יוסטיץ (און תפיסות) אין אמעריקע
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
רוצחים, בארבארישע אפיצירן, דא ביי אונז אין שכינות, אין רייקערס איילענד. אפגעהיטן זאל מען ווערן פון די קאשמארן און ברוטאלע רציחות וואס די אינמעיטס גייען אדורך, בפרט די דאזיגע מיט מענטל פראבלעמען. מיין בלוט קאכט און מיין האנט ציטערט. איך רייב זיך די אויגן צי דאס פאסירט אין אמעריקע אין 2014. איך בין פשוט שוואך פון ליינען.
http://www.nytimes.com/2014/07/14/nyreg ... oyees.html

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 663
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
- האט שוין געלייקט: 534 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
גאר גוטע נייעס איז דעם פארגאנגענעם פרייטאג פארעפענטליכט געווארן, אבער צוליב דער איבערפלוס פון נייעס דעם וואך, איז עס נישט אזוי ברייט באריכטעט געווארן.
אין א היסטארישע און ווייט אפקלינגענדע באשלוס, האט דער US sentencing commission באשלאסן אז דער לעצטיגע רעדוקציע אין טורמע אורטיילן אין דראג פעלער, וועט חל זיין אויף למפרע אויך. ד.מ. אז אפילו מענטשן וואס זיצן שוין יארן לאנג אין חד גדיא פאר אלטע נארישע דראג פארברעכנס, וועלן ווערן עליזשעבל פאר א פרישן אורטייל מיט קורצערע טורמע טורמינען.
די צאל מענטשן וועם דאס נעמט אריין איז האר אויפשטעלנד. קרוב צו פופציג טויזנט מענטשן, אדער האלב פון אלע פעדעראלע דראג ארעסטאנטן, און א פערטל פון אלע פעדעראלע ארעסטאנטן בכלל וועלן ווערן פעליג פאר א נייעם אורטייל.
דאס גייט צו ווייזן עד כדי אונזער יוסטיץ סיסטעם איז קארופטירט און דורכגעפוילט, אז דער רעגירונג אליינס איז שוין מודה אז 25% פון אירע ארעסטאנטן זענען פאורטיילט אומ'יושר'דיג, און צו צו לאנגע טערמינען.
מער פרטים קען מען ליינען אין די פאלגענדע צוויי ארטיקלען.
http://www.vox.com/2014/7/18/5915611/se ... al-justice
http://www.huffingtonpost.com/anthony-p ... 00230.html

צוויי אומשילדיגע מענטשן באפרייט נאך 30 יאהר זיצן!!
http://mobile.nytimes.com/2014/09/03/us ... tests.html
http://mobile.nytimes.com/2014/09/03/us ... tests.html
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
א פרוי וועלכע איז געווארן גוט אנגע'מקל'ט דורך א לאס אנזשעלעס פאליציאנט, וועט באקומען צוגעטיילט קאמפעסאנציע 1.5 מיליאן דאלאר, און דער אפיציר וועט רעזיגנירן. כן יאבדו.
דער סוד פון הצלחה? עס איז געווארן רעקארדירט אויף ווידעאו סורוועילענס!
http://news.yahoo.com/woman-hit-califor ... 42550.html
דער סוד פון הצלחה? עס איז געווארן רעקארדירט אויף ווידעאו סורוועילענס!
http://news.yahoo.com/woman-hit-califor ... 42550.html
וירח ה' את ריח הניחוח
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
א אומשולדיגע פרוי איז געווארן באפרייט נאך זיצן 17 יאר אין תפיסה, צוליב וואס מען האט איר באשולדיגט אין ערמארדן א היימלאזן פארשוין.
"איך האב יעדע נאכט געוויינט" פארציילט די פרוי, "אבער כ'האב נישט אויפגעגעבן האפענונג. איך האב געגלייבט אז גאט וועט סוף כל סוף באווייזן מיין אומשולד און דער אמת וועט ארויפשווימען ווי בוימל אויפן וואסער".
די פרוי האט צום ערשטן מאל געהאלטן און ארומגעהאלזט איר 19 חדשימ'דיג אייניקל, בעת 3 עלטערע אונטערגעוואקסענע קינדער האבן איר מקבל פנים געווען. די פרוי האט געקלאטשט און איז ארויס אין א טענצל פון גרויס שמחה אז זי האט דערלעבט דעם טאג.
http://abcnews.go.com/US/wireStory/woma ... s-26106288

- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
אן אומשולדיגער מוזיקאנט ווערט ארעסטירט אויפ׳ן סאבוועי:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PEBZReXChoA[/youtube]
(דער פאליציאנט איז נישט גערעכט).

כאן, חבל טבור הארץ.
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
Unbelievable the police reads loud and clear that it is legal, than he arrests him and he even gets hit with the guitar in his face, WOW what an harassment
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
Why Innocent People Plead Guilty
Jed S. Rakoff
November 20, 2014 Issue
rakoff_1_12014.jpg
Honoré Daumier: A Criminal Case
The criminal justice system in the United States
http://www.nybooks.com/articles/archive ... ad-guilty/
Jed S. Rakoff
November 20, 2014 Issue
rakoff_1_12014.jpg
Honoré Daumier: A Criminal Case
The criminal justice system in the United States
http://www.nybooks.com/articles/archive ... ad-guilty/
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
און ווידעראמאל...
א 57 יעריגער אומשולדיגער מאן איז געווארן באפרייט נאכן זיצן 39 יאר אין תפיסה פאר גארנישט. אלעס א חשד פון א מערדעריי, באזירט געווען בלויז אויף די עדות פון א קינד, וועלכער זאגט היינט אז זיין עדות'שאפט איז געווען א ליגן.
ארבעים שנה אקוט בדור, ואומר.. עם תועי לבב הם...

