בלאט 6 פון 18
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:31 am
דורך שושן פורים

- IMG-20140121-WA0002.jpg (77.73 KiB) געזען געווארן 2828 מאל
ר'משה ראטמאן אין כנסת
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:54 am
דורך טעפל
חזקיהו המלך האט געשריבן:פארוואס ארבעט נישט די יואטוב אימבעד
נעם אראפ די S נאך די HTTP וועט עס גיין
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 am
דורך איש עברי
http://www.youtube.com/watch?v=O67UVPS2HNAא קליפ צו מעודד זיין אידיש רעדנדע מענטשן צו עולה זיין קיין ארץ ישראל
נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:17 am
דורך טעפל
דא האסטו זייער וועבסייט
mizrachi.org/
נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 11:36 am
דורך גיבור
א אינטרעסאנטע ספעקטאל האט זיך אפגעשפילט ווען א גרויסע גרופע פון חברי כנסת זענען געבליבן סטאק אין פוילען אין קראקעווער אייירפארט דאס איז פארגעקומען נעכטן - די אינטערנאציאנאלע געדענק טאג צום האלאקאסט - ווען צום ערשטן מאל אין היסטוריע האבן זיך 65 חברי כנסת ארויסגעלאזט קיין אוישוויץ מיט צוויי באזונדערע פליגערס, נאכן באזוכן אוישוויץ איז פארגעקומען א צוזאמקום פאר די משלחת צוזאמען מיט די פוילישע פארלאמענט מיטגלידער, געדארפט האבן זיי צוריק פארן נעכטן נאכט און זיין צוריק פארטאגס אידערהיים, מה עשה הקב''ה ? זעהט זיך אויס ער האט נישט צו שטארק מורא פאר זיי און איין פליגער האט געהאט טעכנישע פראבלעמס און מען האט זיי געמאלדן אז מען הייבט זיך נישט, ערשט אינדערפרי האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אהיים .
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:55 pm
דורך נאר,,פרייליך
שיינער שבת אין בית שמש
נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 12:19 am
דורך נאר,,פרייליך
די תשב''ר זענען מקבל פנים ירושלימער רב

- Bf17j_DIUAAq5Hm.jpeg (69 KiB) געזען געווארן 3223 מאל
די דרשה ביים קבלת פנים
https://drive.google.com/file/d/0B29WcC ... sp=sharingדי באגלייטען מוצאי שב''ק

