בלאט 6 פון 19
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:54 pm
דורך נאר,,פרייליך
טישו באקס האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:אונזער סאסייעטי שטייט ביים שוועל פון טירוף, ואין מי שיאמר למלאך המשחית הרף.
שוין העכסט צייט דער עולם זאל נעמען די זאך אין די האנט, בעפאר עס ווערט צו שפעט.
בפרט אין ארץ ישראל, די חברה ווייסן נישט ווי זיך אפצושטעלן, מיט די לעצטיגע בארבארישקייט וואס קומט פאר אין מאה שערים געגנט מיטן אנהאקן די זייטן פון עטליכע חרדקי"ם (פרימע סאלדאטן). לויט די דירעקשאן וואס די עקסטרעמיזים פארט וועט נישט לאנג דויערן אז א סיקריק זאל ארויף גיין אויף א באס מיט פרימע סאלדאטן און זיך אויפרייסן שרייענדיג אללא הואקבאר
די ארץ ישראל קאמפיין האלט שוין לאנג וויטער פון דעם
די אינטערנעט קאמפיין רופט צו שחט'ן קינדער וואס זענען נכשל אין אינטערנעט
הפגנות קומען פאר אין די גאסען איבער שעדליכע טעכנעלאגיע
כל זמן דער מלאך המשחית פין טעכנעלאגיע רייסט שטיקער אויף א מטורפ'דיגער אופן וועט דער צד כנגד אויך ארבעטן פאל פארסט
נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 9:51 pm
דורך סלינקי
וועלכע מוסדות זענען נישט אויפן ליסט?
נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 11:37 pm
דורך לייבעלע
כ'זיץ דא בעמק הבכה אינם גלות מאנסי. כ'קען זאך נישט טרייסטען, איך בין נאך צעשאסען פון דעם יום המר והמנמהר טישע באוו, און נאך אפילו ניש בארוהיגט פון ה' אייר,, ווי איז מיין נחמה בפלים, איך ביניש אין סקולען ביים טאנצן, ניטאמאל אין וואדבארן ווי בחורים וגם בתולות זענען זיך מנחם, ווי אזוי קען איך זיך טרייסטען? געוואלד,
אבער נישט געזארגט,כאב פריערד גענומען די פאסט, און מיין אויגען זענען פארבלענדעט פון די בשורה טובה און פריילכע נייעס פון איין געוויסע דאקומענט, די וועד האישור לטוהר המחנה, וואסס אלע מאנסי עלטערן האבן אויפגענומען מיט א זעלטענע שמחה וחרדת קודש, די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אפליקאציע, מען האט אזוי געווארט דערויף און ענדליך זה היום קיוינו לו, דעס איז א אמתע נחמה נישט בכפלים נאר אלף פעמים ככה, ב"ה לא אלמן ישראל, מיר האבן האפענונג, אזא נחמה האבעך שויניש געהאט יארן,
די רבמם זאגט אין בין עוה'ז לימות המשיח אלא שיעביד מלכות. מיט אזעלכע געטרייע מנהיגים און עסקנים און געטרייע פאארזארגער ווייסעךניש צי איך ווארט אויף יענע צייט. אפשר איז שוין שיבעבוד מלכות בעסער?
נשלח: מוצ"ש יולי 20, 2013 11:54 pm
דורך געפילטע פיש
וואס כאפסטו נישט? טאקע פון די שיבוד גייט משיח אויך אויסלייזן.
נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 1:08 am
דורך אביגדור
צועק לשעבר.
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 6:35 pm
דורך נאר,,פרייליך
נאדער א פרישע צוואנג מיטעל אפצושרעקן באניצער פון אינטערנעט אין פובליק:
al_hapeirek: chardakim style marucha awaited in america call now 7183628800 35l@
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 7:14 pm
דורך גנדי
וואס דארף מען דריקען צו הערן?
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 10:30 pm
דורך נאר,,פרייליך
גנדי האט געשריבן:וואס דארף מען דריקען צו הערן?
