בלאט 6 פון 12
נשלח: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 5:07 pm
דורך שמעקעדיג
מייקראסאפט "קארטאנא" - איז די נייעסטע קאמפעטישאן צו עפל'ס אסיסטטענט "סירי". עס וועט האבן אסאך פונקציעס אויף די ווינדאוס פאון, און לויט די ערשטע אפשאצונגען, איז עס נאך בעסער און מער נוצבאר ווי סירי. דערווייל איז עס נאך אין "בעטא" - כאטש אנגעבליך ארבעט שוין מייקראסאפט דערויף איבער 2 יאר. עס ווערט ערווארטעט בקרוב צו ערשיינען א געהעריגע ווערסיע, און וועט זיין אויף אלע נייע ווינדאוס 8.1 פאון'ס.
נשלח: זונטאג אפריל 13, 2014 3:43 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 10:34 pm
דורך רויטע וואנצעס
ישראלי סטארט אפ קאמפאני (ווער דען) קומט ארויס מיט א ווייערלעס מאביל פרינטער און ס'נאך א ראבאט אויך.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=Xi8CPzrZW_s[/youtube]
נשלח: מאנטאג יוני 16, 2014 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:05 am
דורך ונבנתה העיר
נאסא'ס נייע טראנספארטאציע סיסטעם
וועט געבויעט און אויספראבירט ווערן אויף א קאמפוס אין ארץ ישראל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=echZPz4Pmig[/youtube]
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 4:14 am
דורך ונבנתה העיר
קאן עדיסאן
טיילט אדאפטערס דורך וועלכע מען קען קאנטראלירן היים עירקאנדישאנ'ס מיט אן איי פאון.
נשלח: מיטוואך יוני 25, 2014 11:02 pm
דורך petergrifin
ונבנתה העיר האט געשריבן:קאן עדיסאן
טיילט אדאפטערס דורך וועלכע מען קען קאנטראלירן היים עירקאנדישאנ'ס מיט אן איי פאון.
שכוח! שוין אויף געשריבען בײ זײ. יעצט העמיר האבען מיט װאס זיך צו שפילען פאר פינף מינוט.
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 11:18 am
דורך שמעקעדיג
Passports Go Mobile on United Airlinesיונייטעד עירליינס וועט אייך לאזן סקענען אייער פאספארט פאר אינטערנעשאנעל פלייטס דורך אייער סמארטפאון עפפ.
יונייטעד איז איינער פון די מערסטע באנוצטע עירליינס פון היימישע אידן קיין א"י.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 3:05 pm
דורך שמעקעדיג
טשיקאווע נייעס,
כ'האב אלץ געוואוסט אז די עמערזשענסי פערסאנאל וועלכע דרייוון פייער טראקס אדער אמבולאנסן פארמאגן ביי זיך א דעווייס וואס קען צווינגען די טרעפיק לייט צו ווערן גרין פאר זיי, כ'האב עס קיינמאל נישט מברר געווען, און ניטעמאל פארשטאנען צו וואס זיי דארפן עס, זיי האבן דאך די רעכט אדורכצופליען אפילו א רויט לייט.
עכ"פ יעצט לייען איך אז העקערס קענען פאראורזאכן קאפוויי דורך העקן די טרעפיק לייטס...
Researchers Hack Traffic Lights
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:19 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 21, 2014 11:44 am
דורך שמעקעדיג
בקרוב וועלן די פאליציי קענען נוצן זייערע ראדארן צו שפיאנירן נישט נאר אייער ספיד, נאר אויך אויב איר טעקסט
http://www.thecarconnection.com/news/10 ... #src=10065
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:10 am
דורך [NAMELESS]
א סטאר אין א''י האט געלייגט סעלפאן טשארזשער'ס אויף די שאפפינג קארט'ס!!
