בלאט 6 פון 7

Re:

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:01 am
דורך סקעפטיקער
הכנה דרבה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:00 pm
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:47 pm די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה
לאו דווקא
איך מיין אז ער פארשטייט איר נישט, זי ווייסט פונקטליך וואס זי האלט, דאס איז די פשוט די שפראך וואס זי רעדט צו קענען זיין מקובל בין הבריות.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:06 am
דורך היום
תניא בניחותא האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:45 pm די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.
פיין ארויסגעברענגט!

איך מיין אז דער @צקון לחש, מישט פון א תמים/ תמימות
צו א טיפש/טיפשות…

בו בזמן ווען דער בעש״ט האט גאר שטארק מחשיב געווען דער תמימות׳דיגער עבודה פונעם פשוטער פויער, האט מען אבער נישט סובל געווען קיין דרך טיפשות בעבודת השם….

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:22 am
דורך היום
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:37 pm די ווארט זאגט מען נאך פון ראפשיץ רב ז"ל.
זאל זיין דער ראפשיצער.

קען זיין אז איך האב נאך געהערט אז דער אמרי חיים האט נאך געזאגט פונעם ראפשיצער.

קען אויך זיין אז איך בין זיך טועה…

Re: Re:

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:42 am
דורך הכנה דרבה
סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:01 am
הכנה דרבה האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 10:00 pm
אברהם שנית מן השמים האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:47 pm די משוגעת אז אידישקייט איז א טיפשותדיגע גלויבינג און מעדארף זיין א טיפש מו בלייבן עהרליך איז די גרעסטע כפירה
לאו דווקא
איך מיין אז ער פארשטייט איר נישט, זי ווייסט פונקטליך וואס זי האלט, דאס איז די פשוט די שפראך וואס זי רעדט צו קענען זיין מקובל בין הבריות.
יודקאווסקי איז דען נישט קיין בריה?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 1:00 am
דורך כספי
ארכיטקט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 5:31 pm דער איז זיכער א חכם
אויף אזעלכע פעלער זאגט ראטשנשטרייך, ס'האט אויסגעבראכן א קריג אין מיטל 'מזרח'...

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 6:48 pm
דורך מרדכי מרדכי
די רבי דארף נישט זיין א חכם גענוג אז די גבאי איז קלוג.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2024 7:41 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
פונעם אלטן דור
אדמור מלויבאוויטש זצ"ל

Re:

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:51 am
דורך סמיילי
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:10 am דער סטאלינער, הגם ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט.
קום אריין קלאר

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 2:47 am
דורך אברהם שנית מן השמים
מרדכי מרדכי האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 6:48 pm די רבי דארף נישט זיין א חכם גענוג אז די גבאי איז קלוג.
די רבי דארף זיין געניג קליג צו פאלגן די גבאי!

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:31 am
דורך זאקן
מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:55 am
דורך yesiknow
היום האט געשריבן: מאנטאג אפריל 08, 2024 12:06 am
תניא בניחותא האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:45 pm די בעש”ט זאגט אז נאך אלע השגות (אפשר גאר דווקא נאך אלע השגות) איז ער נאך אלץ ווי א נער וואס גלייבט, דאס איז למעלה מטעם ודעת, לאפוקי סתם א נער וואס פתי יאמין לכל דבר, וואס דאס איז למטה מטעם ודעת.
פיין ארויסגעברענגט!

איך מיין אז דער @צקון לחש, מישט פון א תמים/ תמימות
צו א טיפש/טיפשות…

בו בזמן ווען דער בעש״ט האט גאר שטארק מחשיב געווען דער תמימות׳דיגער עבודה פונעם פשוטער פויער, האט מען אבער נישט סובל געווען קיין דרך טיפשות בעבודת השם….
גם בתמימות אסור להיות שוטה. רבי נחמן מברסלב

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:17 pm
דורך היימלינד
נישט געטראפען א בעסערע אשכול דערפאר
https://www.bechatzros.com/post/841065844
איינער מיט מער דעטאלען ?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:49 pm
דורך חב''ד הויזן
זאקן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:31 am מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.
נע, די גבאי פון וויליאמסבורג איז פיל בעסער, ער ציפט דעם רבי'ן נאך פאר ער עפנט דאס מויל :) ציפן לאחר המעשה איז נישט קיין קונץ...

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:36 pm
דורך שיינע איד
אפשר קען מען עפענען א אשכול וועלכע רבי איז די גרעסטע נער?

