בלאט 6 פון 7

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 3:52 pm
דורך בעריש
התגלתה טביעת החותם של המלך חזקיהו


חותם עם שמו של המלך חזקיהו התגלתה בחפירות סמוך להר הבית. על החותם מופיעה כתובת בעברית עתיקה: "לחזקיהו (בן) אחז מלך יהדה".


http://www.inn.co.il/News/News.aspx/311147

Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2016 7:51 pm
דורך טאמבל סאס
http://www.haaretz.com/israel-news/.pre ... BB9081677C

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 7:02 am
דורך טאמבל סאס
http://www.haaretz.com/jewish/archaeology/1.729879

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

ארכעאלאגן אנטדעקן א ריכטיגע מטבע נירונית

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:28 am
דורך כלבאשבוע
א גאלדענע מטבע נירונית פון זמן בית שני קרוב צו 2000 יאר אלט איז אנטדעקט געווארן אין הר ציון אין ירושלים מיטן אויטענטישן אויפשריפט פון NERO CAESAR AVG IMP ווי רש״י שרייבט אין בבא מציעא: סלע נירונית - היינו שנירון קיסר כתוב עליה.

נירון ווערט פאררעכנט אין היסטאריע אלץ א קיסר אכזר אבער לויט די גמ׳ אין גיטין האט ער זיך מגייר געווען אויפן וועג איינצונעמען ירושלים און סאיז ארויסגעקומען פון אים ר׳ מאיר.

בילד
http://jpost.com/Israel-News/Archeologi ... lem-467768

Re: נייעס איבער ארכעאלאגישע אנטדעקונגען

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:34 pm
דורך קל וחומר
שוין געווען דאן די געהעריגע ענגלישע בוכשטאבן?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 2:41 am
דורך ונבנתה העיר
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wqT9lFbFT4M[/youtube]

נשלח: מאנטאג יאנואר 22, 2018 9:29 pm
דורך נולד מאוחר

נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2018 7:48 am
דורך שבת אחים
It also refers to annual wine and olive harvest festivals no longer observed in Judaism
https://www.yahoo.com/news/israeli-scho ... 32703.html

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:36 pm
דורך תנחום
https://travel.walla.co.il/item/3179262 ... cialbutton
עגיל זהב מרהיב, בן יותר מ-2000 שנה התגלה בעיר דוד שבירושלים

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2019 7:26 pm
דורך ונבנתה העיר
צקלג.jpg


היינט איז ביי מיר א פערזענליכע שמחה. קויפט אייך אלע א שטיקל אייז קריעם אויף מיין חשבון.

אין ארץ ישראל איז אנטדעקט געווארן - לא פחות ולא יותר - די שטאט צקלג.

אה, וואס איז דאס צקלג, פרעגט איר?

קאך לעפל איז נישט אנגעקומען אהין, אבער די מעשה פון צקלג איז ביי מיר די צווייט-מאכטפולסטע פרשה אין תנ"ך (נאך ש"ב, יב).

עס איז שוין סוף ימי שאול. דוד (המלך) האט שוין מיטגעמאכט א גאנצע סעריע רדיפות פון די אפיציעלע אינסטוטוציעס, דער געוועזענער פאלקס-העלד ווערט גע'מסר'ט וואו ער גייט, און איז שוין עטליכע מאל געווען א שריט אוועק פונעם טויט.

ער האט מיט זיך עטליכע הונדערט אוט-לאוס, אזעלכע חברה וועלכע זענען גרייט מיטצומאכען די רדיפות איבער די מדבריות פון יהודה, כאשר ירדוף הקורא בהרים.

ענדליך זעט דוד איין אז ס'איז נישט קיין תכלית, עני דעי און שאול וועט אים דער'הרג'ענען. ער איז מחליט צו אנטלויפען צום ארכי-פיינט, די פלשתים. ער רעדט איין פאר אכיש מלך גת הפלשתי אז ער האט פארראטן זיין פאלק, און איז יעצט איינער פון זיי.