די כאפ איז אז מ'קען נישט ניצן די פאון בשעת עס טשארזש'ט זיך. דאס מאכט די שאפינג שנעלער און מער עפישענט
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:23 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:25 am
דורך שמעקעדיג
דער מעיאר דעבלאזיא מיטן פאליציי קאמישאנער ברעטאן האבן געמאלדן אז אלע NYPD אפיצירן וועלן ווערן אויסגעשטאט מצד די פאליציי דעפט. מיט א סמארטפאון און א טעבלעט (אייפעד) וועלכע וועט צושטעלן אלע סארט געפאדערטע אינפארמאציע, למשל זיי וועלן קענען זעהן ווען עס קומט אריין א 911 קאל אין זייער געגנט און זעהן ווער עס קען די שנעלסטע אנקומען אהין וכדו'. דער פראגראם איז ערווארטעט אריינצוגיין אין קראפט דעם קומענדיגן יאנואר.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:28 am
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.
אפשר זוכט מען א ביליגערע פרייז ביים צווייטן געשעפט, אדער אנליין,
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:22 pm
דורך פאלענד ספרינג
שמעקעדיג האט געשריבן:כ'האב געמיינט די געשעפטן ווילן ווי לענגער מעגליך די קאסטומערס זאלן זיך ארומדרייען.
מוז זיין הא לן והא להו, אין די קליינע געשעטפן דארט זוכט מען ווי שנעלער ארויס, אין אונזערע סופערמארקעטס פרובירט מען צו ציען די צייט.
זיי ווילן מען זאל בלייבן דארט ווי לענגער אבער זיי ווילן ענדערש אז מען זאל קוקן אויף די פראדאקטס אין געשעפט, אזוי וועט מען קויפן מער זאכן.
אויב קוקט מען אויפ'ן פאון האבן זיי גארנישט פון דעם אז דו ביסט דארט לענגער.
קלוגע רענצל!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:20 am
דורך לאליפאפ
יעצט קומט אריין די נייעס אז אויך רענצלעך גייען זיך צושטעלן צום טעכנאלאגיע פארמעסט, מיטן נייעם בלוסמארט סוטקעיס.
בלוסמארט שטעלט פאר איר ערשטן קערי-אן רענצל (פילייכט דער טערעס 1.. אדער עפעס אזא מין נאמען) אויסגעשטאט מיט אלע מינע היינטיגע טעכנאלאגיע, אריינגערעכנט א בעטערי וואס קען טשאארדזשן אייער פאון זעקס מאל, און דער עיקר א עפפ צו קאנטראלירן די לאקאציע און די עקסעס פונעם רענצל. פארשפארן, אויפשפארן, אפוועגן וכדו'.
ווי אויך האבן זיי א מורא'דיגן מארקעטינג איינפאל מיטן בעטן מעות קדימה און שפעטער פארקויפן פאר די מקדימים פאר האלב פרייז. די ארגינעלע פרייז איז ערווארטעט צו זיין 450 דאללער. מען קען עס שוין פרי ארדערן..
פאר מער פרטים וואטשט דאס פאלגנדע
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xY9VQ3kJhrs[/youtube]
אדער דאס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VJnvx7IhAmk[/youtube]
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:22 pm
דורך לאליפאפ
Android האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן ארויסראולן זייער נייע מאביל סאפטוועיר 5.0 וועלכער הייסט...
[center]לאליפאפ[/center]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:27 pm
דורך לאליפאפ
שמעקעדיג האט געשריבן:אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.
און וויפיל קאסט א חודש פריים?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:30 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב באקומען א OnePlus איינלאדענונג, איז די פאון טאקע אינטערעסאנט?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
לאליפאפ האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אמאזאן האט לעצטע וואך געמאלדן אז אלע PRIME מעמבערס קענען האבן אומבאגרעניצטע אנליין סטארעדזש ביי זיי פאר זייערע בילדער.
און וויפיל קאסט א חודש פריים?
זיי בעטן $99 א יאר פאר פרי 2-טעג שיפינג, איבער 40 טויזענט מאוויס, און בוכער צו ליינען, און יעצט אויך פרי סטארעדזש.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 3:16 pm
דורך שמעקעדיג