען דער וואס האט באקומען די געלט פין רייזמאן, אין בעריש דארף זיך צוטיילן מיט אים, ער האט מוחה געווען במעמד שלשתן, ער האט נאר נישט געוואלט מאכן א שטינט אויפן גאס
בקיצור, מען האט קיינמאל נישט צוטיילט די ירושה פון רבי הערשעלע ספינקער. נישט די קהלישע זאכן און נישט זיינע פריוואטע זאכן.
רבי בעריש האט געכאפט די חדר בילדינג אויף בעדפארד און די קעמפ אין וואדריטש, רבי אביש האט געכאפט די ביהמ"ד אויף קיעפ סטריט, די דירות העכער און ארום די ביהמ"ד, די בית החיים און די חפצים, רבי נטע האט געכאפט די בילדינג אין בארא פארק.
רבי אייזיק און רבי נפתלי האבן גארנישט באקומען.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:01 pm
דורך מילך טראק
ר נפתלי האט אליין אפגעקויפט ביידע בנינים סיי די שול און סיי די תלמוד תורה?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:02 pm
דורך מילך טראק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 8:53 pm
נחום הסופר האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 6:51 pm
פונקט איז ארומגעפארן בילדער פון ר' יוסף מאיר ספינקער, בן ר' בעריש, ביי א טיש, אפשר פורים קטן, ער זיצט מיט א פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור, עכ"פ לכאורה נישט ווייניגער ווי זיין פאטער האט געהאט. ער איז אויך גאנץ א שיינער בעל צורה.
גאנצע "זיבן" אידן מיינט ביי דיר
א "פארהעלטנמעסיג שיינע ציבור??
און דאס איז שוין נאכדעם וואס ס'איז געווען אדוועטייזט
אין די דבר יום ביומו און אין די גוט מארגן.
איך האב גראדע אויך געזעהן דעם בילד, זייער ווייטאגליך.
אגב די לעצטע פאר יאר האט מען נישט געהערט פון אים, איך האב געמיינט אז ער איז פארשווינדן געווארן פונעם האריזאנט.
לעצטענס איז ער ארויסגעקומען פון זיין באהעלטעניש,
ער איז געווען ביי די סקווירא ניחום אבלים צוזאמען מיט מהרי"י,
ער האט באזוכט ביי מהרי"ד מלעלוב אין וויליאמסבורג
און פון די זאבילטובע חתונה איז אויך דא בילדער פון אים.
און ס'איז געווען מערקוועדיג אז ביי די אלע דריי פלעצער האט ער נישט געוואלט אויסטאן די פעלץ זיינע..
גראדע געווען מער ווי זיבן אידן
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:04 pm
דורך מילך טראק
אגב מקען טוישן די קעפל פון סאטמאר צו ספינקא
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:41 pm
דורך מחצה''ק
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:01 am
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.
רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.
און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.
ר' אביש איז א קאנטראל פריק
אין ביי די ראשי ישיבה איז ער א פגע רע
ער טרייט זיי צי באצווינגען
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 am
דורך מילך טראק
מחצה''ק האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:41 pm
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 12:01 am
יא.
רבי אביש טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 60 מענטשן ווי אויך ביי ראשי ישיבות מיט וועם ער טוט אויף גאנץ אסאך פאר בחורים.
רבי אייזיק טראגט זיך זייער גוט ביי זיינע 20 מענטשן ווי אויך ביי א שיינע פאר בני יואלע אידן אין מאנרא.
און קראלי רבי טראגט זיך אויך זייער גוט ביי אסאך סאטמארע בעלי בתים וואס זענען זיינע ידידים און מעריצים.
ר' אביש איז א קאנטראל פריק
אין ביי די ראשי ישיבה איז ער א פגע רע
ער טרייט זיי צי באצווינגען
אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק
Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:46 am
דורך לאכעדיג
מילך טראק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 am
אגב זיין טאטע איז אויך געווען א שטיקל קאנטראל פריק
100%.
איי רבי הערשעלע מיט די הענט אין די הייעך כלפי מעלה, די ווארימע כל מקדש מיט די אייגענארטיגע תנועות זיינע און די לאנגע שלוש סעודות תורות -אבות הקדושים, לאמיר זיך אויסשמועסן, די תמימות פון אמאל- מיט בכיות נוראות.
עס בענקט זיך.
אבער לאמיר אביסל צוטירן מילך טראקס ווערטער אז ער איז געווען א שטיקל קאנטראל פריק.
פאר די סאטמארע אידן איז רבי הערשעלע געווען זייער גוט ווייל ווען זיי פלעגן אריינקומען צו אים פאר א קוויטל פלעגט ער זיי אויסהערן און שמייכלען צו זיי, און אין יענע צייטן וואס ס'איז נאכנישט געווען קיין טעראפיסטן איז ער געווען די בעסטע אפציע אין וויליאמסבורג. (אין בארא פארק איז געווען די טעראפיסט רבי שלמהלע באבובער.)
