בלאט 6 פון 46
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 8:54 am
דורך איך אויך
ווי קומט דא אריין דער חזה? (אז זי איז געווען א מיידל מן הסתם האט זי געהאט א חזה) , דער ניגון איז וועלט באקאנט און איז פון נעמי שמר.
אגב ,דער באקאנטער ולירושלים עירך איז געווען דער פרומער ענטפער אויף דעם ניגון.
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:10 am
דורך קאווע טרינקער
בערל אונזער בעל עגלה האט לכאורה געמיינט על דרך אין הניגון נקראת אלא על מי שמזמרה.
וועלעכע באקאנטע ולירושלים עירך רעדט איר?
וואס איז די ענטפער, אויף וועלעכע קשיא?
נשלח: זונטאג מאי 12, 2013 10:18 am
דורך איך אויך
שוין איך זעה ביסט א שוואכע מבין אין נגינה.
אפשר הייסט עס 'ניגון אל על' ע"ש די לאנגע יארן וואס זיי פלעגן עס שפילן ביים לאנדן אין ישראל, וואס איך דרינג ארויס פון דיין ביז היינטיגע אומוויסנשאפט איז אז ביסט נאכנישט געפארן מיט אל על קיין ישראל.
ווילסט איך זאל דיר אפזינגן דעם ולירושלים עירך? די מעשה גייט אז דער מלחין (דאכט זיך רב"צ שענקער ני"ו) איז געפארן מיט א פליגער תיכף נאך די זעקס טאגיגע קריג און דעמאלס האט יעדער גערעש'ט מיט דעם ירושלים של זהב פון נעמי שמר, האט ער מחבר זיין ניגון אלס פרומע תשובה דערויף. פארשטייסט שוין אדער נאכאלץ נישט?
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 8:48 pm
דורך קאווע טרינקער
נישט געוואוסט אז דער ניגון אויף "והוא קלי, וחי גואלי" איז פון ברוך לעווין.
כ'האב דאס געהערט אויף ענגלישע ווערטער אמאל.
זייער ווארימע ניגון.
ער איז אויך דער מחבר פון "וזכני לגדל.." זייער שיין.
http://www.youtube.com/watch?v=_UgNrNRx2zshttp://www.youtube.com/watch?v=4X8bnbB474w
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:43 pm
דורך הערשי
די ליד איז ארגינעל געזינגען געווארן נישט דורך חזה'ן, נאר דורך שולי נתן, א דאן יונגע אומבאקאנטע זיגערין. כ'וויל נישט מכשיל זיין די ציבור יראים, אבער די פרויען קענען זוכן די ארגינעל אויף יוטוב. נתן איז דאן געשטיגען אין נאמען און אויסגאוואקסן א גרויסע זינגערין, לשמחת הוריה ומוריה.
די מעשה גייט אז שמר האט פארפאסט די ליד לכבוד א ירושלים קאנצערט אין תשכ"ז. די שטאט איז נאך דאן געווען צעטיילט, און אויפדעם ארויף זינגט זי "העיר אשר בדד יושבת ובליבה חומה". למעשה, אין געציילטע וואכן איז פארגעקומען די זעקס-טאגיגע מלחמה, און ס'געווען "הכותל בידינו". האט דאך שוין נישט געהאט קיין פשט צו קלאגן. איז שמר צוריק צום שרייב טיש און במקביל די סטאנזאס
"איכה יבשו בורות המים
כיכר השוק ריקה
ואין פוקד את הר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
מייללות רוחות
ואין יורד אל ים המלח
בדרך יריחו"האט זי מוסיף געווען
"חזרנו אל בורות המים
לשוק ולכיכר
שופר קורא בהר הבית
בעיר העתיקה.
ובמערות אשר בסלע
אלפי שמשות זורחות
נשוב נרד אל ים המלח
בדרך יריחו."מ'וואלט געקענט מהפך זיין יגון לשמחה, אבער משום חביבות השיר האט מען כולל געווען ביידע נוסחאות, ברכנו כולנו כאחד יחד.
