בלאט 6 פון 7
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:56 pm
דורך ווייס ווי שניי
זר זהב האט געשריבן:ווייס ווי שניי האט געשריבן:חכם מחוכם האט געשריבן:געזעהן
דא אז ס'קען נאך נעמען וואכן ביז די געז קריזיס וועט דורך גיין, לאמיר גיין קויפן ביציקלעך און פערטיג
אדער קעינסטו מופן און אפסטעיט דארט איז דא גענוג געז ביליגע דירות
נאר נישט לעקטער, נישט געפערלעך
היינט צוטאגס איז שוין דא לעקטער און כימעט און גאנץ אפסטעיט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:57 pm
דורך זר זהב
איך רעד נישט פון "היינט צו טאג"...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 3:32 pm
דורך אוי טאטי
יעצט הער איך א באריכט, אז ניו יארק גייט אויך אריינלייגן אין קראפט די ׳איוון-אאד׳ געזעץ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:45 pm
דורך קאווע טרינקער
אוי טאטי האט געשריבן:יעצט הער איך א באריכט, אז ניו יארק גייט אויך אריינלייגן אין קראפט די ׳איוון-אאד׳ געזעץ.
דו ליינסט VIN די זעלבע רגע ווי מיר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:46 pm
דורך זר זהב
ער האט נישט געליינט. ער שרייבט אז ער 'הערט'
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:55 pm
דורך אוי טאטי
יאפ, גראדע האבעך עס ׳געהערט׳(נישט אויף קאלמע), און נאכדעם געזעהן אויף VIN.
Fwd: Is Even/Odd system discriminatory? December & Jan end with odd days,and evens will have to wait 2 days to fill up.. Hope it's abolished by then!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:12 pm
דורך שעפטל
מזללללל טאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאףףףףףףףףףףף!!!! דער בלומבערג האצעך אויפגעוועקט פון זיין טיפע בערערישע שלאף, קריסטי האט דאס שוין געמאכט פאריגע וואך אבער דער אורח האט זיך יעצט דערמאנט! פוי אויף אים!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:29 pm
דורך שמעקעדיג
וועט דאס שייך זיין נאר אין די סיטי? אדער אפילו אין אפסטעיט אויכעט?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:32 pm
דורך שעפטל
איך הער (הממממ כ'מיין, 'כ'האב געליינט'...) אז ס'איז שוין דא א גמ"ח פאר לייסענס פלעיטס...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:38 pm
דורך מים חיים
א חידוש אז דומבערג וויל נישט אינפארסירן א זעכצן אונסיגע מאקסימום אויף געז.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 5:51 pm
דורך שמעקעדיג
ווייל געז איז נישט זיס......
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:09 pm
דורך קאווע טרינקער
סתם א שאלה.
דו ווייסט צו דיין פלעיט איז ODD אדער EVEN?
איך ווייס נישט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:50 pm
דורך מיקוה נייעס
צידרייטער בלומבערג משיגענער איז נישט דאס ווארט דו האסט נישט וואס צו טוהן נאר איינצופיהרן יעדע 5 מינוט נייע געזעצן זאלסט האבן א מפלה בקרוב ממש
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 7:55 pm
דורך קאווע טרינקער
מיקוה נייעס האט געשריבן:צידרייטער בלומבערג משיגענער איז נישט דאס ווארט דו האסט נישט וואס צו טוהן נאר איינצופיהרן יעדע 5 מינוט נייע געזעצן זאלסט האבן א מפלה בקרוב ממש
"מיקוה", טעיק איט איזי.
ס'איז א גוטע עצה די געז סיסטעם. די פראבלעם איז נאר "וואו ביסטו געווען ביז יעצט".
דזאן הענעדי, האט נאר יעצט אים צולייגט בנוגע זיין התנגדות ארייצולאזן חיילים צוצולייגען א יד
בד"וו, מיקוה, מיט א איבריגע "י", מאכט מיר פראבלעמען. ווייל אזוי טרינק איך קאווע, וואס איז אותית "קוה" צוזאמען מיט "חלב" מילעך, בגימטריא 40, איז א הייסע מקוה.