כ'האב אדורכגעלייענט דעם שטערן דעם חודש, אן ארטיקל איבער איזאלאציע, מיט פארשידענע עפיזאדן ווי אזוי מענטשן האבן געלעבט איינזאם, אליינס, איינער לענגער איינער ווייניגער.
איינע פון די זאכן וואס ער פארציילט איז פון אן ארעסטאנט, טאמעס סילווערסטין, וועלכער זיצט שוין 31 יאר אין טאטאלע איזאלאציע, ער האט נישט קיינעם און גארנישט אויף דער וועלט, נישט קיין שום לייען מאטעריאל, נישט קיין שרייב געצייג, נישט קיין ראדיא, מוזיק אדער טי.ווי., ער קען נישט באקומען קיין פאסט, איז נישט ערלויבט צו האבן באזוכער, און קען נישט רעדן צו קיינעם אויף דער וועלט, עקסטרעם איינזאם, הערמעטיש פארשלאסן מיט שטאלענע ווענט אין דעם שווערסטן אמעריקאנער עי-די-עקס תפיסה אין קאלאראדא, וואו ער האט נישט מער ווי א בעטל און ביהכ"ס מיט א טישל, וזהו. ער קלאצט אוועק 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך, און 365 טעג א יאר. קיין פענסטערל איז נישט פאראן צו וויסן ווען איז טאג אדער נאכט; א זייגער האט ער אודאי נישט. דער לעקטער ברענגט 24 שעה ארום דעם זייגער וועלכע מאכט סתם אזוי גוט נערוועז בפרט ביים שלאפן, אזוי ארום אז ער האט נישט קיין שום אנונג אין די צייט צי איז טאג אדער נאכט און וויפיל שעה/טעג זענען אדורך... עס איז אויך נישט פאראן קיין סטיעם אדער עירקאנדישאן., אום זומער זענען די היצן אומדערטרעגליך. דער חברה'מאן טענה'ט (און מיט רעכט) אז די אומשטענדן איז אים פיל ערגער ווי דער טויט. ער איז די גאנצע צייט אונטער סורוועילענס ווידעאו (לכאורה זיכער מאכן אז ער באגייט נישט זעלבסטמארד דורך א הונגער סטרייק און פרובירט זיך צו ראטעווען פון דעם גיהנם התחתון).
עס איז שוידערליך צו באגרייפן וואס דאס מיינט פאר א מענטש אפילו בלויז פאר א וואך, ווער רעדט א חודש? א יאר? און דא רעדט מען פון אומגלויבליכע 31 יאר!!
און די ערגסטע פון אלעם איז נאך אז ער שפירט זיך אומשולדיג. אלס יונגער טוטער האט מען אים ארעסטירט ווייל ער איז געווען פארמישט אין א פארברעכן, למעשה האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געזאלט ארעסטירט ווערן, אבער נאך איידער דער גינסטיגער פסק איז ארויסגעקומען האט ער דערמארדעט איינע פון די אפיצירן אין תפיסה וועלכער איז אים שרעקליך דערגאנגען די יארן, האט מען אים דעריבער פארשיקט אין פיל א שווערערע תפיסה, און דארטן האט מען זיכער געמאכט אז מען זאל אים ענג מאכן דאס לעבן און טעראריזירן וויפיל עס איז מעגליך, ביז דער מענטשליכער מח זיינער האט עס מער נישט געקנט דערהייבן, און ער האט יענעם אפיציר אויכעט דערמארדעט, איז ער אנגעקומען צו דעם יעצטיגן גיהנם.
מענטשן רעכטן פרובירן פייטן פאר אים, אבער אן ערפאלג. די מערסטע מאדנע איז מיר געווען צו ליינען אז מען האט געברענגט די טענה פאר א ריכטער אז לויט די אמעריקאנע קאנסטיטוציע טאר מען נישט באשטראפן מיט אומגעווענליכע ברוטאלע עונשים, האט דער ריכטער גע'פסק'ענט – פשוט און גראד – אז דאס הייסט נישט ברוטאל... האלא, רב ריכטער, אפשר פרובירסטו עס אויס פאר א וואך, און מען וועט דערנאך שמועסן נאכאמאל? צולייגער איינער...
עס איז אומגלויבליך אז אין די היינטיגע דעמאקראטישע אמעריקע זאל מען אזוי ביטער פייניגן מענטשן. די לאנד וואס האט דעמאנסטרירט דעמאקראטיע, דער לאנד וואס האט זיך געגערינדעט אויפן יסוד אז די גאווערמענט איז נישט דיין בעה"ב, נאר דיין שליח וואס זוכט צו ארבעטן געטריי פאר יעדן אינדיווידואלן מענטש, און עס איז מער נישט פאראן די רשעות'דיגע רעזשימען פון אמאליגע מיטל-אלטער וועלכע האבן געקענט טון מיט א מענטש ככל העולה על רוחם, און פון היינט און ווייטער איז פאראן מענטשן רעכטן.... יא יא, גיב א קוק ווי שרעקליך נידריג מען האלט היינט... שומו שמים.

- הודעות: 878
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
- האט שוין געלייקט: 1386 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל
איך בין סתם נייגעריג אויב דאס ברענגט נישט גינסטיגע רעזולטאטן, למשל די ארעסטירן די רובין'ס וועט צירוקהאלטן די חרדישע עולם פון טוען פארברעכן? לכאורה יא , קוקט נאר וואס אונזערע קאווע שטיבל שרייבערס האבן דא מאריך געווען אין וואס מלערנט זיך פון דע מעשה. איז ארבעט דע שטרענגע סיסטעם? ווידער לכאורה ווען די תפיסות אין אמעריקע זענען ווען אזוי ווי אין ארץ ישראל- לייכטע תפיסה. וואלסטו נישט ווייניגער געציטערט? איך טראכט נאר הויעך...
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com