פריי פון קאנטראווערסיע איז דאס אבער נישט געווען. מאנכע האבן גע'טענה'ט, "וואס הייסט כיכר השוק ריקה? די ירדנ'ער דרייען זיך דאך דארט. ירדנ'ער זענען עפעס נישט קיין מענטשן? אינם מן המנין?" אזוי גייט עס אין מיטלן מזרח. אפילו א פאלקס ליד איז אינטערנאציאנעלע פאליטיק. עכ"פ, שמר איז אבער נישט שולדיג געבליבן. משל למה הדבר דומה, למלך שמרדה בו אשתו, גייט ער צום פסיכיאטאר, און ער בארואיגט אים, מנע קולך מבכי, זי איז נישט איינזאם...
אין די עפיק פילם "שינדלער'ס ליסטע" שפילט די סקאור "אויפן פריפיטשעק" און "ירושלים של זהב" בשעת א ליקווידירונג. איז געהערט געווארן קריטיק אויפן אנאכראניזם. הלמאי, די ליד איז פארפאסט געווארן הערשט אין תשכ"ז. נו מילא, קיינער מיינט דאך נישט אז מ'האט באמת באשטעלט קלעזמער צו שפילן ווארימע ניגונים בשעת די נאציס האבן געטריבן. נאר ס'האט געקלונגען עטוואס קאמיש צו ישראלישע אויערן, און קאמעדיע איז דאך חזיר טריף אין א טראגעדיע. אין די העברעאישע ווערסיע שפילט טאקע אן אנדער ליד.
ס'מיר א חידוש אז די שלומי אמוני האבן געזוכט צו פארפאסן אן "ענטפער" ליד, זה לעומת זה. בסך הכל זינגט דאך דאס ליד בשבחה של ירושלים, און טאקע מיט אן ענוות'דיגען יראת הכבוד'יגע צוגאנג כראוי וכיאות "אך בבואי לשיר לך, קטנתי מצעיר בנייך. פארוואס מיינען די פרומע אז זיי מוזן אלס אפענטפערן.
מ'קען טרעפן מקורות אויף וויקיפידיע
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7% ... 7%94%D7%91http://en.wikipedia.org/wiki/Jerusalem_of_Goldhttp://en.wikipedia.org/wiki/Schindler% ... troversies
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 10:47 pm
דורך קאווע טרינקער
קיינער מיינט דאך נישט אז מ'האט באמת באשטעלט קלעזמער צו שפילן ווארימע ניגונים בשעת די נאציס האבן געטריבן.
ס'איז גראדע יא געווען קלעזמער בפתחו של גיהנום.
http://holocaustmusic.ort.org/places/camps/death-camps/
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 12:15 am
דורך ונבנתה העיר
יוסף רעזניק פארציילט וועגן די מוזיק אין זיין עדות ביי משפט אייכמאן, [ער זאגט אז ער קען עברית אבער ער וויל רעדן אויף אידיש].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=-09xTWnT-hs[/youtube]
אז מען רעדט שוין, דא איז יואל בראנד מעיד ווי אייכמאן האט איהם פארגעשלאגן צו פארקויפן א מיליאן אידן [הייבט זיך אהן ביי 26:00].
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=BH2TnBs7p48[/youtube]
הערה איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד.
