וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

וועיז האט אנגעהויבען צו ווייזען די ספיד לימיט, און די ספיד ווי שנעל מען פארט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א שטיק צייט צוריק בין איך געפארן שבת אין דער פרעמד צו א שמחה. דער בעל שמחה האט צוגעשטעלט אכסניות פאר די געסט, וגם אני בתוכם, כמובן.
אנקומענדיג צו די רום פון מיין אכסניא, האב איך געטראפן אלעס שיין צוגעשטעלט, אבער העיקר שכחו: א זייגער אין צימער.

אן א זייגער בין איך אויס קאפעליוטש מאכער, בפרט אום שבת. אינדערוואכן גיט מען א טשעק דעם סעלפאן; אבער שבת איז דאך נישט שייך!

א שנעלע זוך האט מיר געברענגט צו עטליכע עפפס וועלכע צייגן די זייגער א גאנצע צייט אויפן סעל סקרין - אן ווערן פארלאשן. גענוי ווי א פשוט'ער אלארם קלאק.

MY ALARM CLOCK - איז געווען דאס בעסטע. איך האב קודם דאונלאודעד די פרייע ווערסיע, עס צו אויספרובירן. נאך אפאר מינוט האב איך געזען אז דאס איז וואס איך זוך, האב איך דאונלאודעד דעם פולן באצאלטע ווערסיע פאר $2.
פארוואס האב איך געצאלט? חוץ מזה וואס איך האלט פון שטיצן די וואס ארבעטן שווער און איך האב הנאה דערפון, האט די פרייע ווערסיע בלינקעדיגע עד'ס, וואס וואלט מיר געשטערט אין א טונקעלע צימער.

וואס זאל איך ענק זאגן. כ'האב זיך מחי' געווען דערמיט. עס האט אזויפיל אפציעס און פיעטשורס, פלעש לייט, קאלירן, וכו'.
די פאזיציע פונעם זייגער אויפ'ן סקרין טוישט זיך (לויטן פארלאנג) יעדע פאר מינוט כדי צו פארמיידן א סקרין BURN (ד"ה אויב א געוויסע זאך בלייבט צו לאנג אנגעצינדן אויפן זעלבן ארט קען עס מאכן א פערמאנענטע ברען אינעם סקרין).

https://play.google.com/store/apps/deta ... lock&hl=en

.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אהרן האט געשריבן:.

אגב אז מרעדט שוין, וואס איז די מעלה פון waze? איך קען עס נמשט דערליידן.

וואס איז טאקע די סיבה אז די עולם אעז אזוי פארקויפט פאר וועיז? גוגל מעפס קוקט מיר אויס אסאך געשמאקער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'מיין אז די 3 עיקר מעלות פון וועיז איבער גוגל מעפס איז:

1. עס ווייזט די ספיד לימיט
2. עס ווייזט וואו פאליציי זענען באהאלטן און אנדערע ווארענונגען
3. אז יעדער באנוצער קען ווארענען אנדערע אויב ער/זי זעהט עפעס. (עס מאכט שפירן ווי א "היימישע קאמיוניטי")
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אין מאנהעטן איז וועיז זיכער א ברכה לבטלה
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אהרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
האט שוין געלייקט: 452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל

Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

שליחה דורך אהרן »

איך ווער דיזי פון waze.
Too much going on..
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

שמעקעדיג האט געשריבן:כ'מיין אז די 3 עיקר מעלות פון וועיז איבער גוגל מעפס איז:

1. עס ווייזט די ספיד לימיט
2. עס ווייזט וואו פאליציי זענען באהאלטן און אנדערע ווארענונגען
3. אז יעדער באנוצער קען ווארענען אנדערע אויב ער/זי זעהט עפעס. (עס מאכט שפירן ווי א "היימישע קאמיוניטי")

איז נישט דו עיקר מעלה אז זיי געבן דיר דוקא זייטע גאסן אנשטאט הויפט גאסן?
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

עמעזאן האט געשריבן:
אהרן האט געשריבן:.

