בלאט 6 פון 213
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:12 am
דורך זר זהב
fish1.jpg
fish.jpg
געפילטע פיש.jpg
יהודא'ס זיסע....jpg
נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 11:19 am
דורך זר זהב
meal mart.jpg
manishevitz.jpg
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:22 pm
דורך חאצקל
געפילטע פיש האט געשריבן:אמר רבן שמעון בן גמליאל, לא היו ימים טובים לישראל כחמישה עשר באב וכיום הכיפורים, שבהם בני ירושלים יוצאין בכלי לבן שאולים, כדי שלא לבייש את מי שאין לו. וכל הכלים טעונין טבילה. ובנות ירושלים יוצאות וחונות בכרמים. וכך הן אומרות, שא נא בחור עיניך וראה, מה אתה בורר לך
איך וויל וויסען אין וועלכע כרמים דעס קומט פאר, איז דא א כרם אין די טריי סטעיט עריע ווי מ'קען צוקוקען די שיינע מנהג ישן ווי כ'וועל נישט אנטרעפען מיין נעקסט דאר נעיבער?
לויט ר' אביגדור מילער האנדלט זיך עס פון גאר יונגע מיידלעך און יונגלעך וועלעכע האבן זיך שוין אויסגעוועלט אויף שפעטער.
אויב איז עס אמת האט עס אן אנדער פראבלעם לויט אונזער סיסטעם נעמליך אז מ'קלערט אויף אינגלעך וויאזוי צו שאצן מיידלעך,
(כאטש ס'איז געווען א פארטיגער נוסח וואס די מיידלעך האבן געדארפט זאגן,)
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 6:28 pm
דורך חאצקל
שוין לאנג וואס איך בין נייגעריג וואס מאכט א העליקאפטער זאל זיך ריקן פאראויס אדער צוריק. א פליגער האט מאטארן וואס בלאזט א ווינד וואס שטיפן עס פאראויס. פאמאגט דער העליקאפטער אויך אזעלעכע "שטיפערס" אדער ריקט זיך עס דורך אן אנדער אופן?
נשלח: זונטאג אוגוסט 05, 2012 9:45 pm
דורך שמעקעדיג
פאר נאך ידיעות פון דיי אייוועלטיסטן,
זעהט דא.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:08 pm
דורך outspoken
1) פארוואס זענען (בדרך כלל) די נישט חסיד'ישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות?
2) פארוואס זענען חסיד'ישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:11 pm
דורך זר זהב
די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:14 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.
ביי אסאך מאדערענע חתנות זעט מען חסידישע זינגערס
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:14 pm
דורך נפתלי
outspoken האט געשריבן:1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?
1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:18 pm
דורך זר זהב
outspoken האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:די נישט חסידישע האלטן נישט אז די חסידישע זינגערס זענען בעסערע זינגערס.
ביי אסאך מאדערענע חתנות זעט מען חסידישע זינגערס
יענע קומען דורך אגענטן, למשל נגינה בענד נעמט אליינס דעם זינגער. אא"וו
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:18 pm
דורך outspoken
נפתלי האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?
1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.
נעם א כינוס הכללי אדער סיום הש''ס האבן די נישט חסידישע רעדנערס עלעקטרעזירט דעם עולם.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:20 pm
דורך זר זהב
ביים כינוס האבן זיי גענומען דעם דזשיבויער מיט'ן אינטערנאאאאאאאט... זיי וואלטן פונקט אוזי געקענט נעמען א געלונגענעם חסידישן רעדנער. (אגב דער דזשיבויער הייסט א גאר גוטער רעדנער) ביים סיום האט דער קלויזענבורגער גוט גערעדט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:25 pm
דורך outspoken
זר זהב האט געשריבן:ביים כינוס האבן זיי גענומען דעם דזשיבויער מיט'ן אינטערנאאאאאאאט... זיי וואלטן פונקט אוזי געקענט נעמען א געלונגענעם חסידישן רעדנער. (אגב דער דזשיבויער הייסט א גאר גוטער רעדנער) ביים סיום האט דער קלויזענבורגער גוט גערעדט.
