בלאט 6 פון 7
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:17 pm
דורך געוואלד געשריגן
קאווע טרינקער האט געשריבן:דארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
I didn't have patience but now I understand
לאל
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 3:18 pm
דורך געוואלד געשריגן
געוואלד געשריגן האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:דארף מען דאס מודיע זיין פאר פותח האשכול ז"ל
I didn't have patience but now I understand
לאל
?ז"ל
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:נאך א גאר לאנגע און שווערע רייזע איבערן ים, איז קריסטאפער קאלאמבוס ענדליך צוריק קיין אייראפע, מיט א דערקלערונג וואס האט איבערגעדרייט א וועלט. ער האט אנדעקט א נייע קאנטינענט.
אידן שפעקולירן, אז דאס וועט זיי ראטעווען פון די פילע שווערע און ביטערע גזירות, וואס קומען פאר אין שפאניע.
ברעיקינג: לויט ווי ר' אברהם גאנזאלעס, דער ראש הקהל פון קהל נדחי ישראל אין בארבאדאס געט איבער האבן פרייטאג נאכמיטאג געלאנדעט זעקס גלחים פון די פארשאלטענע אינקוויזיציע ביי די ים ברעגעס אין פארטא אלעגרע, בראזיל און זיי האבן מיט געברענגט מיט זיך אלע כלים וואס זענען געאייגנט אדורכצופיהרן פייניגונגען. מ'האט מורא אז זיי זאלן עס נישט ח"ו נוצן אקעגן יודן.
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:20 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:א טעלעגראם יעצט אנגעקומען מיט די בשורה טובה אז דער סאקמאר רב הרב יואל ט"ב נ"י איז ארויס מאפילה לאורה, אנגעקומען יעצט אין די שווייץ.
אוך הער אויך אז בשעת אריינפארן אין שווייץ האט ער געזינגען א ניגון אויף "בך בטחו". זאך קענער זאגן אז די ניגון וועט זיכער זיין א היט און מ'וועט עס זיכער זינגען ביי אלע כ"א כסלו מסיבות אין די ארמערי
און דעם גראם פון "אליך זעקו, גאווערנאר פאטאקי" וואס די לצים אין קרית יואל האבן אויפגעמאכט האט מען שוין דאמאלס אין כ"א כסלו תש"ה אויך געזונגען???
תגובה צו בערל בעל עגלה
נשלח: זונטאג יאנואר 20, 2013 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו. זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה. כ'קען נאך אראפברענגען דעם גאנצן סידור. ב"ה מיר האבן דערגרייכט דעם וואונדערליכן נאמבער פון טויזנט. כה יתן ה' וכה יוסיף.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:38 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער א נייע משוגעת אז מען גייט אנהויבן אריינשטעלן ביי די אריינגאנג פון די מקואות טורנסטייל טירן, וועלכע וועט נישט אריבערלאזן נאר די באצאלטע!
שומו שמים! וואס איז נעקסט? א קאווע שטיבל מיט א טורנסטייל טיר און נאר ווער עס ווארפט אריין 50 צענט איז ערלויבט צו מאכן א קאווע?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:41 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג, דארף זיין אן אפציע פון קענען לייקן איין מאהל א וואך א תגובה צוויי מאהל! דיין תגובה איז ווערט אזאנס!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
ברוך דיין האמת!
יעצט אריינגעקומען!
הרבנית אלטא פיגא איז נפטר געווארן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
געהערט עפעס שמועות אז ר אהרן טייטלבוים האט געהאט עפל סיידער אנטשטאט מאסט ביים סדר, אמת?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
מ'האט איר געטראפען!!!
זי איז געוועהן אין א ווינקעל אין וואלד און געהאלטען אינמיטען דאווענען ווען א פאליסמאן האט איר געזעהן!!!
מ'קען יעצט הערן אויף די רעידיא די ריקודים פון חסדי ה' דארטען אין קאנעטיקאט ביים וואלד
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:מ'האט איר געטראפען!!!