אבער יעצט אז ס'קומט צו א "י", וואס דארף איך טוהן? אפשר ספלענדא איז בגימ' 10?
אדער טרינקען מיט נאך א "איד", דוגמתו במקוה, מ'ווייקט זיך מיט אנדערע אידן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 9:28 pm
דורך מיקוה נייעס
איז דא א וועג וואס איך קען דיר צוליב טוהן און טוישן מיין נאמען (אראפנעמען די "י" ??????????)
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 09, 2012 12:16 pm
דורך קאווע טרינקער
כך מקובלני
מ'קען דעם פינטעלע י קיינמאל נישט מעקן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:01 pm
דורך שמעקעדיג
פאלגענד איז א פאעזיע וועלכע איז ארומגעגאנגען, פון הבדחן המפורסם ר' מאטי איליאוויטש הי"ו,
די בדחנות האט ער געשריבן לעצטע וואך ווארטענדיג אין די לאנגע רייעס אנצופילן געז פאר זייין קארעלע (א פאנטיאק, קיינמאל נישט געוואוסט...)
די קעלט שמייסט
די נערווען רייסט
די מחשבה כעס'ט
צום גאז סטאנציע טראג איך זיך אן אלס גאסט.
די מאקסימום סכום וויפיל מ'מעג שפענדן איז בלויז 30 גראשן
אבער וואס זאל איך טון אז פון געז בין איך שוין כמעט כולו אויסגעדראשן
מיין פלעיטס איז 'אדד' במילא מוז איך ראשן
זיץ איך דא אין די רייע מיטן מאטאר פארלאשן.
יעדע צוויי מינוט נאך אפאר טריט איך פאר
א רייע פון דא ביז נעקסטעס יאר,
דערגרייכן צום פאמפ און שעפן די טראפן אפאר
וועט נאך געדויערן א צוויי שעה פאר שאאר.
איך ווארט שוין איבער א שטונדע, קוים ווי מארישקעס מ'שפאצירט
איך שפיר ווי איך ווער אויף די נערווען גערירט,
ניו יארק זאל זיין אזוי אומקאנטראלירט?
מיר האבן דאך שוין א פריש טערמינט'ן פרעזידענט, און דאך אזוי פרעך פאראלאזירט?!
און דאס איז נאך די ערגסטע קאשמאר
ווען א אינגערמאן פון די אנדערע זייט קומט צופליען מיט זיין קאר
בליקט אויף מיר מיט אזא 'סמוירק' פון מיטלייד און צער
און איך וויל מיך פארשטעקן, קוק איך טאקע אויס ווי אזא נאר??
דעם געלן גאז לעמפל בליטשקעט פאר נויט
צאנקעט ווי אן אויסגעברענטן קנויט,
סטראשעט זיך צו בייטן אט אט צו רויט
בעט זיך פאר א טרינק איידער'ן פאלן צום טויט.
נו... גיב זיך שוין א ריר
אבער העי, איין מינוט, ווער שטייט אונטער מיר?
די ברילן איך נעם זיך אפיר
אינעם שפיגל איך קוק זיך איין אין איר
ר'.........? דער שטאט'ס גביר
"איך" בין פארענט פון "דיר" ??
א שמייכל איבער מיינע ליפן אויסשפרייט זיך
און א שטראם פון חיזוק באנייט זיך,
איך מיין נישט ח"ו קיינעם אראפצוקוקן פארשטייט זיך
אבער קוק ווי אזוי א וועלט דרייט זיך.
נישט קיין חילוק צו דו ביסט גרויס אדער קליין
צו דו האסט קוים צום לעבן אדער דו פארדינסט שיין,
פונדרויסן קען אלעס זיין וואויל און פיין
דאך דארפן מיר אלע שטיין אין די זעלבע ליין.
