בלאט 6 פון 8
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 9:37 pm
דורך מנשה לוסטיג
איך קום פון סאטמאר
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:08 pm
דורך גאנצל
מנשה אז דו ביסט שוין יא דא לאמיר דיר פרעגן די סאקמורים קען מען נישט פרעגן די קשיא זעי איך זיי זענען עפעס צו סענסיטיוו צו דעם איך ווייס נישט פארוואס איך בין אויך א סאקמורי און איף זעי נישט וואס די פראבלעם איז דא בכלל איך וויל באמת וויסן
אבער קודם בארואיג זיך ביסט אביסל אנגעצויגן היינט זעי איך איין זאך נעם אריין אין דיין באוואוסטזיין די בלאף אז סאטמאר רב איז געראטעוועט געווארן דורך די ציונים זאג פליס נישט איבער ס'איז זייער קינדעריש פאסט בעסער אין נוירסערי
אבער לאמיר דיר פרעגן נאר אויב דו ווייסט די סקווערע רבי האט געמאכט עפעס א א זכר צו דעם נס אז ער איז געראטעוועט געווארן פונעם דייטש און אויב נישט פארוואס טאקע נישט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:19 pm
דורך מנשה לוסטיג
זיכער האט ער געמאכט, ער האט געפאסט יעדע יאר ד' תמוז, ווען ער איז ארויס ממות לחיים, פון א כמעט זיכערע טויט, ווען מ'האט עהם געפירט אין א באן אינעם הייסן תמוז מיט ברענענדיגע קוילן אונטערן וואגאן, און נאך זעקס שעה פארן א וועג פון א האלבע שעה, איז ער ארויס לעבעדיג פון א פולע באן טויטע..
ער האט זיך נישט געוואשן א גאנצע וואך, זייט דעם מעשה, ווייל ער האט זיך מקבל געווען אויף זיך דאס. און ער האט געזאגט קלאר אז ס'איז נאר פאר עהם די תענית צוליב זיין צוזאג כלפי שמיא.
ער האט בכלל נישט געוואלט רעדן וועגן די קריג, מטעם די פולע קשיות וואס ער האט געהאלטן אז מ'טאר נישט דערפון רעדן און טראכטן.
אלע צדיקי אמת האבן געהאט א זכר געמאכט דערפון, און די סעודת הודאה זייערע איז נישט געווען אויף די בלוט פון זעקס מיליאן קדושים, זייער סעודת הודאה איז געווען יעדן שמחה פון א יוד וואס האט חתונה געמאכט א קינד
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:32 pm
דורך גאנצל
איך פארשטיי נישט ער האט געמאכט א סעודת הודאה מיט'ן פאסטן?
אדער האט ער נישט געוואלט מאכן קיין סעודה ווייל ער האט נישט געוואלט צו קומען צו קשיות איך בין צומישט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:43 pm
דורך מנשה לוסטיג
ער האט נישט געהאלטן אז מ'קען מאכן א סעודת הודאה אויפן שואה
אגב, האט ער פונעם שואה נישט געוואלט רעדן קיין סאך
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 10:45 pm
דורך גאנצל
דאס איז טאקע געווען זיין סיבה? wow קיינמאל נישט געהערט אזא געדאנק
אפשר דאס איז אויך געווען די סיבה ביי אנדערע הויפן ?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:00 pm
דורך מנשה לוסטיג
טעמים אויף נאך זאכן זענען פארהאנען, וואס מ'האט נישט אלעס אזוי אויסגעפויקט ווי די כופרים בנצחיות החסידות
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:11 pm
דורך גנדי
איך האב געהערט אז בעלזע רב ז״ל האט נישט געלאזט מאכן א סעודת הודאה. ער האט געזאגט מען קען נישט מאכן קיין סעודת הודאה ווען 6 מיליון זענען אומגעקומען.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:13 pm
דורך smartinof
איך האב דאס באקומען און אישי, קען מיר איינער מסביר זיין פשט?
smartinof האט געשריבן:ניין קיין שייכות מיט סאטמער
atmybest האט געשריבן:אהא.
אגב, האסט זיך שוין אויסגעריבן היינט?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:15 pm
דורך בערל_פרוכטבייסער
כ"א כסליו
חג "רכבת" שמח לכל חסידי סאטמאר
פון די וויליאמסבורגע אייוועלט סייט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2013 11:31 pm
דורך היימישער ליטוואק
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:05 am
דורך sefish
smartinof האט געשריבן:איך האב דאס באקומען און אישי, קען מיר איינער מסביר זיין פשט?
smartinof האט געשריבן:ניין קיין שייכות מיט סאטמער
atmybest האט געשריבן:אהא.
