בלאט 6 פון 11

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב יעצט דורכגעליינט דעם לינק אויבנאויף, איך פארשטיי נישט קיין ווארט וואס ער זאגט, אבער ער באציט זיך בכלל נישט צו מיין טענה, פארגעס פון נשמה/פיזיקס/אינדרויסן פון נאטור/אין נאטור.

איך זאג זייער א פשוטע זאך: א מענטש קען נאר טון א זאך וואס ער וויל טון, און אפילו ווען א מענטש טוט פארקערט פון זיין רצון, קען ער עס נאר טון ווייל ער וויל גיין קעגן זיין רצון.

יעצט א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן, און אויך קען ער נישט באשאפן קיין נייע רצונות, אויסער ווען ער האט א רצון צו טוישן זיין רצון אדער באשאפן א נייע. איז איינער וואס איז באשאפן/געבוירן געווארן מיט א רצון נישט צו טוישן א רצון, היכן בחירותו של זה?

ווייטער א מענטש וואס איז געבוירן/באשאפן געווארן מיט א רצון צו טוישן אדער באשאפן נייע רצונות, קען נאר טוישן און באשאפן רצונות וואס זיין ערשטע רצון וויל, קומט אויס אז ער איז אלץ מוגבל צו די רצון וואס גאט/ביג בענג האט אריינגעלייגט אין אים.

לסיכום: היטלער האט געהרגט מענטשן ווייל אזוי האט ער געוואלט, וואלט ער נישט געוואלט וואלט ער עס נישט געטון. וואס זאל ער טון אז גאט האט אים באשאפן מיט אזא מין שכל וואס וויל וועלן וועלן וועלן וכו' וכו' הרגנען מענטשן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:19 pm
דורך הקטן
דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

די באזירסט דעם פרעמיס מיט דעם יסוד מוצק פין קאז-ען-עפעקט וואס מיר זען און די גשמותדיגער וועלט
און די ווילסט פין דעם עקסטרעפעלטן אז די יסוד איז אויך שייך אויף soul-stuff - דו האסט נישט געברענגט דערצו קיין איין באווייז, דו זאגסט דאס מסברה - פיין!
קימט יעצט תורת הקוואנטעם און ווייזט אינז, אז אפילה אין דער וועלט פין גשם איז אויך נישט דער כלל איבעראל און אייביג.



חקירה ברענגט די ראיה אויף די כללים וואס זענען אין וועלט
וועגן דעם איז נישט שייך צי פרעגן און ווער האט באשאפען דעם בורא, ווייל דער בורא איז soul-stuff און דאס מיז נישט האבן די כלל
קען זיין אז תורת האקוומטעם פרעגט אפ די ראיה פין חקירה, קען זיין אז נישט. איז שרייב צים כוזרי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

ליין ווייטער...

וואו קומט די כוזרי אריין דא, גיי שרייב צו ר' חסדאי קרשקש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:23 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:דו זאגסט געוואלדיג, אבער דו הייבסט אן מיט א פרעמיס, וואס איז אדער יא אדער נישט אמת
"א מענטש קען נישט טוישן די רצון מיט וואס ער איז געבוירן/באשאפן געווארן"

ליין ווייטער...

ווייטער פרעמיסע וואס זענען אדער יא אדער נישט אמת, אן קיין באווייז
אזוי איז טשעכעפאכעס ביז אראפ




רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואו קומט די כוזרי אריין דא, גיי שרייב צו ר' חסדאי קרשקש.

מעק עס אויס - נעם-טאדאם

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
טראכט זיך גוט איבער, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן אז דו האסט נאכקיינמאל נישט אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס דו האסט נישט געוואלט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:27 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זאג זייער א פשוטע זאך: א מענטש קען נאר טון א זאך וואס ער וויל טון, און אפילו ווען א מענטש טוט פארקערט פון זיין רצון, קען ער עס נאר טון ווייל ער וויל גיין קעגן זיין רצון.