נשלח: מאנטאג מאי 20, 2013 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
קודם א ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר אינטרעסאנטן קליפ איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד ביי דעם משפט פון אדאלף אייכמאן ימ"ש. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער פערזאן יואל ברנד איז געווען אזוי שטארק אסימילירט און אויסגעטון פון יעדן ברעקל אידישקייט אז ר'האט אפילו נישט געקענט געהעריג רעדן און פארשטיין אידיש אדער עברית. נאר ער האט פארלאנגט צו קאמיוניקירן אין די פארשאלטענע דייטשע שפראך, וואו ר'האט זיך געשפירט באקוועם. לפלא. אבער ר' סענדער דייטש זי"ע ועכ"י האט איהם געשילדערט מיט אזעלכע פאזיטיווע פארבן אין דער איד, אז ווען כ'האב געליינט זיין באשרייבונג האב אייך אייביג געמיינט אז ער (יואל בראנד) איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:45 pm
דורך שמעקעדיג
אז כעלמ'ער מגיד האט נאך א ביפער
viewtopic.php?p=117217#p117217
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:02 pm
דורך טאמבל סאס
berlbalaguleh האט געשריבן:קודם א ייש"כ פאר ברענגען דעם גאר אינטרעסאנטן קליפ איבער די עדות'שאפט פון יואל ברנד ביי דעם משפט פון אדאלף אייכמאן ימ"ש. ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער פערזאן יואל ברנד איז געווען אזוי שטארק אסימילירט און אויסגעטון פון יעדן ברעקל אידישקייט אז ר'האט אפילו נישט געקענט געהעריג רעדן און פארשטיין אידיש אדער עברית. נאר ער האט פארלאנגט צו קאמיוניקירן אין די פארשאלטענע דייטשע שפראך, וואו ר'האט זיך געשפירט באקוועם. לפלא. אבער ר' סענדער דייטש זי"ע ועכ"י האט איהם געשילדערט מיט אזעלכע פאזיטיווע פארבן אין דער איד, אז ווען כ'האב געליינט זיין באשרייבונג האב אייך אייביג געמיינט אז ער (יואל בראנד) איז געווען אן אמת'ער ערליכער איד.

נע. ס'נישט וועגן די שילדערונג.
ס'איז וועגן די
"יואל" אין זיין נאמען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:06 pm
דורך קאווע טרינקער
הערענדיג א שיעור פון ר' אהרן רקפת, פארציילט ער אז שמעון פרס האט אלץ קינד באקומען א ברכה פונעם חפץ חיים אויף ארוכת ימים.
קיינמאל נישט געוואוסט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:11 pm
דורך זר זהב
יאפ, איך געדענק כאבעס אויך געליינט ערגעץ וואו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:15 pm
דורך קאווע טרינקער
אריין אין אשכול "זאכן וואס איך האב שוין געוואוסט.."
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:24 pm
דורך זר זהב
אז סיז געווען דער קאלובער רב דער בעל חקל תפיחון וואס האט געזאגט דעם נוטריקון אויף ויואל משה "אנוכי ולא יהיה לך מפי הגבורה שמענו". כאגעמיינט אז סיז פונעם וואודעסלאווער רב.
נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:41 pm
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:יאפ, איך געדענק כאבעס אויך געליינט ערגעץ וואו.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:14 pm
דורך זר זהב
אז אין סקווירא איז אויך דא (אדער געווען?) א משה גבאי
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:23 pm
דורך איך אויך
לאנג לאנג צוריק.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:23 pm
דורך קאווע טרינקער
שוין געוואוסט,
משה בטלן, ער איז געווען אן אפגעהיטנע איד, און סקווירא רבי זצ"ל האט אים געטראסט מיט טראגן און ברענגען זיינע טעכטער,
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:25 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אז אין סקווירא איז אויך דא (אדער געווען?) א משה גבאי
ר'איז געווען נאך א סאך פריער פון אונזער? (אופס) משה גבאי. מ'האט איהם גערופן ר' משה גבאי. אדער ר' משה קאלאראשער. דעם אלטן סקווירא'ער רבי זי"ע האט מען אויכעט גערופן (אמאל) "קאלאראשער רב"
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:42 pm
דורך זר זהב
אבער א משה (פר"מ) גבאי איז דא נאר איינס!!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אבער א משה (פר"מ) גבאי איז דא נאר איינס!!
גערעכט!!!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:07 pm
דורך זר זהב
איך פלאן ארויפצולייגן א פארטרעט (בילד) אויף מיין וואנט פון די וואן ענד אנלי ר' משה גבאי!
זיין געזיכט ברענגט יראת הכבוד, פארלאנגט רעספעקט, שפרידעלט ציניציזם, און משפיע סוקסעס.
ר' משה ר' משה !!
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 9:14 pm
דורך זר זהב

- 2011823_2014227838_JPG.JPG (219.68 KiB) געזען געווארן 2562 מאל