בלאט 6 פון 7

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:19 pm
דורך נחום הסופר
בעל דרשן האט געשריבן: טוה מיר א טובה ביטע...
ער איז געווען רב אין ירושלים, דערנאך אין וויליאמסבורג בבית מדרשו של אביו, און היינט איז ער פון די גרעסטע אדמורי"ם בדורינו, נאך אפשר מער פלייש ווי זיין ברודער.

דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען דער פאטער איז שוין נישט געווען געהעריג ביי די כוחות. ווען דער ברך איז געווען פעסט געזונט, האט ער גארנישט באקומען (אייגנטליך יא, סיגוט אין בארא פארק...)

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:26 pm
דורך בעל דרשן
תשנ"ו איז ער געווארן רב אין ירושלים, איז די ברך משה מער נישט געווען ביים דעת דען ? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 12:51 pm
דורך פאלגזאם
אייביג פרייליך האט געשריבן: די מקור איז: פרעג עני בעלזער חסיד און ער וועט עס דיר זאגן.

האסט שוין אמאל געזען ווידיאס פון ר' אהרן מרדכי רעדן און שלום רעדן? די מרחק איז כרחוק מזרח למערב! שלום האט class און רעדט מיט class, זיין טאטע רעדט אן א טראפ class אין האט נישט קיין טראפ class!!

איך האב געזען, און אפילו בהקיץ אויך. איך זעה נישט וואס מען זאגט זאל זיין אמת.
ס'איז מער אז איינער האט געזאגט, און יעדער זאגט נאך ווייל מען פילט ווי מען איז אין דער זאך... גארנישט ווערט א פאקט בלויז ווייל א ניק האט אזוי באשלאסן.
און איך האב געפרעגט מערערע בעלזא חסידים און קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט נישט קיין קלאס אדער אז ער איז נישט קלוג.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:06 pm
דורך מן הסתם
בעל דרשן האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 12:26 pm תשנ"ו איז ער געווארן רב אין ירושלים, איז די ברך משה מער נישט געווען ביים דעת דען ? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

ניין, מער נישט געזאגט קיין תורה און כמעט נישט גערעדט ברבים, ווען יא האט ער געהאלטן אין איין איבערזאגן, שטייצעך ס'געווען בעסערע און שוואכערע צייטן דא און דארט, אבער שוין נישט געווען אזוי אין די כלים..

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:09 pm
דורך מן הסתם
ווען עריז געווען אין די כלים האט מהרז"ל כמעט ווי נישט עקזיסטירט, און עד היום איז מהרז"ל אנגעווייטאגט דערפאר.. פארגינט נישט פארן עלטערן ברודער דאס אטעם..

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 6:44 pm
דורך אמאהלגעקעננט
נחום הסופר האט געשריבן:
בעל דרשן האט געשריבן: טוה מיר א טובה ביטע...
ער איז געווען רב אין ירושלים, דערנאך אין וויליאמסבורג בבית מדרשו של אביו, און היינט איז ער פון די גרעסטע אדמורי"ם בדורינו, נאך אפשר מער פלייש ווי זיין ברודער.

דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן ווען דער פאטער איז שוין נישט געווען געהעריג ביי די כוחות. ווען דער ברך איז געווען פעסט געזונט, האט ער גארנישט באקומען (אייגנטליך יא, סיגוט אין בארא פארק...)

געגעבן די הכשר אױף די מצות. ס'איז געװען זײן נאמען אױפן באקס..

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 6:57 pm
דורך קהל'ס נער
פאלגזאם האט געשריבן:
אייביג פרייליך האט געשריבן: די מקור איז: פרעג עני בעלזער חסיד און ער וועט עס דיר זאגן.

האסט שוין אמאל געזען ווידיאס פון ר' אהרן מרדכי רעדן און שלום רעדן? די מרחק איז כרחוק מזרח למערב! שלום האט class און רעדט מיט class, זיין טאטע רעדט אן א טראפ class אין האט נישט קיין טראפ class!!

