בלאט 6 פון 8

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:41 pm
דורך קול דודי
די צווייטער שאלה איז פשוט, ווי דער מגיד זאגט. די ערשטע שאלה איז אויך פשוט צו טרעפן דער ענטפער מיט אביסל גרינגע אלגעברא.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 9:47 pm
דורך [NAMELESS]
קול דודי האט געשריבן:די ערשטע שאלה איז אויך פשוט צו טרעפן דער ענטפער מיט אביסל גרינגע אלגעברא.

אוודאי, אז איך זאל ווען נאר פארשטיין די שאלה

נשלח: מוצ"ש פעברואר 21, 2015 10:17 pm
דורך יאיר
דאס זענען די ענטפערס אין אלגעברא:

chusid האט געשריבן:1- איינער האט געדינגען ארבייטער צו ארבעטן פאר אים 10 שעה און ער וועט צאלן $300 מיט א שיינעם זייגער, למעשה האט ער זיי פארשיקט נאך 6 שעה און באצאלט $140 מיט א זייגער. וויפיל איז די זייגער ווערד?

קוד: וועל אויס אלע

(300+x)/10 = (140 + x)/6
(*30)
900 + 3x = 700+5x
200 = 2x
x = 100

(פאר די וואס קענען נישט אלגעברא: דער זייגער איז ווערד הונדערט דאלער).
2- אברהם איז אלט 4 יאר ווען זיין ברידער משה איז אלט 21 יאר, ווי אלט וועט אברהם זיין ווען משה וועט זיין אלט פינקט דאפעלט יארן פון אים?

קוד: וועל אויס אלע

21 + x = 2(4 + x) 
21 + x = 8 + 2x
21 = 8 + x
13 = x

x + 4 = 17 (אברהם)
21 + x = 34 (משה)

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 4:59 pm
דורך ונבנתה העיר
שמעו נא רבותי דיינים מומחים, וואס האלט איהר אויף א רעדל כזה וואס האט מער וואג אויף די לינקע זייט, וועט זי זיך אליינס דרייען ביז די וואג וועט זיין בלאנסירט אויף ביידע זייטן אייניג אדער נישט.

אויב נישט, ביטע זייט עס מסביר אויף אידיש.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:00 pm
דורך געוואלדיג
עס וועט זיך דרייען ביז די שווערערע זייט וועט זיין מער פון אונטן וזהו

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm
דורך ונבנתה העיר
עס וועט נישט - איך קען עס נאכנישט אויפווייזן מיט ווערטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:21 pm
דורך ישראל קאפקע
נישט דרייען, אויב אלע דריי טאבעס וועגן פונקטליך ס'זעלבע איז די רעדל פונקטליך באלאנצירט.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:22 pm
דורך געפילטע פיש
עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:30 pm
דורך ונבנתה העיר
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:31 pm
דורך געוואלדיג
די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:36 pm
דורך ונבנתה העיר
דהיינו?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:37 pm
דורך ישראל קאפקע
געפילטע פיש האט געשריבן:עס וועט זיך נישט דרייען וויבאלד די טשוואק שטייט ביים סענטער אוו מעסס, אלע זייטן וועגן אייניג. איי אויף די לינקע זייט איז דא צוויי באליס? אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי וועגן זיי נישט איבער אזוי שטארק.

וואס הייסט די צוויי לינקע זענען נענטער צום צענטער?

_____
די סיבה פארוואס עס גייט זיך נישט דרייען כאטש לכאורה איז די לינקע זייט שווערער ווייל ס'האט צוויי טאבעס, איז ווייל די רעכטע איז אין א פאזיציע וואו עס וועגט דאס מערסטע, מען דארף א ציען קראפט פון א גאנצע פונט (אויב לאמיר זאגן יעדע טאבע וועגט פונקטליך איין פונט) עס זאל נישט אראפהענגען. די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

די איבעריגע וואג פון די צוויי לינקע טאבעס הענגען/זיצן אויפן טשוואק.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:38 pm
דורך טאמבל סאס
כדי צו אידענטיפיצירן די באלס, לאמיר זאגן אז ציילענדיג פון ר' צו ל' איז די באלי אויף די רעכטע זייט נומער איינס, וכו'
כ'האב א פילינג (הא הא) אז באליס 2 און 3 וועלן אראפקומען פון די לינקע זייט און די ראד וועט זיך אפשטעלן ווען באלי נומער איינס וועט זיין בערך ווי באלי נומער 2 איז יעצט. ד.מ. אז 2 און 3 וועלן זיין פון אונטן אבער גענויגט מער צו רעכטס.

קאפקע האקט

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:49 pm
דורך געפילטע פיש
ונבנתה העיר האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אבער וויבאלד זיי זענען נענטער צום צענטער ווי די רעכטע באלי

?

ווי קאפקע זאגט, זיי זענען ווייניגער אפגערוקט "האריזאנטאל" פונעם צענטער.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:59 pm
דורך געפילטע פיש
די רעכטע באלי איז פונקט דאפעלט די דיסטענס פונעם צענטער ווי די צוויי באליס אויף לינקס, קומט אויס אז די געוויכט וואס ס'לייגט לגבי די סענטער אוו מעסס איז אויך דאפעלט.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:27 pm
דורך קול דודי
ישראל קאפקע האט געשריבן: די צוויי לינקע זענען אינאיינעם אויך פונקט א פונט ווייל זיי ליגן נישט גענצליך האריזאנטל האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט.

וואס הייסט "האבן איטליכער נישט קיין גאנצע גראוויטי קראפט"?

דער ריכטיגער ענטפער איז ווי געפילטע זאגט. נקוט כלל זה בידך: ווען מ'רעדט פין עפעס וואס דרייט זיך ארום, ברויך מען טראכטן פון טאר"ק במקום וואג.
http://en.wikipedia.org/wiki/Torque

דאס איז וועגן לעווערעדזש, ווי הרב ארכימדס האט אונז געלערנט.
http://en.wikipedia.org/wiki/Lever

ווי געפילטע זאגט, איז די האריזנאטאל ווייטקייט פון די צוויי לינקע באלס פונקט האלב פון די רעכטע. אגב, מ'ברויך דאס נישט מעסטן, נאר קענען אביסל גיאמעטרי.
cos 60 (in degrees) = 0.5

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:45 pm
דורך געפילטע פיש
שקויעך קול דודי פארן ברענגען די אפיציעלע טערמינען, כ'האב פראבירט צו טרעפן די מאטעמאטישע טערם דערפאר, weight over horizontal distance האט גארנישט געטראפן, וואס זאך איך טוהן אז גוגל פארשטייט מיר נישט?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:24 am
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 12:33 am
דורך ישראל קאפקע
17, 7, 3, =27.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:40 pm
דורך איך אויך
געוואלדיג האט געשריבן:די רעדל איז מלמעלה למטה אדער מצד לצד?

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:49 pm
דורך ונבנתה העיר
אויב איך פארשטיי די פראגע: ווי אויף א סעיף.

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:37 pm
דורך געוואלדיג
יא

נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 11:42 pm
דורך שמעון וואלף
ראובן זאגט פאר שמעון:

איך בין דריי מאל אזוי אלט ווי די ביסט געווען ווען איך בין געווען אזוי אלט ווי די ביסט יעצט.

די סך הכל יארן פון ראובן מיט שמעון צוזאמען איז 65.

ווי אלט איז ראובן און ווי אלט איז שמעון?