בלאט 6 פון 6

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 11:43 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:וואס זאגט איר צו אוהד מאשקאוויטש?

לכתחילה האבעך נישט אזוי געצויגן צו אים ביז איך האב אים איינמאל געזעהן לייוו אין וומ"ס ביי א חתונה וואס דאן בין איך ממש ארויס פון די כלים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 12:52 am
דורך חאצקל
איך האב דא בטעות אריין געריקט אוהד'ן אין א אשכול וואו מ'באהאנדלט קאמפאוזערס און נישט זינגערס. אבער אז מ'רעדט שוין פון אוהד, לאמיר דערמאנען עטליכע אויפגעכאפטע ניגונים זיינע און ווער ס'זענען די קאמפאוזערס פון די ניגונים.

"מה שהיה הוא שיהיה" (א ראק) איז מיר זייער געפאלן, קאמפאוזט ביי משה לאופר.

"ויהי רצון" (עס ענדלט אביסל צו אם אשכחך פון שוואקי) וואס ער זינגט צוזאמען מיט יונתן שיינפעלד וואס האט זייער אויסגענומען ביים עולם און זיי האבן עס אויך געזינגען אויף איינעה פון די לעצטערע האסק קאנצערטן. איך ווייס נישט וער ס'האט עס קמאפאוז'ט.

שיר השלוחים פון יוסי גרין, איז אויך אביסל פאפולער.

"וארשתיך" (הארא) פון יוסי גרין

"ומי יתן" פון יוסי גרין

"חביבין ישראל" און "סטאפ" וואס איך ווייס נישט ווער ס'האט זיי קאמפאוזט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 11:57 am
דורך שעפטל
שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס א מיסטעיק האסטו מיט די בילד פון פינקי.
די ציטוט שטימט נישט.

גערעכט און פאראכטן!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:01 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט צי עס איז אינטרעסאנט עס צו דערמאנען, נאך אלעם איז דאך דא א גרויסער עולם נישט סאטמאר...
אבער אין קרית יואל איז דא א איד (נישט די ניק) ר' אורי שווארץ, וואס האט שוין מחבר געווען אסאך שיינע ניגונים.
טאקע נישט אויף וועלט-בארימטע אלבומ'ס, אבער אין סאטמאר זענען זיי וואויל באקאנט.

ווער עס געדענקט נאך דא די "מלכות'דיגע נסיעה" פונעם ברך משה, און די 2 שיינע טעיפס וועלכע זענען דאן ערשינען...

אוי אשרינו, מה טוב חלקינו, ומה נעים גורלינו...
אני מאמין... שזאת התורה לא תהא מוחלפת...
מזמור שיר חנוכת הבית לדוד..
און נאך...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:37 pm
דורך שרייבער
ר' יושע מענדלאוויטש האט מען שוין דערמאנט דא?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 6:17 pm
דורך חאצקל
יא מיר האבן אים שוין דערמאנט, זיך אין דעם אשכול וועסטו געפונען, אבער ס'שאדט נישט אביסל ברייטער ארום צו רעדן איבער זיינע ניגונים, נאך אלעם האט ער פארפאסט וועלט בארימטע ניגונים וועלעכע ווערן געזינגען עד היום הזה.

איך האב שוין איין מאל געפרעגט צו איינער ווייסט ווער ס'האט פארפאסט דער באקאנטער בעלזער סימן טוב ומזל טוב, אויפן קאווער פון דעם טעיפ "משה לאופר ותזמרתו 3" שטייט אז יושע מענדלאוויטש האט עס פארפאסט, עס איז דא נאך א יושע מענדלאוויטש וואס פארפאסט ניגונים (יענער האט פארפאסט עטליכע ניגונים פאר עמית ליסוונד אויף שהחיינו), אבער אויב איז דער ניגון פון עפעס א יושע מעדלאוויטש פאסט עס מער פאר דעם היימישן יושע מענדלאוויטש וועלעכע פארפאסט אזעלעכע סארט ניגונים בעת פונעם אנדערן יושע מענדלאווינטש איז דא גאנץ אנדערע סארט ניגונים (איזראעילי סטייל).
טא אויב איינער קען מיר דאס קלאר מאכן זאל ער עס ביטע לאזן וויסן דא.

נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 9:58 pm
דורך זר זהב
יוסי גרין

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4SSlLPsalfY[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:00 pm
דורך מוזיקאנט1234
חאצקל האט געשריבן:יהושע מענדלאוויטש פון קרית יואל, א טאלאנטפולער קאמפאוזער פון שיינע און ווארימע טאנץ ניגונים און ווי אויך בא'טעם'טע שטייטע ניגונים: ואמר ביום ההוא; ואמר כל העם אמן; און אנדערע שיינע ניגונים וואס זענען מפורסם אין זיינע צוויי טעיפ'ס וואס ער האט ארויס געגעבן.

דאכט זיך אז ער האט אויך געמאכט דעם באקאנטן סימן טוב פון בעלז

siman tov is from the producer shea mendlovitz not from KJ
By the way yermiyah damen composed the long belze kol mekadiesh . in my opinion a master piece...

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:26 pm
דורך שמעקעדיג
שלום מוזיקאנט
איך LOVE מוזיקאנטן..

But your nik is Yiddish and the message is English
What's the matter

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 02, 2014 3:36 pm
דורך סלינקי
דוד קויפמאן מיט יוסי גרין בשעת'ן קאמפאוזען א ליד

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=NKhsEuq7z1I[/youtube]

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 3:17 pm
דורך שמעון וואלף
חאצקל האט געשריבן:"בני הערשקאוויטש" מחבר פון דען וועלט בארימטן אין ערוך לך, און אנדערע גוטע זינגבארע ניגונים פאר מיכאל שטרייכער און אנדערע זינגערס ווי יומי לעווי וכו'


פאריגע וואך איז ער ליידער נפטר געווארן נאך א קראנקייט אין יונגן עלטער פון 65.

איך בין מסופק טאמער איך האב אים געקענט. ווייסט איינער אויב ער פלעגט מאכן פורניטשער?