זייטיגע שאלה. וויאזוי ווייסטו דאס? פערסאנעל עקספעריענס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:31 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.

און וויאזוי ווייסטו דאס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווייל אזוי זאגן זיי, כ'גלייב זיי אויפ'ן ווארט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:52 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון באאכבעטן מענטשן, ברענג מיר איין מענטש וואס האט איין מאל אין זיין לעבן אויסגעוועלט צו טון עפעס וואס ער האט נישט געוואלט טון.


דיין קשיא איז אויף די וועג וויאזוי די קוקסט אן די בחירה פון א מענטש ווי עס וואלט געוועהן אן אביעקט. ס׳איז נישט קיין זאך וואס דארף באשאפען ווערן. די רצון פון א מענטש גייט האנט ביי האנט מיט קאנטשעסנעס. רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.

פונקט אזוי ווי א חלום זעהט א מענטש און קריעט עס בשעת מעשה, איי קענסט פרעגן טויזענט קשיות. ווען האט די מענטש באשאפען דעם חלום? פאר׳ן חלום׳ן צו נאכדעם? און פארוואס האט ער נישט געזעהן דעם חלום בשעת׳ן עס אויפטראכטן? ווען וועסט פארשטיין קאנטשעסנעס וועסטו קענען פרעגן קשיות.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 8:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חתן בחור האט געשריבן:רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.
וואו פונקטליך שטעקט די בחירה?

חתן בחור האט געשריבן:פונקט אזוי ווי א חלום זעהט א מענטש און קריעט עס בשעת מעשה, איי קענסט פרעגן טויזענט קשיות. ווען האט די מענטש באשאפען דעם חלום? פאר׳ן חלום׳ן צו נאכדעם? און פארוואס האט ער נישט געזעהן דעם חלום בשעת׳ן עס אויפטראכטן? ווען וועסט פארשטיין קאנטשעסנעס וועסטו קענען פרעגן קשיות.
חלומות זענען אינפארמאציע וואס ליגן שוין אין קאפ בעפאר, אדער שדים וואס שפילן זיך ארום אין דיין קאפ, אויב דאס מאכט דיר פילן הייליגער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:06 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:רצון ווערט קריעטעט אונעם מענטש׳ס קאפ דורכ׳ן מענטש. וויאזוי? דורך קוואנטום מעכאניקס. איינמאל א מענטש האט זיין רצון דעמאלטס טוט ער עס.
וואו פונקטליך שטעקט די בחירה?


די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל, אפילו אן קיין אינפוט. דאס איבעריגע איז טעכניש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חתן בחור האט געשריבן:די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל.


בילד בילדבילד

מ'דארף נאר וועלן, און וואס איז אז מ'וויל נישט, דארף מען וועלן וועלן, און וואס איז אז מ'וויל נישט וועלן וועלן, ואין לדבר סוף.

ווי האט יענער געזאגט, "איך טרינק מיך אן אזויפיל ביז ס'גלייכט זיך שוין אויס..."

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:26 pm
דורך עגלה ערופה
דאס אז זאכן זענען רענדאם איז נאר ביי קליינע זאכן ווי ביי עלעקטראנס, אבער ביי גרויסע זאכן ווי ביי מענטשן איז ע"פ רוב אלעס דעטערמיניסטיק.

אויב מענטשן וואלטן געווען פיור רענדעם וואלטן זיי זיך אויפגעפירט אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען פיור רענדאם, אזויווי א הארעקעין. מענטשן וואלטן זיך אויפגעפירט אזויווי ס'איז אריין אין זיי א בייזע רוח. ס'וואלט זיי ארויפגעקומען רענדאם מחשבות אן קיין שום הסבר. מענטשן אין ביהמ"ד וואלטן זיך גענומען שיסן און ווארפן און צערייסן ספרים ווייל ס'איז זיי יעצט רענדאמלי אויפגעקומען א רצון עס צו טוהן. פארוואס זאל מיך יעצט נישט רענדאמלי אריינקומען א מצשבה צו גיין איבערדרייען יענע טיש, אדער אויסגיסן יענע קאווע, אדער זיך אויסטוהן נאקעט.