איך האב געזען, און אפילו בהקיץ אויך. איך זעה נישט וואס מען זאגט זאל זיין אמת.
ס'איז מער אז איינער האט געזאגט, און יעדער זאגט נאך ווייל מען פילט ווי מען איז אין דער זאך... גארנישט ווערט א פאקט בלויז ווייל א ניק האט אזוי באשלאסן.
און איך האב געפרעגט מערערע בעלזא חסידים און קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט נישט קיין קלאס אדער אז ער איז נישט קלוג.

בעלזא רב'ס פאפולעריטעט איז צוליב זיין כאריזמע, חכמה און ביצים, וואס דעמאלטס שאדט נישט אזוי שטארק די קאלטקייט (און ס'קען גאר זיין א מעלה אז ער האלט א דיסטענס פון די חסידים, שטייטצעך פון א פאפולעריטעט פערספעקטיוו).

הרב א"מ פרובירט נאכצומאכן זיין פאטער מיטן זיין א קאלטער, ווייל ער מיינט אז פון דא שטאמט די פאטער'ס פאפולאריטעט.
מילא חכמה, כאריזמע אדער ביצים האט ער נישט (ער איז נישט קיין טיפש, אבער אקעגן זיין טאטע זעהט ער אויס ווי איינס), און ער איז א קאלטער נאך אויך, ממילא האט דער עולם אזא בליק אויף אים.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 7:45 pm
דורך נחום הסופר
לויט וויפיל איך ווייס איז הרב א''מ אויך היבש פאפולער ביי חסידי בעלזא, דער פראבלעם איז אז ער איז טאקע נישט קיין גוטער רעדנער, רעדט קאלט און טרוקן. א שאד ער לערנט זיך נישט אביסל צו.

(יעצט טראכט איך 'א שאד פאר וועם'?, ער גייט עניוועי זיין רבי און עניוועי גייען אים טויזענטער אויסהערן, טא פארוואס זיך צולערנען?)

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 8:03 pm
דורך יין שרף
הרה"צ ר' א"מ האט (געהאט?) social anxiety/phobia. געהערט אז די לעצטע 10 יאר ארבייט ער דעראויף.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 9:36 pm
דורך פאלגזאם
קהל'ס נער האט געשריבן: בעלזא רב'ס פאפולעריטעט איז צוליב זיין כאריזמע, חכמה און ביצים, וואס דעמאלטס שאדט נישט אזוי שטארק די קאלטקייט (און ס'קען גאר זיין א מעלה אז ער האלט א דיסטענס פון די חסידים, שטייטצעך פון א פאפולעריטעט פערספעקטיוו).

הרב א"מ פרובירט נאכצומאכן זיין פאטער מיטן זיין א קאלטער, ווייל ער מיינט אז פון דא שטאמט די פאטער'ס פאפולאריטעט.
מילא חכמה, כאריזמע אדער ביצים האט ער נישט (ער איז נישט קיין טיפש, אבער אקעגן זיין טאטע זעהט ער אויס ווי איינס), און ער איז א קאלטער נאך אויך, ממילא האט דער עולם אזא בליק אויף אים.
ער שיינט מיר נישט צו זיין קיין קאלטער, אבער קען זיין.
יישר כח פארן ענטפערן כהוגן.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 9:37 pm
דורך פאלגזאם
יין שרף האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:03 pm הרה"צ ר' א"מ האט (געהאט?) social anxiety/phobia. געהערט אז די לעצטע 10 יאר ארבייט ער דעראויף.
קענסט מיר ווייזן די גאנצע אפיציעלע דיאגנאסיס?

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 10:33 pm
דורך אבימלך
שיין צו זעהן ווי געוויסע ווילן זיך איינדרעדן אז ר' א''מ גייט נישט איבערנעמען, אבער די מציאות איז שווארץ אויף ווייס, אז ער גייט וויירשיינדלעך זיין די בעלזא ממשיך,

קען זיין אז ר' שלום איז מער געריבן ווי אים, אבער די עצם פאקט אז כהיום פירט שוין ר' א''מ די חסידות מיר ווייניגער, איז נישט דא קיין הו''א אז ער זאל נישט איבערנעמען

למעשה איז ער פארמישט אין יעדע בעלזא פראיעקט, שוין באלד מער ווי זיין טאטן, און ס'פשוט אז ער גייט אלעס איבערנעמען

