בלאט 6 פון 23

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 19, 2014 4:38 pm
דורך מאטי
אפילו אויב די מהר"ל רעדט בלויז פון "שלא ימרדו" איז דאס אויך self refuting. וואס דארף מען טון אויב איין אומה צווינגט מיטן לעבן א מרידה אויף א צווייטע אומה? בכלל אפילו ס'איז נישט "ביהרג ועל יעבור" וועם דארף מען פאלגן?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 2:36 am
דורך chusid
איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 05, 2014 11:29 am
דורך איש את רעהו
איך האב שוין לאנג נישט געזען די ספר, ווען איך האב עס מיט יארן צוריק געלערנט האט מיר אנדערש אויסגעזען די כוונה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:42 am
דורך berlbalaguleh
chusid האט געשריבן:איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דאס אלעס איז נאר טעארעטיש. ווייל למעשה האטציך נאכנישט געטראפן א סאטמאר'ער חסיד וואס די רעגירונג זאל איהם צווינגען אריינצוגיין אין כנסת, סטראשענדיג מיט א גאן, און האטציך קעיגנגעשטעלט.
למשל, קויפן פראפערטי אין ארץ ישראל אדער מדינת ישראל, וואס א סאך פארמעגליכע סאטמאר'ער חסידים טוען. און ס'איז אויכעט ביהרג ועל יעבור. ספעציעל פארשרייבן עס אין "טאבו". וואס די ממשלת הכופרים צווינגט נישט קיינעם צו טון. פונדעסטוועגן דאך וועט א יעדער נארמאלער מענטש עס טון. כ'בין סתם נייגעריג צו וויסן אויב דארט איז נישט חל דער ויואל משה?...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 7:45 am
דורך יאיר
chusid האט געשריבן:איך האב געלערנט אביסל ויואל משה (איך בין מיך מודה אז נישט בעיון), אויבן אויף בויט די רבי אויף די איסור פין יהרג ואל יעבור - הגם בשעתן גיין אין כנסת איז דער חרדי נישט כופר אין גארנישט, מכח א הוכחה אז עבודה זרה בכפיה איז ביהרג ואל יעבור הגם מעשה בכפיה איז נישט נחשב באמת אלץ דו האסט עס געטוען, ממילא זעט מען אז דעמאנסטרירן א מעשה כפירה הגם ס'איז נישט איז ביהרג ואל יעבר, האב איך גוט פארשטאנען? ווייל לכאורה איז דאס נישט קיין פארגלייך.

דער סאטמארער רבי האלט אז דאס האבן א מדינה איז אסור ביהרג ואל יעבור (ער באזירט דאס אויף א חידושי אגדות מהר"ל), ממילא דאס עצם זיצן אין כנסת און מאכן חוקים אויף אן אידישע מדינה איז לויט אים כפירה.
אויסער דעם האלט ער אז זיך משעבד זיין צו מאכן דעמאקראטישע געזעצן איז כפירה.
בנוסף לזה האלט ער אז דער כנסת האט א דין ווי א בית המינים וואו מען טאר נישט אריינגיין אפילו במקום סכנה.
דאס זענען אלעס די הלכה'דיגע טעמים. אבער מסברא איז פשוט אז לויט זיין הבנה איז דער בלויזער פאקט פון פארמאגן א זעלבסטשטענדיגע מדינה וואו מען מאכט חוקים לויט'ן שכל הישר די גרעסטע סתירה צו די תורה, און איז דער תכלית ההיפך פון אידישקייט. דאס אריינגיין אין כנסת איז, לויט אים, ממש עקירת הדת בידים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 4:26 pm
דורך chusid
איך רעד פינעם עצם אריינגיין וואס די איסור ווערט געבויט דורך א צושטעל צו מעשה בכפיה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 5:11 pm
דורך איש את רעהו
עס האט מערערע פרטים נישט נאר די פוינט, איך וועל פרובירען אפירצוזוכען דעם ספר און עס נאכאמאל איבערקוקען.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 6:02 pm
דורך איש את רעהו
1
א יעדע חק ווערט מיט יעדענס צושטימונג, דאס מיינט אז די חסידישע און ליטווישע/ספרדישע מזרחי אלע זענען א חלק פון יעדע געזעץ

2
אריינגיין אין א בית מינים איז א איסור כמב' בש''ס ופוסקים

3
יעדער איז א שותף אינעם מלוכה וואס איז מורד בהקב''ה.