אגב אז מרעדט שוין, וואס איז די מעלה פון waze? איך קען עס נמשט דערליידן.

וואס איז טאקע די סיבה אז די עולם אעז אזוי פארקויפט פאר וועיז? גוגל מעפס קוקט מיר אויס אסאך געשמאקער

איך האב די זעלבע קשיא. וועיז קען דיך פירן אין בארד אריין.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א "לאונטשער" איז א סארט עפפ וואס שטעלט אראפ דעם טאן פאר'ן אויסזעהן פונעם פאון. צב"ש ווי אזוי די אייקאנס זאלן זיין אויסגעשטעלט, די מעניוס, די עפפס, די פאנטס, א.א.וו. אלע אנדערע פרטים. ע"פ רוב וועלן די פאון ערצייגערס האבן די אייגענע "סקין" און אייגענע לאונטשערס, דעריבער וועט די אנדרויד סיסטעם אויסקוקן אנדערש ביי סעמסאנג ווי ביי מאטאראלע וכדומה.

ענדרויד גיט די אפציע פאר'ן באנוצער צו טוישן צו מערערע סארטן עוועילעבל לאונטשערס, וועלכע טוט ערזעצן דעם אריגינעלן לאונטשער. יעדע האט זיך אירע מעלות און שוואכקייטן.

איך האב לעצטנס פרובירט א נייע הערליכע לאונטשער, "עראו" פון מייקראסאפט – ספעציעל געמאכט פאר ענדרויד. עס איז ערשינען קוים א יאר צוריק אויף די מארקעט, און איז געווארן אויפגעכאפט אלס איינע פון די בעסטע לאונטשערס. עס איז אויסגעשטעלט לאגיש און מיט שכל. עס נעמט עדווענטעזש פון אסאך פונקציעס כדי צו מאכן דעם פאון גרינגער צום באנוץ, און גיט אסאך אפציעס וואס אנדערע לאונטשערס האבן נישט.

צב"ש ווען מען עפנט דעם עפפ לעדל, אנשטאט דארפן רוקן פון פעידזש צו פעידזש כדי אנצוקומען צו א ספעציפישע עפפ, קענט איר בלויז סקראולן, ווי אויך טרעפן די ABC אין די זייט, אזוי אז אויב למשל איר דארפט אנקומען צו YouTube קען מען א דרוק טאן אויפן Y און דו ביסט גלייך דארטן. אויך קען מען "סורטשן" פאר א עפפ. מען קען אנשטעלן אז וואטסעפפ/טעלעגראם זאלן ווייזן די "נומבער בעטש", ד"ה וויפיל נייע מעסעדזשעס עס איז דא (מאנכע פאונ'ס האבן דאס סטענדערד). מען קען קאסטומייזן די עפפס/ווידזשעטס אויפ'ן פראנט סקרין, און מען קען האבן נאך עטליכע פעידזשעס ווען מען סקראולט אראפ (אנשטאט רעכטס און לינקס ווי געווענליך). ווען מען סקראולט ארויף פון אונטן אויפ'ן מעין פעידזש קומט ארויף נאך 10 אפט-באנוצטע עפפס (צב"ש א פלעש לייט) וועלכע מען קען אויך קאסטומייזן לויטן פארלאנג. סווייפ אראפ, ברענגט ארויף א "סורטש" אפציע. מען קען אויך קאסטומייזן ווי גרויס די אייקאנס און טעקסט/פאנטס זאלן זיין, וויפיל פער פעידזש (גריד), וכו' וכו'.