ווידעראום פאר זיינע אייגענע מענטשן איז ער טאקע געווען א ריכטיגער קאנטראלער מיט אלע מפרשים און זיין חסידות איז געווען א עכטע קולט כאטשיג וואס אין יענע צייטן האט מען נאכנישט געוויסט וואס די ווארט מיינט...
זיינע חסידים האבן נישט געמעגט פארמאגן קיין אייגענע דעת, אלעס האט מען אים געמוזט פרעגן און מען האט נאר געמעגט טאן וואס ער הייסט, און אויב איינער האט זיך געוואגט אים נישט צו פאלגן האט ער אים דערווייטערט מיטן אויסרייד אז ער קען אים מער נישט באגלייטן.. לשונו כידוע.
זיינע חסידים האבן געמוזט קומען צום טיש יעדע שבת און ער פלעגט שטענדיג שטיין ביי די פענסטער פון זיין הויז וואס איז געווען העכער די ביהמ"ד און קוקן ווען יעדער קומט און גייט אזוי ווי א משגיח אין ישיבה...
נאר זיינע קינדער און איידעמער האבן געמעגט צו גיין צום עמוד שבתים אין ימים טובים און ער פלעגט אליין הייסן פאר די גבאי פארוועם צו געבן אן עליה...
ווי אויך האבן נאר זיינע קינדער געמעגט קעיר נעמען פון די ביהמ"ד, מקוה און די קאך. כידוע פאר ווער ס'איז נאר אמאל אריין דארטן אין יענע צייטן...
אויב ביים דאווענען האט איינער גערעדט אדער א קינד האט געמאכט א גערודער פלעגט ער קענען אפשטעלן די בעל תפילה אדער די בעל קורא פאר א לאנגע צייט...
ס'האט זיך דארטן געגאסן צמצום מיט א שפע, און רבי הערשעלעס נערווען פלעגן קענען ווערן זייער אנגעשטרענגט אויב עפעס איז נישט געגיינגען לויט זיין פלאן אדער עפעס האט נישט געשטימט מיט זיינע פרינציפן...
ער פלעגט זיך קענען איינשפארן אין זיין הויז און נישט אראפקומען אין ביהמ"ד פאר וואכן לאנג פון דעפרעסיע.
"זכותו יגן עלינו" (שרייט טאטע... רבי אייזיק...)
זיין זוהן רבי אביש גייט אין זיינע דרכים און פירט די ביהמ"ד און זיינע מענטשן אויף די זעלבע שטייגער ווי זיין טאטע כידוע.
די חילוק פון רבי הערשעלע און זיין זוהן רבי אביש איז,
די טאטע איז כאטשיג געווען א תלמוד חכם און א ערליכע איד,
די זוהן פארמאגט דאס אויך נישט...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 am
דורך טמיר
פארוואס איז טאקע נאר דא א חיוב צי זיצן שבעה אויף א ברודער, אבער נישט צי גיין ווען ער מאכט חתונה?
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:31 am
דורך לאכעדיג
טמיר האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:26 am
פארוואס איז טאקע נאר דא א חיוב צי זיצן שבעה אויף א ברודער, אבער נישט צי גיין ווען ער מאכט חתונה?
ס'איז יא דא א חיוב פון מענטשלעכקייט צו גיין, אבער די רביס האבן זיך אויף דעם באווארענט און מען האט אונז אויסגעלערנט פון קינד ווייז אן אז די רבי איז קיין מענטש נישט, נאר ער איז א מלאך אלוקים.
יחי אדונינו...!
אבער די תירוץ אויף דיין קשיא איז לכאורה ווייל שבעה קען מען זיצן ביי זיך אינדערהיים און צו חתונות דארף מען גיין צו יענעם...
ווען די אדמורי"ם וואלטן געדארפט זיצן שבעה ביי זייער צד שכנגד וואלטן זיי שוין געטראפן א היתר נישט צו דארפן זיצן שבעה.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:57 am
דורך פון אונזערע
איינער פארציילט מיר א מעשה רב פון רבי אביששש זאל געזונט ווערן אז ער איז ארויף צו אים פורים נאך געלט אין ער גלייבט נישט וואס ער זעהט די צדיק זיצט אויף די געלט! אין ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם האט ער בכבודו ובעצמו זיך אינטערגעהויבן אין ארויסגענומען די געלט מתחת המחילה הקדושה....!!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט מוראדיג געכאפט די מעשה אין איך שפיר אז סאיז א מצוה לפרסם...