אגב, האסט זיך שוין אויסגעריבן היינט?
ער איז א טאטאלער קראנקער זכר, נעם עס נישט פערזענליך
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:55 am
דורך חבקוק הנביא
מנשה לוסטיג האט געשריבן:פונקט פארקערט, ווען סאטמארע רב וואלט נישט געראטעוועט געווארן דורך די ציונים, וואלט נישט געווען אזויפיל לצים און שלעגערס אינעם יהדות החרדית,
כ'ווייס נישט וויזוי די שעמסט זיך נישט צי אזוי פרעך אטאקירען א איד וואס איז אפילו לויט זיינע קעגנער געווען פין די גרעסטע פינעם פריערדיגען דור, (אפגעזעהן צי זיי האבען יא אדער נישט מסכים געווען מיט אלעס וואס ער האט געטוהן),
די שרייבסט ווי א אומפארשעמטע יונג, חוץ אין דיין געטשקעלע אין וועם די גלייבסט מיט א מיטל אלטער שכל'לאזע אייזל'קייט, האסטו זעהט אויס נישט קיין שום רעספעקט פאר די מענטשהייט, אפילו משה רבינו שלעפסטו ארויס פין קבר ווען ס'זעהט דיר אויס פאר וויכטיג אים אריינצילייגען אין איין טאפ מיט דיין געטשקע,
ס'מיר א בושה צי שטיין מיט דיר אין ווארט, נאר כ'האב נישט געקענט שטיל בלייבען ווען די דערווייגסט דיר צי עפענען דיין פיסקל מיט אזאלכע דברי הבל,
ווי עס זעהט אויס וואלסטו זיך נישט אפגעשטעל פאר גארנישט ווען ס'קומט צי דיין געטשקעלע, כ'בין כמעט זיכער אז ווען דיין געטשקעלע ברענגט ווען אריין א דבר אחר'ל יום כיפור ביינאכט אין שעכט עס אין געבט דיר א שטיקל וואלסטו עס געגעסען אן צי טראכטען צוויי,
אין די וואס די קענסט זיך נישט באפרייען פין דיינע משונה'דיגע קולטיסטישע דמיונות אין חלומות, די וואס די ווייסט נישט די חילוק צווישען דמיון אין פאקט, די גייסט קומען פארקויפען השקפה איבער אלץ אין אלעמען...., קודם ווייז אז די האסט די אייגענשאפט צי ניצען דיין שכל אין צי טראכטען גלייך, אין נאכדעם עט מען זעהן ווייטער,
ממילא ביטע האלט זיך אין די ראמען אין פארשמיר נישט די ווענט דא,
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אדרבה חסידות וואלט שנעלער געבליט און גדולי ישראל וואלט ניט בעדארפט אנטלויפן פון ווילי ווי דער בעל השכחה האט 'נישט געהייסן' שלאגן, 'נאר' געהייסן טון מצוות..
זעהט אויס אז היסטאריע קענסטו אויך נישט, דאס אז "נשתכחה תורה הבע"ש" האט געזאגט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע,
סאטמארע רב איז אויך געגאנגען מיט דעם שיטה, (וואס ביי דע וועי איז אויך די מציאות אויף די גאס) (סאטמארע רב איז געבוירען פין א ברכה פין דעם צאנזער רב)
מנשה לוסטיג האט געשריבן:היינט ווען כלל ישראל וויינט אויפן חורבן וואס זיי האבן אנגעזייעט, לאכן זיי.. עפעס א חאגע מ'רייסט זיך ביי די קעפ ווער ס'האט מער פלייש
משא"כ אין סקווער איז מען בכלל נישט אינטערעסירט אין פלייש, טאקע פארדעם איז סקווער א שטארק ליבעראלע פלאץ ווי יעדער קען שיקען די קינדער אין וועלכע מוסדות ער וויל, יעדע גאס אין סקווער האט צענדליגער בתי מדרשים, ווייל סקווער איז בכלל נישט אינטערעסירט אין א עולם, זאל זיך יעדער דאווענען ווי ער וויל, סקווער איז א סימבאל פין ליבעראלע אידישקייט אין מענטשען רעכטען.....
