בלאט 6 פון 7

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2013 6:55 pm
דורך קאווע טרינקער
כשהן יורדין..

נשלח: מוצ"ש מערץ 23, 2013 9:15 pm
דורך געפילטע פיש
... יורדין עד למטה... דאס שניידט ער אויך?

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 1:41 am
דורך חשבון
מיין שאלה וועגן זיין ווייב איז נישט געווען אריין צו קריכן אין זיין פריוואטן לעבן איך האב געפרעגט פשוט צו פארשטיין וויאזוי א מענטש קען טוישן זיין שטוב אזוי פון איין עקסטריעם צום צווייטן דאס דארף מען קענען און די מהלך וואלט מיר אינטערעסאנט געווען. איך האב נישט געמיינט צו זיין נעגעטיוו אדערוואס

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:14 am
דורך shem-tov
עפעס איז עס מיט זינגערס אז זיי האבן גאר גרויסע יצה"ר צו פארקריכען פון זייערע שורשים, קוק חזנים פון דערהיים, למעשה זינגט ליפא שיין און מיר האבן הנאה פון אים, מיר ברוכען אים מחזק זיין און דערמאנען ער זאל זיך אויסקלויבן עפעס א דרך און נישט סתם ארומבאונסען ווי א באלי

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 1:10 pm
דורך ענן כבד
אוי!!! די פינטעלע איד...
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=tDDPjQLFmeM[/youtube]

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
ער מיינט עס נעבעך ערענסט. אזוי אויך די אלע מבקשים ארום די טיש.

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:46 pm
דורך לעמיל
דער וואס זיצט נעבען אים איז הרב פראנק?

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2013 2:52 pm
דורך זר זהב
יא

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:57 pm
דורך שעפטל
הזהרו נשים
http://youtu.be/4gcUvt-uNXQ

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:00 pm
דורך משה געציל
שעפטל, דיין הודעה קומט מיר פאר ווי פסח'דיגע מאקאראנס אום אסרו חג.

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:01 pm
דורך שעפטל
אוטש! זאג נאר פארוואס...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:04 pm
דורך משה געציל
עס סומאטאכאט זיך שוין איבער זיבן בלעטער ארום דעם דאקאמענטרי...

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:04 pm
דורך שעפטל
קעי כ'זעה

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:46 pm
דורך ענן כבד
קאווע טרינקער האט געשריבן:ליפא גייט אין קולוג'!
מ'זעהט קלאר די ווייייייטע בליק (מיט די פלאנטשע תנועה) פון די רבנים.
ווי ווייט מ'קען זיך דערקייטלען,
ס'הייבט זיך אן מיט זינגען, און ס'ענדיגט זיך מיט נעמען "סמיכה". שרעקליך.
עבירה גוררת.


ליפא היינט אויף פעיסבוק:
My wife asked me to spend more time with her since I am a lot in school and on tour. So I said you can join me in a class. It's the first day of summer session and Guess who sits next to me? You guessed it!

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:06 pm
דורך Starbucks
גוד פאר הים! ראה חיים עם אשה שטייט דאך.

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 7:39 pm
דורך הדד בן בדד
איך האלט שטארק דערפון, אויך דעם ממש האבן דאך חז"ל געזאגט "ומצילות אותנו מן החטא".

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 12:19 am
דורך [NAMELESS]
/

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 1:46 am
דורך הדד בן בדד
נאסטאלגיע. איך געדענק דאס נאך, איך האב אים דאן פארשאפט א חתונה צו גראמען.

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:18 pm
דורך מנשה לוסטיג
און אויף ליפא האבן מענטשן אזוי ליב צו רעדן און בארעדן, און ס'קלעבט נישט קיין שמוץ אויף עהם. און מיר איז עס קיין וואונדער, א יוד וואס זיין גאנצע צדקה איז מתן בסתר, איז גורם יכפה אף, אז די לאנגע נעזער פון די קטיגורים למיניהם זאלן דערשטיקט ווערן.
[פארוואס שרייב איך עס? ווייל כ'בין געווען איבערן ים אין לאנדאן און אין ישראל, און איבעראל הער איך מאדנע רומערס אויף עהם, און איך ווייס דאך אז נישט נאר ס'ליגענט, נאר ס'אפילו נישטא קיין הווא אמינא אויף דעם געווען אמאל, און ס'איז הייווען וואס באבעלט פון פארדארבענע מעגעלעך, זאלן זיי זיך אויסשמעקן דאס אייגענע חלק.]

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 3:25 pm
דורך Yossy
אסאך מענטשען טיען פאני זאכען בגלוי אין צדקה בסתר איך וואלט געראטען צי עס אויסדרייען טין פאני זאכען בסתר אין צדקה בגלוי אין שלום על ישראל

נשלח: זונטאג יולי 06, 2014 5:53 pm
דורך מנשה לוסטיג
פון די סארט איז דא, און ס'ברענגט ווייניג ניצן, בעסער פארקערט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 12:42 am
דורך [NAMELESS]
ליפא'ס student card

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 3:31 am
דורך דער שכן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:און אויף ליפא האבן מענטשן אזוי ליב צו רעדן און בארעדן, און ס'קלעבט נישט קיין שמוץ אויף עהם. און מיר איז עס קיין וואונדער, א יוד וואס זיין גאנצע צדקה איז מתן בסתר, איז גורם יכפה אף, אז די לאנגע נעזער פון די קטיגורים למיניהם זאלן דערשטיקט ווערן.
[פארוואס שרייב איך עס? ווייל כ'בין געווען איבערן ים אין לאנדאן און אין ישראל, און איבעראל הער איך מאדנע רומערס אויף עהם, און איך ווייס דאך אז נישט נאר ס'ליגענט, נאר ס'אפילו נישטא קיין הווא אמינא אויף דעם געווען אמאל, און ס'איז הייווען וואס באבעלט פון פארדארבענע מעגעלעך, זאלן זיי זיך אויסשמעקן דאס אייגענע חלק.]



Wow! די לשונות וואס דו ניצט!..

הפלא ווא-פלעיווער הפאלאפעל האפלע ווא-פעילע. מעגעלך פיפיגלעך!... Wow Wee