אדרבה, רעכען אויס גוטע רעדנערס וואס מ'וואלט געקענט נעמען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:26 pm
דורך זר זהב
ר' שמעלקע לייפער
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:34 pm
דורך נפתלי
outspoken האט געשריבן:נפתלי האט געשריבן:outspoken האט געשריבן:1)פארוואס זענען (בדרך כלל)די נישט חסידישע רבנים בעסערע רעדנערס ביי מסיבות ?
2)פארוואס זענען חסידישע זינגערס בעסער ווי די אנדערע ?
איך מעג האלטן אנדערש אדער דו זאגסט א פאקט און ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר מיינונגען?
1) ביי נישט חסידישע איז דא פונקט אזעלכע אומגעלונגענע בעלי דרשנים, דו הערסט נאר די גוטע רעדנערס,
2) דיר געפעלט בעסער די חסידישע זינגערס ווייל דו ביסט געוואוינט צו די סטייל און הברה.
נעם א כינוס הכללי אדער סיום הש''ס האבן די נישט חסיד'ישע רעדנערס עלעקטרעזירט דעם עולם.
רבנים און גוטע רעדנערס זענען צוויי אנדערע זאכן, ביי חסידים איז דא פונקט אזעלכע גוטע רעדנערס נאר זיי זענען נישט קיין רבנים
ביי חסידים ווערט מען נישט רבי ווייל מ'קען גוט רעדן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:46 pm
דורך שמעקעדיג
נישט חסיד'ישע זינגערס? למשל שוועקי?
איך פארשטיי אז רוב חסיד'ישע האבן ריכטיג דעם חסיד'ישן ווארעמקייט וועלכע הערט זיך מער אריגינעל ווי די נישט חסיד'ישע, און אפשר דאס מאכט א דיפערענץ.
און אלס רעדנערס, אפשר ווייל ביי די ליטווישע און בכלל נישט-חסיד'ישע בויעט מען מער אויף דעם כח פון רעדן און בכלל קאנפידענץ, בשעת ביי חסיד'ישע מאכט מען אין בעסטן פאל נישט קיין אישו דערפון, און אין ערגסטן פאל, צוקלאפט מען דעם ענין דערפון.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 1:54 pm
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן: און אלס רעדנערס, אפשר ווייל ביי די ליטווישע און בכלל נישט-חסיד'ישע בויעט מען מער אויף דעם כח פון רעדן און בכלל קאנפידענץ, בשעת ביי חסיד'ישע מאכט מען אין בעסטן פאל נישט קיין אישו דערפון, און אין ערגסטן פאל, צוקלאפט מען דעם ענין דערפון.
דאס איז א שטארקער פוינט וואס אימיר נישט בייגעפאלן צוצושטעלן דא.
ביי די ליטווישע און סתם מאדערענע קרייזן לייגט מען א דגוש אויף 'ספיטשעס'. ווען א ליטווישע/מאדערענע ישיבה מאכט א מסיבה אדער א סיום ווער זענען די הויפט רעדנערס? די בחורים! און יעדער זיצט מיט א רעספעקט און הארכט צו יעדעס ווארט וואס זייער חבר זאגט... און זיי רעדן אויפ'ן מייק מיט א קאנפידענס. די גאנצע אטמאספערע איז בכלל ווייניגער ליצנות'דיג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
נפתלי האט געשריבן:רבנים און גוטע רעדנערס זענען צוויי אנדערע זאכן, ביי חסידים איז דא פונקט אזעלכע גוטע רעדנערס נאר זיי זענען נישט קיין רבנים
ביי חסידים ווערט מען נישט רבי ווייל מ'קען גוט רעדן
ריכטיג!
ר' אפרים וואקסמאן איז נישט קיין רב/רבי. ער איז א שטייגער ווי ר' אבא חייא טויבער ביים חסיד'ישן עולם. א ראש ישיבה און האט א גוטן שפראך (כאטש איך פארגלייך זיי נישט, אבער פאר א משל איז עס פונקט גוט).