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 1:44 pm
דורך kolal1
זאקן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 9:31 am מ׳קען שוין מאכן א אשכול ״וועלכע גבאי איז א חכם״ איך מיין די גאנצע וועג ווי אזוי א רבי פירט זיך אויף אין פובליק ווענדט זיך אסאך אין די גבאי, די גבאי פון מאנרא וואס ציפט די רבי ווען ס׳איז ויפתח את פי האתון איז די געווינער.
ביסט מכובד עס צו עפענען קען זיין אינטערסאנטער ווי די אשקול

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:42 am
דורך שמעקעדיג
אבער געדענק אנצורופן יעדן רבי'ן מיט א טיטל, כפי תקנות השטיבל....

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:29 am
דורך לאכעדיג
חב''ד הויזן האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 12:49 pm נע, די גבאי פון וויליאמסבורג איז פיל בעסער, ער ציפט דעם רבי'ן נאך פאר ער עפנט דאס מויל :) ציפן לאחר המעשה איז נישט קיין קונץ...
ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:55 am
דורך חב''ד הויזן
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:29 am ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.
געווען...

משה גבאי איז מסתמא געווען די מאכטפולסטע מענטש ביים היימישן כלל ישראל זינט די צווייטע וועלט מלחמה. סאטמאר האט דאן - אפיציעל צו אומאפיציעל - געפירט די וועלט און ער איז געווען די אויסשליסליכע בעל הבית פון סאטמאר אלוועלטליך.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 3:35 am
דורך אקטיווע שרייבער
חב''ד הויזן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 7:55 am
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 3:29 am ריכטיג. און רבי משה גבאי איז טאקע די מלך הגבאים.
געווען...

משה גבאי איז מסתמא געווען די מאכטפולסטע מענטש ביים היימישן כלל ישראל זינט די צווייטע וועלט מלחמה. סאטמאר האט דאן - אפיציעל צו אומאפיציעל - געפירט די וועלט און ער איז געווען די אויסשליסליכע בעל הבית פון סאטמאר אלוועלטליך.
א זעלטענע פאליטישע כאראקטער אשר לא היה מקדם.

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:08 am
דורך מילך טראק
איך קוק אהן משה גבאי ווי א שטיקל דורכפאל, ער האט פראבירט צו פירן סאטמאר פאר פופצן יאר מיט טאראר און א שטייפע האנט, למעשה האט ער גענדיגט מיט די סקריקום און ליבעראלן וועם ער האט אלע יארן אזוי געהאסט, ער איז בככל נישט העפי מיט די גאנצע מהלך פון מהרז"ל

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:26 am
דורך אמר אבא
כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 12:37 pm
דורך חב''ד הויזן
מילך טראק האט געשריבן: פרייטאג אפריל 12, 2024 11:08 am איך קוק אהן משה גבאי ווי א שטיקל דורכפאל, ער האט פראבירט צו פירן סאטמאר פאר פופצן יאר מיט טאראר און א שטייפע האנט, למעשה האט ער גענדיגט מיט די סקריקום און ליבעראלן וועם ער האט אלע יארן אזוי געהאסט, ער איז בככל נישט העפי מיט די גאנצע מהלך פון מהרז"ל
היינט איז ער אפשר א דורכפאל (זיכער קאמפערד צו וואס ער איז אמאל געווען) אבער ס'נעמט נישט אוועק פון זיין סוקסעס במשך איבער צוואנציג יאר.

איך גלייב אז ווען ער וויל וואלט ער נאך געקענט היינט זיין פיל מער אינוואלווד אין די קאמפעני, ער האט זיך מסתמא אליינס ארויסגעלאזט פון די טעגליכע מחריקות און אנגעהויבן זיך אהערצושטעלן ווי א נארמאלע מענטש/נגיד, #לעגענדארע משב"ק אדמורי סאטמאר סטייל...

דאס איז זיכער אז דעי מענטש איז א שטיק היסטאריע. איך וואלט אים חונט געווען לאחר מו"א און אריינגעלייגט אין א מעזיאום...

Re: וועלכער רבי איז א חכם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 1:40 pm
דורך מילך טראק
פון א אנדערע קוק ווינקל, במשך 20 יאר האט ער פראבירט צו בויען זיין רעשים און אינטערדרוקן זיינע שונאים, למעשה איז זיי רעשים געפאלן און די שונאים האבן זיך געהויבן די קעפ.

דעמאלטס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אסאך פון זיינע חסידים זענען געווען אונטערדריקט און האבן אינעוויניג געהאסט