בלאט 6 פון 9

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2012 7:05 pm
דורך קול גדול
יאנקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע אין טבריה - עלטערן און זעקס פון זייערע זיבן קינדער אומגעקומען אין עקסידענט.
איין 10-יעריג מיידל האט איבערגעלעבט.

לויט הרב שטיינמאן און הרב קנייבסקי זענען מיר אלע שולדיג אין די פאמיליעס טויט ווייל מיר באנוצן זיך מיט דעם טרייפענעם כלי:
www.bhol.co.il/article.aspx?id=41136

נשלח: פרייטאג מאי 25, 2012 9:24 am
דורך איינער
קול גדול האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע אין טבריה - עלטערן און זעקס פון זייערע זיבן קינדער אומגעקומען אין עקסידענט.
איין 10-יעריג מיידל האט איבערגעלעבט.

לויט הרב שטיינמאן און הרב קנייבסקי זענען מיר אלע שולדיג אין די פאמיליעס טויט ווייל מיר באנוצן זיך מיט דעם טרייפענעם כלי:
www.bhol.co.il/article.aspx?id=41136


אנטשולדיג, מיין גאט הארגט נישט רענדאמלי א פאמיליע וויל איך באניץ מיך די אינטערנעט.
נישט אומזינסט זאגן די סאטמארע אז מען טאר נישט קומן צו א כינוס מיט הרב שטיינמאן.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 11:42 am
דורך שמואל הלוי
א קליינע פייער האט נעכטן אויסגעבראכן אויפן 89'סטן שטאק פונעם נייעם ווארלד טרעיד סענטער וואס האלט אינמיטן געבויעט ווערן, און האט אנגעברענגט א ריזיגע צאל פייערלעשער צו די סצענע.

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:39 am
דורך זר זהב
יאנקל האט געשריבן:שרעקליכע טראגעדיע אין טבריה - עלטערן און זעקס פון זייערע זיבן קינדער אומגעקומען אין עקסידענט.
איין 10-יעריג מיידל האט איבערגעלעבט.

רב עובדיה יוסף ווינטשט אן דאס קינד. ס'ווערט שוין אזא רוטין נעבעך.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41457

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 8:10 am
דורך שמואל הלוי
נעכטן איז געפאלן א שטיקל שניי אויף די בערג פון ווערמאנט.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 6:01 pm
דורך שמואל הלוי
הודו לה' כי טוב!

שטארקע שינוי לטובה אינעם מצב פון הרב אלישיב שליט"א לרפו"ש.

די באריכט גיט אן אז ער עסט שוין געהעריג דורכן מויל, מ'הערט שוין די קול, שמועסט מיט די נאנטע וכו'.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41516

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 6:11 pm
דורך שמואל הלוי
הבחור יעקב יוסף בן ריזל (גרינוואלד) דער לעצט פארבליבענער פון די דריי בחורים וואס זענען פארהאלטן געווארן אין טורמע אין יאפאן פאר 5 א האלב יאר צוריק, וועט לויט א באריכט בקרוב אריבערגעליפערט ווערן קיין א"י, אבער מ'גיבט נאכנישט ארויס א דעיט ווען ס'גייט זיין, כדי צו פארמיידן א פייערליכע קבלת פנים וואס איז קעגן די אינטערעסן פון די יאפענעזער.

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41535

נשלח: מוצ"ש יוני 09, 2012 10:16 pm
דורך גדעון

נשלח: מוצ"ש יוני 09, 2012 10:33 pm
דורך [NAMELESS]
חסידישע איד אפ געזאגט פון ווערן א פיליציאנט וועגן ער האט א בארד
http://www.nydailynews.com/new-york/has ... -1.1092499

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:19 pm
דורך קול גדול
א נייע געדאנק "אינטערנעט גוים":
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... o-123.html
ברוך השם אז ס'איז דא גוים אויף די וועלט.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 4:54 pm
דורך chasid
וועגן די שווארצע צווילינג מעג מען רעדן דא??