Re: רבי הערשעלע (קראלער) ספינקער ז"ל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:04 am
דורך לאכעדיג
אזוי ווי די משפחת טייטלבוים, הגר, טווערסקי, האלבערשטאם האבן זייער שטארק ליב די דאללער האט עס די הורוויץ פאמיליע אויך זייער שטארק ליב.
יעדער האט ליב געלט אבער די רעבישע האבן ליב יענעמס...
סאטמאר רב האט געזאגט פאר אלע אונגארישע בנש"ק'ליך נאכן קריג אז זיי זאלן גיין ארבעטן אבער פאר רבי הערשעלע האט ער גארנישט געזאגט ווייל ער האט גענוג געהאט צוטאן מיט זיין טאטע רבי אבישל קראלער אינדערהיים האט ער אין די בראשית יארן אין אמעריקע נישט געוואלט רעדן צו זיין זוהן רבי הערשעלע.
און רבי הערשעלע איז טאקע נישט געגיינגען ארבעטן און די קינדער און אייניקלעך אויך נישט און זיי האבן זיך ערווארבן א רעפוטאציע פון געלונגענע שנארערס.
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:16 am
דורך לאכעדיג
פון אונזערע האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:57 am
איינער פארציילט מיר א מעשה רב פון רבי אביששש זאל געזונט ווערן אז ער איז ארויף צו אים פורים נאך געלט אין ער גלייבט נישט וואס ער זעהט די צדיק זיצט אויף די געלט! אין ווען ער האט געוואלט געבן פאר איינעם האט ער בכבודו ובעצמו זיך אינטערגעהויבן אין ארויסגענומען די געלט מתחת המחילה הקדושה....!!
איך ווייס נישט פארוואס אבער מיר האט מוראדיג געכאפט די מעשה אין איך שפיר אז סאיז א מצוה לפרסם...
ס'איז זיכער העכערע זאכן און הייליגע ענינים ווי אויך איז א סגולה צו פארציילן די מעשה חנוכה ביי די קאצקע צוקער טיש.
(פאר ווער ס'ווייסט נישט, אין ספינקא עסט מען חנוכה נאך ליכט צינדען קאצקע צוקער. העכערע זאכן...)
און רבי נפתלי קראלער ווארפט חנוכה אין די בראנקס פעניס און דיימס. אויך העכערע זאכן...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 2:28 am
דורך לאכעדיג
שעפטאל האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:01 pm
מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
וויפיל האסטו באצאלט פארן מקובל??...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:00 am
דורך נחום הסופר
לאכעדיג האט געשריבן: ↑
וויפיל האסטו באצאלט פארן מקובל??...
אל תקרי מקובל אלא מקבל.
אזוי ווי יענער גביר קמצן וואס האט געבעטן דעם רבי'ן אז ער וויל לערנען מיט אים קבלה, האט אים דער רבי געזאגט קומזשע קודם וועל איך דיר אויסלערנען נתינה...
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 11:09 am
דורך berlbalaguleh
ואיכא דאמרי: "מקוגל"...
ביי אונז אין ישיבה (איינס פון די ישיבות וואו כ'האב געלערנט) איז געווען א בחור וואס האט זיך (און אנדערע) געוואלט איינרעדן אז ער לערנט קבלה, האט מען איהם געגעבן א נאמען בעל "מקוגל", מלשון קוגל...!
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 12:02 pm
דורך חב''ד הויזן
סבא דבהתא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 27, 2024 5:54 pm
מיש נישט אריין סמבור, דארטן איז געווען ענינים נשגבים וואס לאו כל מוחא סביל דא, למעשה איז ארויסגעוואקסן פון דעם א שיינע קהילה קדושה בישראל ויקרא שמו ברעזוב
ווער איז ברעזוב? א מאליק?
איין זון האט זיך געעפנט א שול 'אליק' און די טאטע די סאמבור רבי דאווענט דארט
א צווייטע זון האט זיך געעפנט א פרעמישלאנע שול און נאך א זון איז קאארדינעטאר ביי הצלה. די עלטסטער רופט זיך רב הצעיר דסאמבור

ער איז א שטיף איידעם ביים געוועזענעם ירושלימע רב ר' יצחק טובי'.
די טאטע האט אפאר צובראכענע באנגעלאוס קעגן איבער איחוד קאנטרי וואס ער רופט מיט די ברענד נעים 'מאליק'ס קאנטרי'. (חוץ זיינע מיליאנען אין ריעל עסטעיט).
Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 6:22 pm
דורך לאכעדיג
אז מען רעדט שוין איז פאסיג צו דערמאנען ווען די ברך משה איז געגיינגען מנחם אבל זיין די מומע אלטא פיגא נאך די פטירה פון סאטמאר רב.
אוי איז געווען דארטן פרייליך...