בלאט 6 פון 10

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 1:21 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז דא א חומרא פונעם גר"א אז ס'זאל נישט זיין קיין הפסק ציווישן דעם טיר און דער מזוזה (דער פת"ש ברענגט עס אויפן פלאץ). אויב האט מען א האלצענעם שיידל איז עס נישט קיין חציצה ווייל מין במינו אינו חוצץ. פארשטייט זיך אז ביי אן אייזענעם טיר איז עס טאקע נישט קיין אויפטוה.

דאס אליינס צי די חומרא פונעם גר"א איז מטעם "חציצה" צי מטעם "הפסק" (וואס ביי דעם איז נישט קיין חילוק בין מינו לאינו מינו) איז א שמועס פאר זיך. ס'איז דא פלפולים לכאן ולכאן, נישט קיין דברים ברורים.

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 9:53 am
דורך וויל קענען
שמעתי עוד טעם לזה, ס׳איז דא א דעת קדושים בשם הבעש״ט הק׳ אז מ׳זאל נישט נוצען אן האלטער פון אייזן אזויווי ביים מזבח, דלמען ירבו ימיכם כתיב, וברזל מקצר

Sent from my XT907 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 12:27 am
דורך [NAMELESS]
קען אויך זיין. פאר דעם אליינס אבער קען מען נאך נוצען א פלעסטיק שיידל. לפי טעם חומרת הגר"א איז האלץ יא דווקא (ביי א הילצענעם טיר פארם).

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 9:10 am
דורך וויל קענען
יא, מען קען ווען ניצען פלסטיג. אבער אמאל איז דאס נישט געווען

די גר״א איז נישט אזוי פשוט עי׳ בתהלה לדוד

Sent from my XT907 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 10:20 am
דורך [NAMELESS]
און קען זיין אז פון דא נעמט זיך די טעות ביי מאנכע אז מ'טאר זיך נישט אויפדעקן די מקומות המכוסים אין פארנט פון די מזוזה, ווייל די מזוזה פלעגט נישט זיין צוגעדעקט. אבער ווען די מזוזה האט א האלטער איז לכאורה נישט קיין שום פראבלעם (אבער ביי א דורכזיכטיגער פלעסטיק האלטער איז יא א שאלה).

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:44 am
דורך ציבעלע-קיגל
ריכטיג האט געשריבן:וואס טייטשט שחר קמתי?


11 אזייגער צופרי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2015 11:47 am
דורך ציבעלע-קיגל
אביסעל שכל האט געשריבן:איז דא א מקור דפקא צו נוצן א האלטער פאר די מזוזה וואס איז געמאכט פון האלץ? אויב יא וואס איז די מקור?


עס קומט פון דער אלטער מנהג אז פאר די האלצערנע רעכענט מען 10 מאהל מער

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:06 am
דורך לית דין בר נש
נישט ממש א שאלה מער א ידיעה

ווען די בעל תפילה ענדיגט הויכע שמונה עשרה זאגט מען פאר קדיש יהי לרצון אמרי פי?
דאס אז עס איז דא וואס זאגן ווייס איך, וויל איך וויסן די וואס זאגן נישט איז ווייל מען דארף נישט זאגן אדער פשוט ווייל זיי ווייסן נישט אז מען דארף יא זאגן? ווי ווערט גירעדט דערוועגן איז דא אין דעם שיטות, מחלוקת'ן?
תודה

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:30 am
דורך שלום על ישראל
מ'דארף נישט זאגן. די רבותא איז אז מ'דארף נישט מוחה זיין אויב דער חזן זאגט יא.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:34 am
דורך שלום על ישראל
איין זאך יא. כ'דערמאן זיך יעצט, אז אויב דער שליח ציבור האט נאך נישט געדאווענט שטילע שמו"ע, זאל ער דווקא יא זאגן יהיו לרצון.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:40 am
דורך לית דין בר נש
עס ווערט ערגעץ גירעדט דערוועגן?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:46 am
דורך שמעון וואלף
אין משנה ברורה האב איך אמאל געזעהן ס'איז א מחלוקת צווישן גר"א און של"ה. איך געדענק נישט ווער האלט וואס (און צוליב טרדות החג קען איך יעצט נישט נאכקוקן) אבער עכ"פ וויזוי מ'פירט זיך יש על מי לסמוך

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:47 am
דורך שמעון וואלף
שלום על ישראל האט געשריבן:איין זאך יא. כ׳דערמאן זיך יעצט, אז אויב דער שליח ציבור האט נאך נישט געדאווענט שטילע שמו״ע, זאל ער דווקא יא זאגן יהי לרצון.


ער דארף זאגן אלקי נצור אויך

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:52 am
דורך נהורא נפישא
ווייסט אפשר איינער צו ס'איז דא מקום להחמיר איבער א חמץ'דיגע שמירעכטץ וואס איז אינו ראוי לאכילת כלב, אבער ס' מתחלה געמאכט זיך צו שמירן, דאס איז די דרך הנאתו, ובפרט אז מ'נעמט אן סיכה כשתיה ?

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:53 am
דורך נולד מאוחר
קלעי און ברוינפוין קען מען פארקויפן און חמץ אדער מדארף עס ארויסווארפן?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 11:56 am
דורך נהורא נפישא
קלעי איז אינו ראוי לאכילת כלב, דארף מען עס ניטאמאל פארקויפן.
ברוינפען איז מוסכם אז עס איז חמץ גמור, דערפאר ווענדט זיך אויב דו ווילסט פארקויפן חמץ גמור.

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:05 pm
דורך קל וחומר
נהורא נפישא האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער צו ס'איז דא מקום להחמיר איבער א חמץ'דיגע שמירעכטץ וואס איז אינו ראוי לאכילת כלב, אבער ס' מתחלה געמאכט זיך צו שמירן, דאס איז די דרך הנאתו, ובפרט אז מ'נעמט אן סיכה כשתיה ?

זייף איז מען מקפיד?
כ'פרעג

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:06 pm
דורך נולד מאוחר
אנליין איז דא וואס טענהן אז קלעי איז ספעציל געמאכט אז סזאל נישט זיין שעדליך פאר קינדער , וואס מאכט עס ראוי לאכילת כלב.
וואס מיינט אויב איך וויל פארקויפן חמץ גמר, וואס איז די הלכה?

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:12 pm
דורך נהורא נפישא
אויף די ליסטעס זענען זיי מקפיד אויף זייפן און אויף תרופות וואס זענען אינו ראוי לאכילת כלב, און ווערט געגעסן שלא כדרך אכילתן. וכמדומה שאין להם על מה לסמוך, צו אסר'ן אזאך וואס איז במפורש מותר.
קלעי, אויב ס'איז ראוי דאן איז לכאורה יא א פראבלעם.

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
נהורא נפישא האט געשריבן:ברוינפען איז מוסכם אז עס איז חמץ גמור, דערפאר ווענדט זיך אויב דו ווילסט פארקויפן חמץ גמור.

נישט אלע בראנפן האבן בכלל חמץ, און אפילו די וואס האבן יא איז נישט אלע מוסכם אז ס'איז חמץ גמור, פרעג דיין מו"ץ וואס ער האלט.

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 12:58 pm
דורך טמיר
מ'קען פארקויפן חמץ אנליין?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

Re: קורצע הלכהדיגע שאלות

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:02 pm
דורך יהושע חיים
בילד

פרעג מיר נישט וויאזוי דאס ארבעט

נשלח: זונטאג אפריל 17, 2016 1:04 pm
דורך שלום על ישראל
טמיר האט געשריבן:מ'קען פארקויפן חמץ אנליין?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk

Chabad