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 6:14 pm
דורך ידען
chasid האט געשריבן:וועגן די שווארצע צווילינג מעג מען רעדן דא??

אין מאחורי הפרגוד רעד מען שוין פון די ליגענט.

נשלח: זונטאג יוני 17, 2012 6:16 pm
דורך לאדיך אפ
ידען האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:וועגן די שווארצע צווילינג מעג מען רעדן דא??

אין מאחורי הפרגוד רעד מען שוין פון די ליגענט.

whew! ס'געוואקסן צו א צווילינג...

וויליאמסבורג ברענט

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:57 pm
דורך ידען
עטליכע גאסן זענען אפגעשפארט ווייל עס שיסט פייער און רויעך אונטער דער ערד, מסתם פון די שטארקע היץ.

עס האט אויפגעקראכט און א קאר האט גענומען ברענען ערגעץ ביי פלאשינג.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 11:31 am
דורך DotCom
א עפל פארקויפער אין אטלאנטא האט נישט געוואלט פארקויפן אן אייפעד פאר א איראנישע 19 יעריג מיידל, זאגנדיג איר אז צוליב די שלעכטע באציאונגען צווישן די צוויי לענדער וויל ער עס איר נישט געבן.

דאס מיידל איז ארויס מיט טרערן טרערן אין די אויגן און צוריקגעקומען שפעטער מיט א טעלעוויזיע גרופ, ער האט זיך ווייטער אנטזאגט פון צו פארקויפן, דאס מאל האט ער געצייגט א עפל פאליסי וואס פארבאט צו פארקויפן פראדוקטן צו פיינטליכע לענדער ווי נארט קאריע און איראן, דער פארקויפער וואס אי אליינס אן איראנער טענה'ט אז ער האט געהערט דאס מיידל רעדן אויפן פרס'ישן שפראך ווי זי זאגט אז זי גייט עס אפשיקן קיין איראן.

פון די עפל קאמפעני האט מען זיך אנטשולדיגט צו איר, מ'האט איר ג'עצה'ט צו קויפן אנליין.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 2:11 pm
דורך נס קאווע
ידען האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:וועגן די שווארצע צווילינג מעג מען רעדן דא??

אין מאחורי הפרגוד רעד מען שוין פון די ליגענט.

איז עס אמת??? און ווער איז מאחורי הפרגוד?

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 2:33 pm
דורך שמעקעדיג
מאחורי הפרגוד ווערט אנגערופן דער פריוואטער פארום.

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 2:34 pm
דורך לעמיל
נס קאווע האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:
chasid האט געשריבן:וועגן די שווארצע צווילינג מעג מען רעדן דא??

אין מאחורי הפרגוד רעד מען שוין פון די ליגענט.

איז עס אמת??? און ווער איז מאחורי הפרגוד?

די עולם זאגט אז עס איז נישט אמת

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:50 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אבאמא האט זיך געטראפען מיט פוטין אין מעקסיקא, ביידע קוקען אויס אזוי ווייט איינער פינעם צווייטען, אין אבאמא קוקט אויס אנגעצויגען ווי א זייגער,

הא הא הא, ס'האט מיר געקאסט א גוטע לאך,

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=i4wV4_NRAP0[/youtube]

(פארוואס דארפען זיי ניצען א דאלמעטשער, ס'דאך דא גוגעל טרענסלעיט...)

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 3:56 pm
דורך זר זהב
פוטין לעבט איבער יעדן אמעריקאנער פרעזידענט....

נשלח: פרייטאג יוני 22, 2012 4:20 pm
דורך ניו יארק
זר זהב האט געשריבן:פוטין לעבט איבער יעדן אמעריקאנער פרעזידענט....

און די גאלדענע אמריקע קען מען שוין אויך מאכן די זעלבע חכמה, הויעכעגעשעצטע בלומבערג יוכיח....

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2012 10:14 am
דורך chasid

נשלח: דאנערשטאג יולי 05, 2012 1:20 pm
דורך ניו יארק