מישנדיג רעכטס אדער לינקס ערשיינען פארשידענע מעלות, צב"ש איינס האט א רעמיינדער עפפ, אויף די קומענדיגע מען קען באהעפטן אייער מייקראסאפט אפיס אקאונט און דארט קענט איר גרינגערהייט זעהן און עקסעסן סיי וועלכע דאקומענט וואס ליגט אויף דעם דרייוו. מען קען אנשטעלן אז דער בעקגראונד זאל יעדן טאג טוישן אויפ'ן BING בילד. עס האט אויך א "recent" פעידזש מיט אלעס וואס איר האט לעצטנס געטון, אזוי קענט איר גרינג צוקומען צו די לעצטע פאר פאון קאלס, טעקסט, אדער קליפבאורד, ווי אויך זעהן די לעצטע פאר בילדער אדער קליפס. פארשטייט זיך דארט קען מען קאסטומייזן און פארמעקן וואס מען וויל נישט עס זאל זיך באווייזן.

https://play.google.com/store/apps/deta ... cher&hl=en
וירח ה' את ריח הניחוח
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 720
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1480 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל

שליחה דורך נעגעל וואסער »

[tag]שמעקעדיג[/tag] פרוביר דער לאונטשער, די עיקר האב איך הנאה אז די אלע עפפס ווערן געלייגט אין קעטאגריעס
https://play.google.com/store/apps/deta ... free&hl=en
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך נוץ אפט 'גוגל מעפס', רוב מאל זייער געשמאק, נאך דערצו אז ס'איז אומזיסט, וואס נאך קען מען פארלאנגען.

איין זאך שטערט מיר שוין יארן. זיי צייגן נישט דעם ספיד לימיט. א זאך וואס רוב אנדערע צייגן יא, נכלל די פשוט'ע טאמ-טאמ'ס און גארמינ'ס. עס קוקט נישט אויס צו זיין אזא שווערע זאך צו מאכן, דאן פארוואס קען עס גוגל נישט צושטעלן?

עכ"פ האט מיר איינער געוויזן, דהער איז ען עפפ פאר דהעט. אייגענטליך עטליכע עפפס. דאס בעסטע איז לכאורה Velociraptor, וואס בשעת מען נוצט דעם גוגל מעפ, וועט דאס ארויפשמירן סיי דעם ספיד לימיט און סיי דיין יעצטיגע ספיד.

גוטע נייעס - גוגל גייט ארויפלייגן ספיד לימיט'ס אויף זייערע מאפעס.
ענדליך!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

Top 10 essential Android apps (September 2020 edition) | ZDNet

https://www.zdnet.com/article/best-security-keys/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די לינק איז נישט די זעלבע פונעם קעפל.
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

איז דא עפעס נייע אפפ׳ס וואס איז אינטערסאנט?
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

איך ווייס נישט צו עס איז ניי, אבער איך האב מיר לעצטענס אנגעשטויסן אין א גאר געשמאקע תורה עפפ ״sefaria” וואס האט גאר אסאך ספרים, א גרויס חלק האט עס אויך די טייטש אין ענגליש, און עס האט א גאר גוטע סירטש סיסטעם מיט נאך אסאך מעלות. (ווי למשל ווען דו קליקסט אויף א פסוק חומש אדער א שטיקל גמרא, וועט דיר עס ברענגן אלע מפרשים און ספרים אויף די פסוק)
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

זייט גוגל האט פארמאכט פלעי מיוזיק ווייס איך נישט וועלכע פלעיער צי ניצן.
איינער ווייסט וואס איז א גוטע ערזאץ?
[NAMELESS]

Re: וועלכע Apps נוצט איר דאס מערסטע?

שליחה דורך [NAMELESS] »

מרדכי מרדכי האט געשריבן:זייט גוגל האט פארמאכט פלעי מיוזיק ווייס איך נישט וועלכע פלעיער צי ניצן.
איינער ווייסט וואס איז א גוטע ערזאץ?
VLC media player
https://play.google.com/store/apps/deta ... deolan.vlc
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:VLC media player
https://play.google.com/store/apps/deta ... deolan.vlc

איך זיך א גיטע אודיאו פלעיער נישט ריינס וואס איז אויך ווידאיו
פארשפארט