דעס אז רוב מענטשן טוהן נישט אזוי ווייזט עס אז מ'איז נישט רענדאם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:35 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:די נשמה ציט איין זייט און די גוף די אנדערע זייט. קוואנטום מעכאניקס ערמעגליכט דעם onsciousness/being/awareness צו נוטה זיין צו וועלכע זייט זי וויל.


בילד בילדבילד



ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז. און ווי כ׳האב געשריבען, די מוח קען האבן אייגענארטיגע קאנטראל איבער טשויסעס דורך קוואנטום מעכאניקס.

אלענפאלס, ס׳איז מיר א נחת אז איך קען דיך מאכן אזוי העפי מיט אזא נישטיקייט :)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:46 pm
דורך עגלה ערופה
חתן בחור! דעס אז דו ניצט הויכע ווערטער וואס מענטשן פארשטייען נישט (און איך האב מורא דו פארשטייסט עס אויך נישט) איז נאכנישט מסביר בחירה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 9:55 pm
דורך חתן בחור
עגלה ערופה האט געשריבן:חתן בחור! דעס אז דו ניצט הויכע ווערטער וואס מענטשן פארשטייען נישט (און איך האב מורא דו פארשטייסט עס אויך נישט) איז נאכנישט מסביר בחירה.


וואס זאל איך טון? מיין גענעטיקס און סביבה האבן מיך געברענגט דערצו אז איך זאל ניצן הויכע ווערטער וואס איך פארשטיי נישט. ס׳איז נישט מיין שולד!

איך קען אבסעלוטלי נישט מסביר זיין בחירה. אבער מיין פערסאנעל עקספעריענס ווייזט מיר אז איך האב עס יא. און אז איינער טענה׳ט אז ס׳איז נישט מעגליך, מעג איך אפווארפען זיינע סתירה׳ס לויט וויפיעל איך פארשטיי.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:20 pm
דורך נהורא נפישא
וועם למעשה ברויך מען דא אויפפאטשן ?
די רענדעם אגענט וואס האט געהיידזשעקט דעם קערפער צו טון שלעכטס
די קערפער, ווייל דאס איז די איינציגסטע וועג צו שיקן א מעסעדזש צום רענדעם אגענט
באקומט טאקע דער רענדעם אגענט דעים מעסעדזש צום סוף
איז די רענדעם אגענט וואס היידזשעקט דעם קערפער די איינציגער וואס איז ווערט אן עונש, אדער היא הדין לו יצוייר א רענדעם אגענט וואס היידזשעקט אן אנדערע קראפט פון נאטור ?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חתן בחור האט געשריבן:ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז.

די טשויס וועלכע רצון אונז זאלן וועלן איז באשלאסן געווארן דורך א פרעמדע זאך, פאר דעם האסטו ניטאמאל געהאט א רצון צו וועלן אויך נישט.

איך ווייס נישט וואס דו עקספיריענסט, אבער דו קענסט נאר בוחר זיין אין עפעס וואס דו ווילסט, ווען דו וואלסט געבוירן מיט'ן מיינדסעט נישט צו וועלן די זאך וואלסטו עס נישט געטון, והא ראיה אז די אלע מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט דערין טוען טאקע אנדערש.

??I think, therefore I am??

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 10:57 pm
דורך הקטן
לויט די שוועריקייטען פין טייל דא, קיקט מיר אויס ס'איז כדי זיך אפצישטעלן און פרעגן ווער איז דאס דער "איך"
ווער איז דער "איך" וואס איז "פריי" בוחר צי זיין במה שליבו חפץ

ווער איז דער "אני"
מיין מחשבה?
מיין רצון?
איז דאס מיין מאד?
מיין בחירה?