4
עס האלט אפ פון אויפטון מבחוץ, דורך דעם וואס גרויסע טיילען קערן זיך אן צום כנסת

5
דער שבועת אמונים צו זיין געטריי די מדינה און אירע געזעצן איז א הארבע איסור.
נאך עטליכע נקודות ווערט ארויסגעברענגט, איך שרייב נאר לפום ריהטא וואס איך זעה יעצט לפני.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 1:52 am
דורך chusid
איש את רעהו האט געשריבן:1
א יעדע חק ווערט מיט יעדענס צושטימונג, דאס מיינט אז די חסידישע און ליטווישע/ספרדישע מזרחי אלע זענען א חלק פון יעדע געזעץ

2
אריינגיין אין א בית מינים איז א איסור כמב' בש''ס ופוסקים

3
יעדער איז א שותף אינעם מלוכה וואס איז מורד בהקב''ה.

4
עס האלט אפ פון אויפטון מבחוץ, דורך דעם וואס גרויסע טיילען קערן זיך אן צום כנסת

5
דער שבועת אמונים צו זיין געטריי די מדינה און אירע געזעצן איז א הארבע איסור.
נאך עטליכע נקודות ווערט ארויסגעברענגט, איך שרייב נאר לפום ריהטא וואס איך זעה יעצט לפני.

איך האב נישט פארשטאנען דעם צוגלייך צו מעשה בכפיה און אויף דעם בעט איך ביאור

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:10 pm
דורך שמעקעדיג
אוהב דעת האט געשריבן:און סאטמער לערנט מען אויס די קינדער (אויך די טאטעס) אז קיינער האט נאך קיינמאל נישט אפגעפרעגט אפי' א חלק פונם ויואל משה, ס'איז נעבעך דא הונדערטער אידען וואס גלייבן טאקע אזוי.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:44 pm
דורך איש את רעהו
קיינע פון די וואס שטייען בראש צו שלעפן דעם עולם האבן דערווייל נישט מברר געווען דאס פארקערטע אויף א סדר וויאזוי אלע חילוקי דעות זענען עד היום געשריבן געווארן

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 4:25 pm
דורך diff
איז שיין פאר א רבי (אויסער סאטמאר) צומאכן ליצנות פון א אנדערע רבי. און רעדן האט מען נישט געקענט. כידוע

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:21 pm
דורך איש את רעהו
פשוט שרייבן א בירור אויף א היתר קענען זיי נישט?

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:55 pm
דורך ירח בן יומו
ווען ר' ברוך שמעון שניארוסון האט געבעטען די טשיבינער רב זאל שרעעבן א תשובה להלכה ארויסצוברענגען די לעכערליכקייט פון די ויואל משה
האט די טשיבינער רב געזאגט "ווען ער וואלט געשריבן א תשובה להלכה כדרכו של תורה וואלט איך עם געענטפערט, אבער אז ער שרייבט אפיקורס כופר און מין, גיי איך זיך נאך פארענפערען פאר עם?"