אבער עס זענען דאך פאראן אסאך גוטע רעדנערס רבנים ביי חסידים.
ר' שמעלקא לייפער האט מען שוין אויבן דערמאנט.
אן אנדערע נישט-אזוי-באקאנט איז דער ניקלשבורג'ער, כ'האב אים געהערט אמאל ביי א מסיבה, און איך בין זייער נתפעל געווארן פון זיין לשון לימודים און רייכע געשמאקע שפראך.
ר' בערל כ"ץ מדושינסקי איז אויך געוואלדיג, (די 2 זענען ענליך, ניקלשבורג און דושינסקי, כאטש דער דושינסקי'ער איז מער אטאריש און שארף, בעת דער ניקלסבורג'ער איז מער א סאלידער רואיגער רעדנער).
איך ווייס נישט צו דאס הייסט א רעדנער, אדער א שיינער פארלערנער, אבער איך גלייך זיי צו הערן.
עס זענען פאראן נאך עטליכע, וואס איך דארף מיר דערמאנען.
וואס טראכט איר אויף די ברודער, דער גאלאנטער און בורשטינער? כ'מיין זיי קענען אויך שיין רעדן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 5:02 pm
דורך נס קאווע
כ' האב אויך געהאלטן אז ס' דא בעסערע חסידישע זינגערס ווי אויך אויב וואלט מען מען געזינגען מיט די קינדער אזויווי ביי די בויס קווייערס וואלט די חסידישע בעסער געווען
און די גרעסטע ראיה איז נאך דאס אז די חסידישע זענען מודה אז זיי זענען בעסער...
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 7:55 pm
דורך זר זהב
פארוואס איז קרית יואל פארפיינטעט ביי די וואס זענען דארט געבוירן/אויפגעוואקסן, און באליבט
(אדער עט ליעסט נישט פארפיינטעט) ביי די וואס האבן דארט חתונה/מופן אהין?
{מיין טיאריע איז: אז די סיסטעם דארט איז גאר שטרענג (און קארופטירט?), דערפאר זענען די וואס וואקסן אויף דארט זייער דערביטערט, און זיי אסאסיעטען עס מיט'ן מקום... און זיי ווילן פשוט פארגעסן פון די פלאץ וואס האט זיי אזוי אינטערדרוקט.
לפי זה האט זייער האס באמת גארנישט מיט'ן עצם פלאץ, אה הא אה הא און יעצט פארשטייט מען שוין פארוואס די וואס מופן אהין בלויז פאר א דירה, אדער א בחור וואס האט חתונה דארט קען עס גלייכן}
אזוי האב איך געקלערט.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:11 pm
דורך ניו יארק
די תירוץ איז זייער פשוט (נאכן פארשטיין....) אבער דקות'דיג, קרית יואל איז אמאל געווען א קליין צוריקגעבליבענע שטאט, יעדער האט געקענט יעדעם, יעדער האט געוויסט וואס פארא קאר די איד פונעם אנדערן זייט שטעטל האט, עס איז געווען א געפערליכע "יענטישע" שטאט, במילא אלע וואס זענען דארט אויפגעוואקסן אלע יארן זענען שוין פארעקלט דערפון, זיי גרוילען זיך פון די שטאט. משא"כ די וואס האבן יעצט חתונה דארט, זענען זייער צופרידען, מען האלט שוין נאך די פראבלעמען, רענט איז ביליג, שיינע פאנאראמע א.א.וו.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:14 pm
דורך שמואל הלוי
רענט איז ביליג? איך הער זאגן...
הגם ס'איז ביליגער ווי אין שטאט, אבער נאך אלס היפש טייער.
פאר א פינף רומיגע דירה בעט מען שוין היינט ארום 1500 צו 1600 א חודש, און פאר א 6-7 רומיגע אין די געגענט פון צוויי אלפים א חודש, און א אכט רומיגע גייט פאר 2300 און העכער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:15 pm
דורך זר זהב
און א 10 רומיגע דירה?