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 2:02 am
דורך קהל'ס נער
ס'פשוט אז ער גייט ווערן רבי, אבער ער גייט זיין א CEO וואס דארף פאלגן וואס די באורד הייסט, אזויווי מהרז"ל.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 7:04 pm
דורך whatever
איך האב שוין אמאל פערזענליך גישמועסט מיט ר' אהרן מרדכי (איך בין נישט קיין בעלזער), ער האט אנדערע חסרונות, אבער טיפשות וואלט איך נישט געזאגט ביי אים, און קאלטקייט שפילט ער יא לכאורה צו ווייזן אז ער איז בעה"ב און ס'וועט אים טאקע העלפן

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 8:16 pm
דורך מן הסתם
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: געגעבן די הכשר אױף די מצות. סאיז געװען זײן נאמען אױפן באקס.

מוראדי'ג, ער האט עם געגעבן סיגוט ב"פ וואס האט פארמאגט אפאר באטשי'ס מגולחים, און אויך די הכשר אויף גאנץ קערעסטירער מצה בעקערי.. פשיהא ממש א מלוכה...

אה.. און טאקע נישט פארגעסן, אויך א מגי"ש/שו"מ אין ישיבה קטנה..

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 12:26 am
דורך פעטוועי רבי
מן הסתם האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:09 pm ווען עריז געווען אין די כלים האט מהרז"ל כמעט ווי נישט עקזיסטירט, און עד היום איז מהרז"ל אנגעווייטאגט דערפאר.. פארגינט נישט פארן עלטערן ברודער דאס אטעם..
די פעטוועי רבי פארגינט נישט קיינעם. א זויערע פיקל

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 4:36 pm
דורך רעבמאטעס
פעטוועי רבי האט געשריבן: די פעטוועי רבי פארגינט נישט קיינעם. א זויערע פיקל

איך דינג זיך נישט
ווער פון זיינע קינדער האט שוין א שטעלע? והוא פלא

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מיטוואך מאי 22, 2024 6:17 pm
דורך מחצה''ק
ווי ווינדערלעך מהאט פארוואנדעלט די ביאלא אשכול אויף נאך א סאטמאר מחלוקות אשכול

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2024 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
פון ביאלא דורך בעלזא קיין סאטמאר

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 12:07 am
דורך שמעקעדיג
מחצה''ק האט געשריבן: ווי ווינדערלעך מהאט פארוואנדעלט די ביאלא אשכול אויף נאך א סאטמאר מחלוקות אשכול

זייער ריכטיג.
רבותי ביטע לאזן סאטמארע חזיריי אינדרויסן און נישט פארדרייען דעם אשכול.

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 1:42 am
דורך מחובר לקרקע
וואס טוט זיך מיט די ירושת ממון פונעם רבין זצ"ל ?

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2024 10:43 am
דורך אחידוש
ביאלא, ער האט איבערגעלאזט א געוואלד מיט קרקעות
דירות און תל אביב
צפת, ועוד

Re: פטירת כ"ק אדמו"ר רבי בצלאל שמחה מנחם בן ציון מביאלא - לוגאנא זצ"ל

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2024 2:28 am
דורך כספי
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 12:07 am
מחצה''ק האט געשריבן: ווי ווינדערלעך מהאט פארוואנדעלט די ביאלא אשכול אויף נאך א סאטמאר מחלוקות אשכול

זייער ריכטיג.
רבותי ביטע לאזן סאטמארע חזיריי אינדרויסן און נישט פארדרייען דעם אשכול.
איך בין טאקע שולדיג (מיט א פשוט'ע ווערטל), אין פארדרייען דעם אשכול.
אבער דאכט זיך מיר, אז כך הוא דרכה של קאווע-שטיבל בימים האלו, אז אשכולות פארן רינגס און ארום, און כ'זעה נישט אז ס'זאל דוקא זיין אזא גרויסן פראבלעם.
אין די עכטע (אדער פאלשע?) קאווע שטיבל אין בית המדרש, פארן אויך שמועסן אזוי, מ'פאנגט אן ביאלא און מ'ענדיגט ביי ראיסי, און אינצווישן איז מען מסדר נאך אסאך נושאים. כ'פארשטיי דא איז עס מער מסודר, ס'דא אשכולות, אבער דאך...