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 5:58 pm
דורך איש את רעהו
אויף טשעבינער רב שטייט אפיקורס מין ?? חלילה
צווייטענס פארענטפערן דארף מען זיך נישט פאר קיינעם

נאר אין אלע דורות איז געווען דער האט געשריבן א בירור לכאן און דער צווייטער לכאן

אפילו ווען עס איז נוגע געווען גאר גאר הארבע שאלות

נשלח: פרייטאג אקטאבער 09, 2015 5:18 pm
דורך בראשית
אינטערסאנט אז קיינער צייכענט נישט דא צי ספר דת הציונת פון יואל אלחנן ווי ער צושמעטערט שלמה אבינר לעבעדיגערהייט.
און וואס איז מיט ספר והאמת עד לעצמו וואס צונעמט מנדל כשר און אויך דעם אם הבנים שמחה? אתמהה.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער איינער וויל נוצען דער 'דת הציונות' אלס א ראיה צו שיטת סאטמאר, זאל ער נישט באשולדיגען אנדערע אין שפעטען אויפ'ן סאטמאר רב. אזא מאס קטנות און טפשות איז זעלטען ,אפילו אינ'ם היינטיגע דור ווען דרוקען איז אזוי ביליג און לייכט.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:38 pm
דורך יהושע חיים
יא נוצען די דת הציונית אדער נישט, בלייבט למעשה אז עס איז יא דא ספרים ביי ביידע צדדים און דאס וואס מען פארקויפט אין סאטמער אז "קיינער" האט נישט אפגעפרעגט דער ויואל משה איז שקר און על הכלל כלו יצא

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 9:01 pm
דורך בראשית
איך בין נישט אינטערסירט אריינגיין אין דעם נושא אבער נאכן ליינען 6 זייטן דא און יא דערמאנען אלע דברי בלע אקעגן די ויואל משה מיט א מקור צו אהן. און נישט דערמאנען די ספרים וואס טיען זיי אפען טשעלענדשען ווי למשל והאמת עד לעצמו ברענגט 10 דוגמאות ווי כשר פעלטשעוועט איז עס זיין נישט אמת'דיג. איך רעדט שוין נישט פון ספר אפס בלתך גואלנו.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 9:12 pm
דורך mevakesh
אנטשולדיגט הרב בראשית די נושא דא איז נישט ווער עס איז גערעכט נאר צו עס איז דא ספרים אקעגן ודוק והבן היטב

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:12 pm
דורך בראשית
ספרים אדער פעלשער? און טאקע דאס איז געווען מיין נקודה.
און איך זאג נישט אז ס'איז נישטא אבער אויף אידיש זאגט מען שקרנים doesn't count.

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:17 pm
דורך ירא שמים
אינטערעסאנט טאקע , דאס אליין איז מיין תירוץ אויף די קשיא פארוואס סאיז נישט אריס קיין ערנסטע ספרים נגד הויואל משה , ודו״ק היטיב …

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 11:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז כשר איז א זייפן איז מבואר בענין קו התאריך ועוד. אבער גענוג נארמאלע ספרים זענען ארויס קעגען ויואל משה, וכמבואר מהטשעבינער רב לעיל, אז ס'פאדערט נישט קיין ענטפער. און אנרופען ריכטיגע טענות 'דברי בלע' איז א ווארף צוריק צו די צייטען ווען סאטמאר האט זיך געמאכט פאר נרדפים אקעגען די וועלט, און מ'רעדט דברי בלע אויף זיי ווייל מ'קען נישט דערהייבען דער אמת. דערווייל לאזט זיך אויס קלאר ווער קען נישט דערהייבען דער אמת, ווער לייקענט היסטוריא, הן פונ'ם אונגארישען טיילונג, הן פונ'ם אויפטוהן וואס גייען אין כנסת האט געברענגט, כולל טויזענטער בוגרי חינוך עצמאי וואס פיהרען שטיבער פון תומ''צ און א ריזיגע פערצענט חרדים גמורים, אדאנק מדינה שטיצע, און אויך דאס היטען ישיבה'לייט פון מיליטער יארען לאנג ועוד ועוד. היינט פראבירט מען צו פארדרייען פאקטען מיט דברי בלע אקעגען גדולי ישראל, וויבאלד איין רעבע אין נ''י האט אויפגעבויט אן עמפירי''ע מיט'ן זיך שלאגען מיט אלע גדולי ישראל.