- BgCgfH_IUAADQwj.jpeg (58.94 KiB) געזען געווארן 3173 מאל
http://www.bhol.co.il/Article_old.aspx?id=64591
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:36 am
דורך איש עברי
ענדליך זעהט מען אז עוד ישראל רד עם א-ל, די יהדות החרדית גייט שוין ארויסגעבן אייגענע היימישע זעלבסמערדער מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען פאר אונזערע מסלומענער ברודער
http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 014/02/07/
נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:51 am
דורך טעפל
דאס איז ר' דוד זיכערמאן ער האט זיך אינטערוויטו פאר ערוץ 2, אזאלעכע שטותים צאמגערעדט..
נשלח: זונטאג פעברואר 23, 2014 5:04 pm
דורך גיבור
א ארעסטאנט מיטן נאמען שמואל שיינביין האט היינט געכאפט א גאן און געשאסן דריי וועכטער אין די רמונים תפיסה אין ארץ ישראל איינער איז שטארק פארוואונדעט און צוויי זענען אקעי, מען האט די ארעסטאנט געלייגט שלאפן פאר אייביג, יעצט פארשט מען אויס ווי קומט א גאן צו א ארעסטאנט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 2:00 pm
דורך גיבור
נעכטן איז פארגעקומען א אינטרעסאנטע אפהאנדלונג אין כנסת, וועגן צו וועם געהערט הר הבית, מדינת ישראל האט פאר יארן צוריק געגעבן די געוועלטיגשאפט פאר די וואקאף וואס איז אונטער די יארדענער, און זייט דעמאלס איז געווארן זייער שווער פאר יודען ארויפצוגיין דארט, עס איז איבריג צו זאגן אז ערליכע יודען אפילו אזעלכע וואס גייען צום כותל דערוואגן זיך נישט אהין צוגיין וועגן די איסורי כריתות וואס עס נעמט ארום, אבער לעצטענס האבן זיך געעפנט אזעלכע "יודישע" גרופעס וואס פארפירן אהין צוגיין, איינער פון זיי א חבר כנסת מיט'ן נאמען משה פייגלין וואס איז א אלטע אקטיוויסט אויף די נושא האט ארויפגעברענגט די נושא אויפן טיש פון כנסת און באקומען דורך דעם אסאך קריטיק, די אראבישע חברי כנסת האבן געבויקאט די אפהאנדלונג, ירדן האט שארף קריטיקירט מדינת ישראל וועגן דעם און די פארלימענט האט גערופן אז מען זאל אהיים ברענגען זייער אמבאסאדאר, די לינקע חברי כנסת האבן געשריגן אז עס איז סתם פראוועקאציע (התגרות באומות) און די פרימע האבן געשריגן אז עס איז אסור,
מיר אלע געדענקען וואס איז געשען ווען שרון איז ארויפגעגאנגען!
נשלח: מיטוואך פעברואר 26, 2014 3:35 pm
דורך מ גפני
איך האב לעצטענס געהערט אז די שטח פון קבר דוד געהערט צו רוים, און זיי פארפיגן דערמיט, איינער ווייסט זייט ווען עס איז אונטער זייער רשות? וואס איז די היסטאריע אונטער דעם?
טעראר אטאקע אין ירושלים פארמיטן!!
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 11:48 am
דורך לאליפאפ
יעצט אין ירושלים האט מען געטראפן איבערגעשניטענע געז ליינס און א ברענענדיגן פאקל דערנעבן, פאליס פארשן אויס די אינצידענט וואס איז געווען סעקונדעס אוועק פון א מאכטפולן באמבע אויפרייס.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:13 pm
דורך לאליפאפ
איאב על קאוואזמי איז איינס פון ישראל'ס מערסט געזוכטע טערראריסטן, געווען. היינט האט א געלונגענע ישראל'ישע אקציע געמאכט א סוף צו זיין לעבן אין חברון. געווען געזוכט פאר טעראר אקטיוויטעטן זינט 1998, אויך געווען שטארק אקטיוו ביים צווייטן אינטיפאדא.
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:43 pm
דורך לאליפאפ
תיקון טעות: די צה"ל האבן אים געכאפט און ארעסטירט, נישט אומגעברענגט.
בילד אויפן סצענע היינט נאכט
נשלח: דינסטאג מערץ 04, 2014 10:47 pm
דורך דער (פינטעל) איד
אה נאך ערגער. יעצט גייט ער באקומען 20 יאר תפיסה און חיזבאלא וועט לכבודו מאכן א קידנעפ עם צוריק ארויסצוזען פון תפיסה
#צודרייטע איזרעילס/גוים
געפארפולע טראנספארט אבאנדאנד
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:12 am
דורך לאליפאפ
די צה"ל כוחות אויפן ים (שייטת), האבן היינט קאנפיסקירט א שיף אנגעפולט מיט געפארפולע M302 ווייט שטרעקיגע מיסילס וועלכע איז געווען אויפן וועג קיין עזה פון איראן.
אין א ווידיא וואס די חיילים האבן גענומען זעט מען קלאר ווי עס שטייט אנגעצייכנט אז די מיסילס זענען געמאכט אין איראן.
בחסדי השם האט מען אפגעשטעלט א טראנספארט וואס וואלט ערמעגליכט פאר די טערראריסטן צו שיסן ביז צפון און אוודאי ביז ירושלים און תל אביב.
נתניהו זאגט אז דאס ווייזט די ריכטיגע פארבן פון איראן.
אראבער ארעסטירט דורך שומרים
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:06 pm
דורך לאליפאפ
א אראבער ימ"ש האט גערעיפט א קינד אין בני ברק (קרית ויזניץ געגנט) און שומרים (סאטמארע ארגאנעזאציע וועלכע אקופירט אסאך בחורים) האט אים פארהאלטן ביים קוקה קולה בריק אויף רח' השומר.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:39 pm
דורך איש עברי
ווארט נאר צו זעהן ווי די אינטערנאציאנאלע פרעסע וועט מאכן א ברייטל ווי מען פייניגט א "אומשולדיגע" אראבער
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 12:40 pm
דורך לאליפאפ
איש עברי האט געשריבן:ווארט נאר צו זעהן ווי די אינטערנאציאנאלע פרעסע וועט מאכן א ברייטל ווי מען פייניגט א "אומשולדיגע" אראבער
אזוי ווי שטענדיג
פאלעסטינער רוצחים!!
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:01 pm
דורך לאליפאפ
40 ראקעטן זענען געפלויגן אין די לעצטע שעה צייט... צודרייט צודרייט!! וואס דארפן די מענטשן אין דרום אין די שעלטערס טון!! פפעעעררציג ראקעטן!! צוויי האבן אראפגעקראכט אין שטעט פאראורזאכנדיג שאדנס, ב"ה נישטא קיין פארוואונדעטע דערווייל.
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:14 pm
דורך לאליפאפ
שוין ארויף צו 50
אייראן דאום האט אינטערסעפטעט אפאר מאל
15 קיין שדרות
9 קיין קיבוץ סעד
4 קיין ניר יצחק
4 קיין סופה
6 קיין כפר עזה
6 קיין מפלסים
6 אין דירעקציע פון זיקים
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 12:19 pm
דורך לאליפאפ
55 ראקעטן
איינער איז אין די מוד פון א מלחמה יעצט?