אכיש גיבט אוועק פאר דוד א דארף מיט'ן נאמען צקלג, וואו ער, זיינע מענטשן און משפחות, קענען זיך באזעצן. ענדליך קען מען זיך אפכאפן דעם אטעם און זען וואס מ'טוט דא ווייטער.

דאן האט דאס ערגסטע פאסירט.

דוד און די ערוואקסענע מענער זענען נישט געווען אין שטאט און -- ווייסט איר וואס, כ'גיב איבער דאס ווארט פאר'ן גוטן בוך (ש"א, ל):

וַיְהִי בְּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו, צִקְלַג--בַּיּוֹם הַשְּׁלִישִׁי; וַעֲמָלֵקִי פָשְׁטוּ, אֶל-נֶגֶב וְאֶל-צִקְלַג, וַיַּכּוּ אֶת-צִקְלַג, וַיִּשְׂרְפוּ אֹתָהּ בָּאֵשׁ. ב וַיִּשְׁבּוּ אֶת-הַנָּשִׁים אֲשֶׁר-בָּהּ מִקָּטֹן וְעַד-גָּדוֹל, לֹא הֵמִיתוּ אִישׁ; וַיִּנְהֲגוּ, וַיֵּלְכוּ לְדַרְכָּם. ג וַיָּבֹא דָוִד וַאֲנָשָׁיו אֶל-הָעִיר, וְהִנֵּה שְׂרוּפָה בָּאֵשׁ; וּנְשֵׁיהֶם וּבְנֵיהֶם וּבְנֹתֵיהֶם, נִשְׁבּוּ.

ערגער קען גארנישט זיין. די געטער האבן זיך צעשפילט מיט ביידע הענט. האט מען זיך גענומען וויינען, אזויווי נאר אידן קענען.

ד וַיִּשָּׂא דָוִד וְהָעָם אֲשֶׁר-אִתּוֹ, אֶת-קוֹלָם--וַיִּבְכּוּ: עַד אֲשֶׁר אֵין-בָּהֶם כֹּחַ, לִבְכּוֹת. ה וּשְׁתֵּי נְשֵׁי-דָוִד, נִשְׁבּוּ--אֲחִינֹעַם, הַיִּזְרְעֵלִית, וַאֲבִיגַיִל, אֵשֶׁת נָבָל הַכַּרְמְלִי.

ערגער קען גארנישט זיין?

ו וַתֵּצֶר לְדָוִד מְאֹד, כִּי-אָמְרוּ הָעָם לְסָקְלוֹ--כִּי-מָרָה נֶפֶשׁ כָּל-הָעָם, אִישׁ עַל-בָּנָו וְעַל-בְּנֹתָיו;

ס'איז געקומען צום ברעיקינג פאינט. די עטליכע הונדערט פארברענטע חסידים האבן אויסגעדרייעט דעם דאשיק צום פירער. יא, די אייגענע פארחניאקטע חסידים ווילן אים פארשטיינערען.

וואס טוט מען?

וַיִּתְחַזֵּק דָּוִד, בַּיהוָה אֱלֹהָיו.

אה... האם טי די באם...

מיט וואס האט ער זיך דערהאלטן אין די נידריגסטע מינוט? נאכן פארלירען זיין פאלק, זיין לאנד, זיינע ווייבער, און זיינע געטרייעסטע מענטשן? וואס בלייבט ווען מען בויעט ספעציעל פאר דיר א נייעם סאב-לעוועל אין שאול תחתית?

ויתחזק דוד בה' אלקיו. נאטינג ספעשל. נאו דיטעילס. קיינע חשבונות.

סתם, כ'ווייס אז הויה איז מיין גאט. נישט ווייל ער איז מעכטיג. נישט ווייל ער וועט מיר שוין פארגיטיגען. סתם. ולעולם לא נבוש כי בך בטחנו.