אויב "איך" אין מיין "רצון" זענען איינס און די זעלבע איז זיכער קען "איך" נישט טוישן זיך זעלבסט דארך טוישן מיין רצון!!


חתן בחור, די תורה אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם מעקיניקס לייגסטו אראפ כאלו דאס איז דער אנגענימענע מהלך, איך הער דאס דער ערשטער מאל, די לינק מאכט א זייער א שוואכע קעס דערפאר. איך וויל נישט פארדייען דעם אשכול ער בויט בעיקר דענאך וואס מיר זאגן אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם, דאן איז בחירה חפשית א דבר פשוט, אבער ער האט זייער שוואכע דעקאנג אז דאס איז וואס דאס איז - און וואס ער זאגט יא קען איך ציבלאזען, ע"כ בין איך נייגעריג אויב דו האטס דאס געזען אין אנדערע מקורת אויך, אויב יא, וואו?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:10 pm
דורך חתן בחור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:ווען איך רעדט פון onsciousness רעדט איך פון מיך און דיך. איך רעדט נישט פון עפעס א פרעמדע זאך אין אונזער קאפ וואס מאכט טשויסעס פאר אונז.

די טשויס וועלכע רצון אונז זאלן וועלן איז באשלאסן געווארן דורך א פרעמדע זאך, פאר דעם האסטו ניטאמאל געהאט א רצון צו וועלן אויך נישט.

איך ווייס נישט וואס דו עקספיריענסט, אבער דו קענסט נאר בוחר זיין אין עפעס וואס דו ווילסט, ווען דו וואלסט געבוירן מיט'ן מיינדסעט נישט צו וועלן די זאך וואלסטו עס נישט געטון, והא ראיה אז די אלע מענטשן וואס זענען נישט אינטערעסירט דערין טוען טאקע אנדערש.


ביזט אזויפיעל מעלה גרה דא אז די ווערסט שוין באלד כשר...

איך טענה נישט אז מענטשן טוען וואס זיי ווילן נישט. איך זאג אז ס׳עקזעסטירט נישט א ווילן אין מיין קאפ וואס דיקטירט מיך וואס צוטוען. איך האלט אז מיין קאנטשעסנעס האט אן אייגעארטיגן כוח צו קענען מאכן דיסיזשענס.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
חתן בחור האט געשריבן:איך האלט אז מיין קאנטשעסנעס האט אן אייגעארטיגן כוח צו קענען מאכן דיסיזשענס.
ס'דארף אבער וועלן מאכן די ריכטיגע דעסיזען.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2019 11:18 pm
דורך חתן בחור
הקטן האט געשריבן:חתן בחור, די תורה אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם מעקיניקס לייגסטו אראפ כאלו דאס איז דער אנגענימענע מהלך, איך הער דאס דער ערשטער מאל, די לינק מאכט א זייער א שוואכע קעס דערפאר. איך וויל נישט פארדייען דעם אשכול ער בויט בעיקר דענאך וואס מיר זאגן אז קאנשעס ארבעט דארך קוואטעם, דאן איז בחירה חפשית א דבר פשוט, אבער ער האט זייער שוואכע דעקאנג אז דאס איז וואס דאס איז - און וואס ער זאגט יא קען איך ציבלאזען, ע"כ בין איך נייגעריג אויב דו האטס דאס געזען אין אנדערע מקורת אויך, אויב יא, וואו?


כ׳האב שוין געלייענט איבער דעם אסאך. Scientific American פלעגט שרייבן דערפון. ס׳איז אנגענומען אלס hypothesis, אזוי ווי string theory. למעשה טענה׳עך אפילו נישט אז ס׳איז אמת, איך ברענג עס נאר אלץ א וועג ארויס פון די סתירה פון cause and effect.

We're all over the place anyway. וואס מ׳טענה׳ט זיך יעצט איז שוין נישט וועגן פיזיקס, נאר צו פארשטיין וואס הייסט ווילן.