נאכען קלינגען די נומער דריק3-5-1
וועט איר הערן איבער א נייע סארט קאמפיין פון צוואנג קעגן אינטערנעט באניצער אין פובליק
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 11:25 pm
דורך גנדי
וויי פאר די אויגען וואס האבן געזעהן אויגען וואס האבען גזעהען דעם אינטערנעט...
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:37 am
דורך נולד מאוחר
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 7:33 pm
דורך לעיקוואד
כמו"כ אויב געפינט מען דער גמרא אדער שולחן ערוך פון דער רב ברויך מען עס נישט צוריקגעבן, ווארום עס איז קלאר אז דער תורה זיינע ווערט עם א סם המוות און עס איז פשוט אז א סם המוות גיט מען נישט אפ אלץ השבת אבידה.
והנלענ"ד כתבתי. לעיקוואד, מו"ץ פעיה"ק ק"ש והגלילות.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 10:23 pm
דורך נאר,,פרייליך
פרישע מיטלען פין רעסטריקטען דאס אינטערנעט באניץ אין די פובליק
און ביי עפענטליכע מקומות ליינט דעם פאלגענדען באריכט און בילד:
http://t.co/Jnue09j02Zhttp://t.co/riSTB8BWuL
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:20 pm
דורך אליצפן
א צעטיל וואס כ'האב לעצטנס באמערקט אין ביהמ''ד באבוב 49.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:28 am
דורך לעיקוואד
ממש א פחד, דער רבי וועט נישט דאווענען אויף עם.. (לגבי נישט מוציא זיין איז סתם עמארצות ווייל מ'קען נישט טוהן אזא זאך)
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=58538
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:35 am
דורך הוגה
עס איז אינטערעסאנט ווי די רביס און רבנים קענען איינטיילן וועם זיי וועלן נישט מוציא זיין מיט תקיעת שופר צוליב דעם וואס זיי האבן א סמארט פאון, ווער מעג נישט דאווענען פארן עמוד, און וועמענ'ס קינדער קענען נישט לערנען אין זייער מוסד.
איך ווארט אבער צו זעהן וועלכע רבי וועט זיין די ערשטע to put his money where his mouth is און אויפהערן צו נעמען געלט פון נדבנים וואס האבן אייפאונס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:45 am
דורך לעיקוואד
תיקון טעות נחוץ מאד: צ"ל 'דער הייליגער רבי'.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:52 am
דורך לאליפאפ
פשוט א גוטער אז ער געבט צייט מ׳זאל זיך קענען איינהאנדלן א שופר...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 11:08 am
דורך הירשל ציג
ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 4:10 pm
דורך יידל
הירשל ציג האט געשריבן:ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...
הוגה דריי תגובות ארויפציר.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:42 pm
דורך ידען
יידל האט געשריבן:הירשל ציג האט געשריבן:ס'האט איינער געזאגט אז ער ווארט נאך אויף דעם ערשטן רבי'ן וואס וועט מכריז זיין אז ער נעמט נישט קיין געלט פון איינער מיט א סמארפון.... נישט מוציא זיין מיט די תקיעות איז איזי...
הוגה דריי תגובות ארויפציר.
כאב איהם געלייקט ווייל איך וועל טראכטען אז ער האט נישט באמערקט..
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:16 am
דורך דעת תורה
לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:00 pm
דורך גנדי
דעת תורה האט געשריבן:לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.
פארקויפן פאר א גוי אזוי ווי חמץ איז זייער א גוטע עצה. אבער דאס וועלן מיר אויך דארפן טוהן דורך די רבנים...
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 1:02 pm
דורך גנדי
דעת תורה האט געשריבן:לגבי תקיעת שופר ארבעט עס יא, מען קען רואיג אינזין האבן נישט מוציא צו זיין איינעם. די עצה איז פארקויפן פאר א גוי כמבואר במקוו"א.
אפשר קען איך פארקויפען פאר א צווייטן מיינע טריפה'נע זאכן בשעת איך שרייב אונטער די תקנות, און נאכדעם צוריק קויפן, אזוי וועט דאס נישט זיין קיין ליגענט...