-----------

דער גרויסער פילאזאף דיאגאניס, איז געווען מזקני חסידי קאצק. ער האט גארנישט געדארפט, געוואוינט האט ער אין א גרויסע פאס אינמיטן מארק, און גע'שארפ-צינג'לט דעם עולם.

ווען אלכסנדר מוקדון איז אנגעקומען אין זיין שטאט, זענען אלע חשובים און חכמי העיר אים געקומען באגריסען, אבער אונזער דיאגאניס האט זיך גארנישט וויסענדיג געמאכט פון אלכסנדר.

ער האט אבער געוואלט גיין באזוכען דעם בארימטען פילאזאף, האט ער קיין ברירה געהאט, און איז אריבער צום מארק וואו דיאגאניס האט זיך געפונען.

ווען דער גרויסער אלכסנדר איז אנגעקומען מיט זיין ברייטע סוויטע, איז דיאגאניס געזיצן אויף דער נאקעטע ערד, און זיך געווארעמט אין די זון.

איך קען עפעס טון פאר אייך? אפשר קען איך אייך עפעס ערלעדיגען? פרעגט אלכסנדר מיט א יראת הכבוד.

יא, זאגט דער פילאזאף, ריק זיך אביסל צו דער זייט, דו פארשטעלסט מיר די זון...

אלכסנדר איז אזוי ארויס פון התפעלות אז ער האט זיך אנגערופען: ווען איך זאל נישט זיין אלכסנדר, וואלט איך געוואלט זיין דיאגאניס.

און ווען איך וואלט נישט געווען דיאגאניס, מורמעלט זיך דער פילאזאף אונטער, וואלט איך אויך געוואלט זיין דיאגאניס...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 6:31 am
דורך אגרות צפון
@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 8:02 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 12:32 pm
דורך ונבנתה העיר
אגרות צפון האט געשריבן:@ונבנתה העיר קום אריין מיט מער details איך מיין אז איך האב שוין וואס צוטון חופש.

https://www.timesofisrael.com/archaeolo ... from-saul/

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 9:41 pm
דורך ביבער
9 טויזנט יעריגע מושב אנטדעקט נעבן ירושלים
https://www.independent.co.uk/news/worl ... 08591.html

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:01 pm
דורך במדבר
ילד בן 6 גילה בטיול לוחית נדירה בת יותר מ-3,500 שנה.
https://www.youtube.com/watch?v=5LsJvMHOu1E

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:03 pm
דורך במדבר
מטבע נדיר מתקופת מרד בר-כוכבא התגלה למרגלות הר הבית.
https://www.youtube.com/watch?v=bScvo5jkW4o

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:26 pm
דורך במדבר
פרצופה מהתקופה הרומית התגלתה בגליל, שריד עיטורי מפואר, שהיה מותקן על ברז מים מלפני 1,800 שזכה לכינוי פרצופה, התגלה בגן לאומי ציפורי.

https://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-5740209,00.html

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:29 pm
דורך במדבר

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 6:33 pm
דורך במדבר

נשלח: זונטאג יוני 14, 2020 3:41 pm
דורך במדבר
''היסטארישע אנטפלעקונג'' מ'האט געפינען די הייליגע אויווען פון ר' ישעיה'לע קערעסטירער ז''ל.

נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 9:29 pm
דורך כרם זית
במדבר האט געשריבן:''היסטארישע אנטפלעקונג'' מ'האט געפינען די הייליגע אויווען פון ר' ישעיה'לע קערעסטירער ז''ל.

כולל חצות געט איבער אז זיי וועלן אנהייבן צו באקן ברויט דארט אין דעם אויווען. עס לייגן אויפן בימה ביי ר' ישעילע'ס ביהמ''ד, מורמלען א תפילה און עס אויפעסן. מזעט ישועת גדולים.

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 1:09 am
דורך ונבנתה העיר
For the first time, the opening of untouched 4,400-year-old tomb | "Wah-Tye" tomb, Saqqara, Egypt

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xxC-mb3_WH0[/youtube]

נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 10:36 am
דורך במדבר