זי איז געוועהן אין א ווינקעל אין וואלד און געהאלטען אינמיטען דאווענען ווען א פאליסמאן האט איר געזעהן!!!
מ'קען יעצט הערן אויף די רעידיא די ריקודים פון חסדי ה' דארטען אין קאנעטיקאט ביים וואלד
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!
איך הער עפעס אז מיאמי בויס גייען ארויסקומען מיט א ספעציעלע ניגון לכבוד חסדי השם.
און 30 מענטשן זענען געבליבן סטאק אויף שארמאש באסעס
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 9:20 pm
דורך קאווע טרינקער
ברעיקינג (תרתי משמע) נייעס.
יעצט, שמחת תורה ביינאכט, קומט אריין א מעלדוג, אז הרב אייזיק הארוויץ, זון פון ר' הערשלע, וואס איז ביז איצט געווען נכנע אונטער כ"ק אדמו"ר ומ"מ שליט"א, טיילט זיך אפ, און איז מייסד א נייע קהילה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:13 pm
דורך ניו יארק
שמעקעדיג האט געשריבן:איך הער א נייע משוגעת אז מען גייט אנהויבן אריינשטעלן ביי די אריינגאנג פון די מקואות טורנסטייל טירן, וועלכע וועט נישט אריבערלאזן נאר די באצאלטע!
שומו שמים! וואס איז נעקסט? א קאווע שטיבל מיט א טורנסטייל טיר און נאר ווער עס ווארפט אריין 50 צענט איז ערלויבט צו מאכן א קאווע?
אדער 50 זאכליכע תגובות
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 12:41 am
דורך יואב
ברעקינג, סיני פאוסט ווייסט צו פארציילן אז נאך א לאנגן אומסוקסעספול רייזע, האבן די מלאכים דערגרייכט אן אפמאך מיט א קלוג אינטערסאנט פאלק. וועלעכע האלטן זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אונעם וויסטען מדבר סיני, (קוועלער געבן איבער אז דאס איז די זעלביגע וועלעכע האבן אריבער געשפרייזט דעם ים סוף), באריכטן קורסירן אז דער צוגאנג איז געווען עפעס מאדנע, מיט א פארשפרעכונג פון טוהן פארן הערן, אויב איינער וויסט מער דעטאלן ביטע מעלדן
א פריש פארפלאנטעטע סאמאטאכע
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:38 am
דורך יואב
אינטערסאנט קיינער דא רעדט נאך נישט דערפון,, א פרישן שוידערליכע סקאנדאל האט עקספלאדירט ביי כלל ישראל, "זמרי בן סלוא" דער נשיא לשבט שמעון וועלעכער פארפיגט אויף אומגעפעהר 59 טויזענט נפשות, ווערט באשולדיגט און א גאר שאנדפולן פארצווייגטע ניבול אקט, נעמען זענען שוין פארעפענטליך, ---"כזבי בת צור", אנגעבליך פון א גאר אריסטראקראטישן קעניגליכע משפחה, ווערט געגלייבט צו זיין דער וויקטים, (געוויסע געבן אן אז עס געווען א פריי וויליגען מעשה, אלענפאלס, ס'איז נישט נוגע,) דער פרעסע האט זיך צו געכאפט ווי געבראטנס, (ראשאקאל, עפעס לינקס) א גוישען ריפארטער פון מואב זאגט ער האט נאך און זיין לעבן נישט געהערט איינער זאל בועל זיין אויף אזא ברייטן פארנעם, בקיצור. דער חילול השם איז הימל שרייענדיג, אין יעדען פאל, עס הערשט א גרויס צעמישעניש און אומקלארקייט, עטליכע חסידישע אינגעלייט געבען איבער פאר "מדין טרוביון" אז זיי קענען זמרי פערזענדליך, ער איז א גוטער מענטש, און עס איז "אומעגליך" ער איז באגאנגען אזא שאנדפולער אקט, בכלל באטוינען זיי. זענען אזאלעכע מעשים נישט שכיח צווישן אידן, און עס איז א פאלנער פרעכן בילבול, אויב איינער ווייסט מער דעטאלן, וואס נחום זאגט, אא"וו זאל מעלדן
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:51 am
דורך יואב
JUST IN, קלאנגען ווערט פארשפרייט. אז דער זעלאשין דרייסטישער אייניקל פון אהרן הכהן וועלעכער איז אגב (נאך) א ישראל, באוואפענט מיט א שפיז. האט באשלאסן אן קיין ארדער פון קארט, צו ברענגן א סוף צו בן סלוא'ס לעבן. פארשאפענדיג דערביי א געוואלדיגן קידוש שם שמים
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:51 am
דורך זר זהב
יא די וועלט רידערט... דא איז עס באריכטעט אינעם מואב גאזעטטע, א בייעסט גאסיפירישע צייטונג אנגעפריט דורך בלק'ס קינדער. (מערקט אן ווי זיי שרייבן נישט קיין שום טיטל אויף כזבי, ניטאמאל א "רעב".