לאמיר דיר עפעס זאגען, זיכער סאטמאר איז ווייט פין פערפעקט, אבער געלויבט דער באשעפער אז נישט סקווער האט געפירט די היימישע גאס, אפגעהיטען זאל מען ווערען וויזוי דאס אידישקייט וואלט היינט אויסגעזעהן, ס'וואלט געווען א אינטערנאציאנאלע "קריים עגעינט הומעניטי", די קאמאניסטישע איינפעלער וויזוי סקווער פירט זייער חסידות איז פאר סאטמאר אפילו אין חלום נישט איינגעפאלען....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:54 am
דורך גאנצל
ר' מאטעלע פון וויזניץ מאכט זיין סעודת הודאה יעדעס יאר לד בעומר ער פארציט זיין לג בעומר טיש ביז'ן נאכ'ן זמן מעריב כדי די סעודה זאל זיך ארייןציען אום לד בעומר איך הער מ'זינגט דארט ספעציעלע נגונים לכבוד זיין יום הצלה
פאר סאם ריזען איז סאטמאר און סקולען די איינציגסטע וואס מאכן אזא פראפעגאנדע דערפון
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:23 pm
דורך signout
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 12:33 pm
דורך signout
קליפ פין א האלבע מיניט אין קראון הייטס
http://youtu.be/mjxqfDJ4-VM
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:07 pm
דורך שעפטל
כי במקלי עברתי את הירדן הזה, ועתה הייתי לשני מחנותכ''א כסלו....jpg
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:39 pm
דורך נאר,,פרייליך
ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער
עדרים עדרים
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:51 pm
דורך שעפטל
לול פאר עטליכע מחנות...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:57 pm
דורך גאנצל
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'פאראן נאך איטליכע מחנות ניש אלע זענען אריבער בירושה צו די צוויי ברידער
עדרים עדרים
ווי למשל אזעלכע ווי די נא אויף אזעלכע ווי די האט ער געבעטן הצילנו נא מיד אחי מיד עשיו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 3:59 pm
דורך מנשה לוסטיג
יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:04 pm
דורך גאנצל
מנשה לוסטיג האט געשריבן:יעדע מחנה איז ממשיך די זעלבע מאטיוון
אויף מהר"א טארסטו נישט רעדן ווייל דיין שמייליגער וואס האט נאכנישט געטשעפעט קיין פליג אין זיין לעבן (פליגן נישט מענטשן יא ) איז זייער גוט מיט אים זיי זענען זיך כסדר מחזק
מיינע געפילן פון כ"א כסלו
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 26, 2013 5:06 pm
דורך ראש הישיבה
כ"א כסלו עס הענגט צעטלן אין אלע גאסן גרויסע פלאקאטן מיט קידוש לבנה אותיות יום הצלה והשחרו של רבנו. דער מאכט א ריזיגע סעודה דא דער מאכט דארט.
וואס האט דאס מיט מיר?
קענען זיי נישט שיקן איינלאדענונגס בריווען אין די פאסט, אדער אין זייער צייטונג?
איך פארשטיי אז יעדער יאד וואס איז געראטעוועט געווארן ביי די מלחמה אי ז א שמחה, אין א ודאי א אדם חשוב, אדער מענטש וואס האט תורם געוועהן צום אידישען קולטור. אין אודאי איז א שמחה ווען עס איז געראטעוועט געווארן א גדול בישראל. אבער וואס האט עס מיט מיר, אז זיי פראקלאמירן אין אלע גאסן אז היינט איז נישט א פשוטער טאג, נאר יום הצלה והשחרור... אין ממילא כאילו עס האט מיט יעדער איד.
אזוי? מוז איך שוין טראכטן וואס האט דאס מיט מיר?
זיי זאגן אז ווען נישט דער סאטמערער רבי ז"ל וואלטן אלע אידען נישט געוועהן ערליך!!
אזוי? וואס איז מיט אלע אנדערע גדולים וואס זענען בחסדי השם געראטעוועט געווארן, ווי ביי די חסידים- אמרי אמת. ר' אהרן ראטה, אמרי חיים ובניו, בעלז (ובילגעריי), באבוב ובנו, סקווירא, פאפא, נייטרא, ועוד שלא הזכרתי. אין ביי די ליטווישע/ישיבישע- ר' אהרן קאטלער. בריסק, רב בירנבום מיר, פינקעך, אבראמסקי, לעווינשטיין, דסלק, הוטנער, מינדעלאוויטש, קאמענעצקי, פיינשטיין, שוואב, ועוד שלא הזכרתי. זיי וועלטן נישט געקעירט וועגן די ערליכקייט פון זייער נאך פאלגער?
