בלאט 6 פון 6

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:37 pm
דורך האלטער
אז מען ריקט ארויף פון שבת צו פרייטיק אדער פון פרייטיק צו דאנערשטיק פארשטיי איך, אבער מאנטיק וואס איז דער פראבלעם, אז מ'וועט מחלל שבת זיין שבת פריער אלץ די הכנות ? קען מען נישט אלעס צוגרייטן זונטיג ?

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:38 pm
דורך האלטער
דעס וואס דו זאגסט וועגן די דעקלאראציע הייסט עס אז למעשה איז טאקע דעמאלטס געווען ו' אייר

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:40 pm
דורך האלטער
קען זיין אז צוליב דעם יום הזכרון וואס געפאלט היי יאר זונטיג וויל מען דאס אפשטופן צו מאנטיג און במילא איז יום העצמאות דינסטיג.

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:44 pm
דורך היימלינד
האלטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:40 pm קען זיין אז צוליב דעם יום הזכרון וואס געפאלט היי יאר זונטיג וויל מען דאס אפשטופן צו מאנטיג און במילא איז יום העצמאות דינסטיג.
היינו טעמא

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 1:48 pm
דורך האלטער
אינטערסאנט, לויט דעם איז ביי זיי ה' אייר איין יאר א יום שמחה און די אנדערע יאר א יום אבל

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2024 10:49 pm
דורך אייניקעל
האלטער האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 1:38 pm דעס וואס דו זאגסט וועגן די דעקלאראציע הייסט עס אז למעשה איז טאקע דעמאלטס געווען ו' אייר
שבת איז געווען ו' אייר

וויבאלד מען האט אבער דערקלערט די מדינה אום פרייטאג, וואס איז געווען ה' אייר, איז דער טאג באשטימט געווארן פאר יום טוב (ווי דער לשון איז לשנה אחרת קבעום ועשאום יום טוב בהלל והודאה)

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:36 am
דורך berlbalaguleh
איך האב געליינט ערגעץ א רעפארט אויף ענגליש אז בן גוריון האט צוגע'איילט די צערעמאניע פון די דעקלאראציע אום פרייטאג נאכמיטאג וועגן כבוד השבת...!

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 12:27 pm
דורך [NAMELESS]
נישט צום גלייבען
בן גוריון געווען אזא צדיק?????

Re: ה' אייר יום העצמאות למדינת ישראל

נשלח: דאנערשטאג יוני 06, 2024 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
ס'נישט ווייל בן גוריון איז געווען אזא צדיק. בכלל נישט. נאר ווייל ס'זענען אויך געווען רעליגיעזע אידן (אגודה און מזרחי) אין זיין רעגירונג. ער האט געוואלט אויפשטעלן א דעמאקראטישע רעגירונג און יעדן ארייננעמען. ער איז געווען א פראקטישער מענטש. (יא ליידער. שר"י עפ"ל עמיר לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט.) ווען די עדה החרדית וואלט (ח"ו) געוואלט זיין א טייל פון זיין רעגירונג וואלט ער זיי אויך אריינגענימען.

לעומת זענען געווען א סאך ערגערע פון איהם. די (פרייע) קיבוץ באוועגונג וועלכע האבן פיינט געהאט ערליכע אידן מיט א שטארקע שנאה.