- moiev gazette.jpg (67.41 KiB) געזען געווארן 2442 מאל
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 1:54 am
דורך [NAMELESS]
דאס טאר מען נישט ליינען! די רבנים האבן שוין מוחה דערויף, הערשל קלאר האט שוין איבערגעדרייט די שטאט (מדבר) פאר דעם.
אגב, די עולם טענה׳ט אז כזבי איז שוין געווען אפגעפארן פאר דעם איז זי געגאנגען צו אים פאר העלפ.
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 2:39 am
דורך געפילטע פיש
שוין ווייטער מיט די חעוורע ערב רב וואס זוכן צו האקן אויף רבנים און נשיאים, גלייך גלייבט מען שמועות אויף א איד וואס האט א חזקת כשרות, ווייסט וויפיל אידישע קינדער ער האט שוין ארויסגעהאלפן? אז עפעס א זונה טראכט אויס א בילבול אלס נקמה גייסטו ענדערש גלייבן די "פריטי בלאנד"? אבירם מאכט שוין גאנצע צימעס אויף זיין האטליין, ער זאגט אז ער האט עדות, נא, אז ס'דא עדות ווי זענען זיי? דארף איך גלייבן אבירם קעגן א נשיא בישראל?
שבט שמעון איז מארגן א עלילת ארבעים שנה קאמפיין אינעם עצי שטים זאל.
ווער וויל זיך מצטרף זיין צו ענדיגן תהילים, זמרי בן סלוא לצאת זכאי בדין.
איך וועל זאגן א'-י"ט.
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 9:22 am
דורך קאווע טרינקער
איך וועל זאגן "פרשת פנחס".
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 9:37 am
דורך געפילטע פיש
פנחס, אויך מיר א פארטרעטער פאר כלל ישראל, ווער געדענקט נאך ווער זיין זיידע איז געווען... דער בן פוטי גייט אונז איינרעדן אז ער זארגט זיך פאר כלל ישראל מער ווי משה רבינו, (איך האב אינסייד אינפארמעישען אז משה האט נישט געהייסן טוהן גארנישט פאר הקדוש זמרי), נאר וואס דען, פנחס האט אן אגענדע דא, און די גאנצע עולם נאראנים טאנצט מיט מיט זיינע פלענער, רבם דקרו!
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:22 am
דורך מאראנצןזאפט
שוין, נעבעך, יא! ער האט געלערנט אין לאנג ביטש. וואס? זיינע חברים זענען נישט געווען אין זיין צימער ווייל ס'איז געווען מוצאי, און רוב בחורים זענען אהיים.
כ'מיין ער הייסט ווייס, אינגאנצן צעשניטן, דער מגיד שיעור האט אראפגעצויגן זיין דאכענע און אים געטראפן צושטיקלט, מ'זאגט דער מגי"ש איז אינגאנצן אראפ פון זינען.
ווער, מן הסתם די מאפיא.
נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2013 10:23 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע! ביסט ממש א קליינע המן! ווי קענסטו דאס זאגן?
עס איז געווען ביי זמרי "הארד עווידענס", נישט בלויז א "הי-סעיד-שי-סעיד"!