וואס האט כ"א כסלו מיט מיר?
די סאטמערער רב האט אויפגעשטעלט פון די גרעסטע קהילות (איך בין נישט זיכער וועגן די גרויסקייט, בנוגע ר' אהרן קאטלער וממשיכיו, אין די ריי"צ וחתנו ממשיכו בחב"ד, ווער פון די דריי איז גרעסער) דא אין אמעריקא לשם ולתפארת אזוי אויך בקצוי תבל.
אבער פארוואס פילט א סאטמערער חסיד אז כ"א כסלו מיינט נישט נאר זיי, עס איז א טאג פאר אלע אידער, פארוואס? פארוואס?
מיט די מחשבות גיי איך שוין ארום א פאהר יאהר ביי די צייט פון כ"א כסלו.
אח"כ נחה דעתי בזה: אז די אלע גדולים וואס האבן געטראכט פון בויען אידישקייט, האבן בעיקר געטראכט פון בויען מוסדות התורה. מיט דעם זענעם לאע גדולי ישראל ומנהגיו גלייך. אלע האבן געברענט צו ראטעווען די דור. יעדער האט אויף געטוהן גדולות ומצורות כפי ערכו.
אבער מיט דעם איז סאטמערע רב געוועהן אנדערש, אז ער האט אויך געטראכט פון די אינפארסרוקטור!
למשל ביי רוב גדולים האט מען געשטיפט די כולל געדאנק אז אינגערלייט זאלן זיצן אין כולל, אבער ער האט גישטיפט די עולם צו גיין ארבעטן ער האט נישט געהאלטן פון כולל, נאר פאר בני עליה..
די סאטמערע עולם האט תורם געוועהן צו די ביזנעס זייער אסאך. זיי זענען געוועהן אגרעסיוו. אין דורך דעם האבן אנדערע זיך אפגעלערנט פון דעם. ועוד די סאטמערע עולם איז געוועהן די ערשטע צו גיין אין מאנהעטען מיט די היימישע לבוש. ביז דעמאלס האט מען זיך געשעמט צו גיין אזוי.
די אידישע סארט ביזנעס קומט בעיקר פון זיי. ווען נישט סאטמאר וואלטן מיר נישט געהאט היינט אזא רחבות פון קוקוש קעיק וכדומה. עס איז אן אריכות אבער דאס האט שוין יא שייכות מיט מיר!
כדי דאס צו פארשטייט וועל איך פארציילן א מעשה:
מען פארציילט אז רבי פייוויל מענדלאוויטש ז"ל האט געוואלט מאכן א קעמפ. האט ער געדינגען צוויי גרויסע BARNS אין ער האט עס צוטיילט אין צוויי שטאק, אזוי אז דא האט ער געלייגט די בחורים צו שלאפן דא האט מען געקאכט דא איז די ביהמ"ד דא איז די לאנטש רום וכו'. אז עס איז נישט געוועהן קיין פלאץ פאר אים מיט זיין איידעם די ראש הישיבה צו שלאפן זענען במסירו נפש געשלאפן א גאנצע זומער אינדערויסן אויף די פארטש!! אזוי אויך פלעגט רבי פייוויל גיי יעדער נאכט 3:30 פארטאגס מעלקן די קיא, אז די בחורים זאלן צופרי האבן פרישע חלב ישראל.
יתכן אז ווען נישט סאטמערע רב וועלטן אונזער אשי ישיבות אין רבנים נאך אלץ געשלאפן אויף די פארטש, אין אונז וואלטן נאך אלץ געדארפט גיין אליינס מעלקן די קיא.
אבער בחסדי השם איז ער ניצול געווארן אין סאטמאר בליעט, מיט דעם האבן מיר הערליכע קעמפס אלע פיינע מאכלים מיט א 'היימישע הכשר', מיר האבן אלע מיני רעסטאראנטען, מיליכיגס אין פליישיג, פיצע, טשייניס סושי, ועוד ידם נטויה, מיר האבן אלעס וואס מיר דארפן ועוד יותר. מיר זענען (פאטעציאלע) שיינע בעלי פרנסה. אין IT GOA ON AND ON.
יא יעצט האב איך שוין יא וואס צו זיין פריילעך!
חסדי השם כי לא תמנו!!!!