האסט טאקע א נייע קעדילאק טא טאוזענט און דרייצן
און איך אן אלטן פאנטיאק וואס טוט קראצן,
אבער דאך טוה מיך נישט אונטערשאצן
פונקט ווי מיר, קענסטו זיך אויך נישט באקראצן.
דו וואוינסט טאקע אין א פאלאץ אין א זאל
די חיצוניות און מזל שיינט אבנארמאל,
דאך איז קיינער גרעסער פונעם צווייטן בכלל
מיר אלע טרינקען אייניג פונעם זעלבן קוואל.
יעדער די זעלבע השפעות וויל
אונז דארפן זיך אייניג בעטן און איינזיצן שטיל,
טאשן ליידיג און טאשן פיל
אונז זעמיר אלע אינעם זעלבן שפיל.
מעגסט הייסן באפעט, מעגסט הייסן טראמפ
מיר דארפן אלע צוקומען צום זעלבן פאמפ!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:08 pm
דורך קאווע טרינקער
Michoel Schnitzler
געז געז געז.....
יונגעלייט פאר די קארס,
עלטערע פאר זייערע טראקס,
שווארצע צי פארקויפן,
בחורים פאר זייערע צינדערס,
מאנכע האבן געפארקט די קארס נאך פאר שבת ביים געז סטעשן, און געוואר געווארן אז מען טיילט גאר אינדרויסן ביים טראק....
א חבר דערציילט מיר אז ער איז געשטאנען אין ליין פאר דריי שעה, און דערנאך געוואר געווארן אז חוץ "ווייפער פלועד" קען ער דא גארנישט באקומען...
די "לעלאס" האבן פארשטייט זיך פערטעקציע, ווייל זיי דארפן דאך געז צו זיכער מאכן אז מען שטיפט זיך נישט ביי די געז סטעשן'ס..
נאך פינעף שעה ווארטן אויפן ליין, זיך גע'הרג'עט מיט יעדע שווארצער פון ברוקלין, האב איך דעסיידעט צו גיין קויפן א באטל פון האום דיפאט,
גוט געווארן מיט יעדע נער פון שטאט אויפן ליין, ענדלעך באקומען געז,
איך שטיי שוין ביי מיין "אפלענדער", און אין קאפ זעה איך שוין ווי מיין טאנק איז פול...!!!
באמערק איך..... אז כ'האב אנגעפילט מיין שכן'ס קאר....
יא! אלעס איז אבאמא שולדיג
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 1:25 pm
דורך נס קאווע
אנגעפילט אין ניו דזשערסי, אז דו גייסט קיין ניו דזשערסי גיי צו די צווייטע געז סטעישאן ווייל די ערשטע איז פילער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 4:08 pm
דורך ניו יארק
יעצט באקומען א מעסעדש אז און ווילי איז נישט דא קיין ליינס ביי Kent & Penn און Kent & Hewes.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 6:03 pm
דורך קפנדריא
איז דא א סיבה אין דער וועלט פארוואס ניו זשורזי האט געהעריג גאז און ניו יארק סיטי אונטער דעם געערטן מעיאר בלומבערג האט נאך נישט? ער קען נישט שליכטן אזא קלייניקייט ווי געז, ער קען נישט פירן אזא שטאט ווי ניו יארק, און זיין פארדראבענע קאפ ליגט אים אין מציצה בפה און וויאזוי צו אונטערהאקן אונזערע מצוות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:15 am
דורך איך אויך
גארנישט געוויסט אז פאנטיאק עקזיסטירט נאך, בשעתו פלעגט מען זאגן אז
פאנטיאק איז ר"ת Poor Old Nigger Thinks It's A Cadillac.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 11:48 am
דורך שמעקעדיג
עס עקזיסטירט שוין טאקע נישט, נאר די אלטע קראצעדיגע איז נאך געבליבן זכר לחורבן...