בלאט 6 פון 8

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 9:40 am
דורך קאווע טרינקער
DotCom האט געשריבן:למען תדע - פרשת בא

sweet stuff

נשלח: פרייטאג יאנואר 18, 2013 3:07 pm
דורך לאליפאפ
יעצט האט דער מטורף איינגעשריבן זיין פופצן יעריגן טאכטער אין ישיבת עץ חיים ווילרייק, עמיר זעהן וויאזוי זיי וועלן זיך אן עצה געבן דער מיט, אויך האב איך געהערט אז ער האט פארלוירן א קורט אקעגן יסודי התורה שולע, נישט באשטעטיגט. ;)

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:30 am
דורך מיילעך

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 6:03 am
דורך מיילעך
איינער קען אפשר ארויפלייגן די למען תדע?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 9:26 am
דורך DotCom

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 11:10 pm
דורך הדד בן בדד
מיר איז געפאלן ווי ער שרייבט אז היינט איז דאס יונגל געווארן 12 יאר, און איז דעריבער געווארן בת מצוה...

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 10:29 am
דורך טעפל
די משפט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 7:35 am
דורך ידען
די קארט האט געהייסען אז ער מיז שוין יעצט ארויס נעמען זיינע קינדער פון די בעלזע מוסד.

באקומען פון א טעקסט.

נשלח: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:05 am
דורך DotCom
היינט איז נאר געווען א פסק איבער די מיידלעך אין יבנה/בעלז.

למען תדע - בליץ יתרו

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 9:42 am
דורך DotCom
Good news! Belz Won against friedman

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 9:51 am
דורך טעפל
DotCom האט געשריבן:Good news! Belz Won against friedman

שכוח פאר די גוטע נייעס, אלע שרייבען נאך פרטים יבואו...

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 11:01 am
דורך [NAMELESS]
פרידמאן האט נישט נאר פארלוירן, נאר ער האט באקומען א קנס פון אפאר טויזענט יורא, און דארף באצאלן פאר בעלז זייערע הוצאות פון די קאורט.....

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:06 pm
דורך שמעקעדיג
נו, ווי גייט דאס ווערטל... פארשטינקענע פיש געגעסן, און פון שטאט ארויסגעווארפן...
אבער ווי אזוי שרייבט דער צד שכנגד: חיי שעה איז אויך געלעבט...
וכל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף.. :D

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 1:59 pm
דורך DotCom
די בעלזא רשעים האבן ארויסבאגלייט די אומשולדיגע קינדערלעך מיט שירה וזמרה... א בושה פאר בעלז.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VSRXDTLLRqM[/youtube]

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:09 pm
דורך [NAMELESS]
וואס הייסט ארויסבאגלייט?? די פסק איז געקימען אינמיטן די קינדער זענען געוועהן אין סקאל , און מ'האט זיי תיכף ארויסגעווארפען??

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:21 pm
דורך [NAMELESS]
בושה תכסה פנינו, מיין פנים פלאמט פאר בושה!!!!!!!
ווי קען מען אזוי פארשעמען קינדער?
די קינדער ליידן נישט גענוג?
ווי קענען אידן זיין אזוי הארטהארציג?
פארמאגן זיי גארנישט אפאר אינטשעס העכערן פופיק? איז די גארטל המפסיק בין לב למח אזוי שטארק?
ווי קען דער עם חכם ונבון זיין אזוי פארקאקט? (פארדאן מיי לשון קודש, אבער עס ברענט מיר)
מען דארף נעמען א רבי אלעזר הקליר שרייבן א פיוט אויף דעם! א ירמיה הנביא א קינה!
ווי האלטן מיר? גראבע טיפשים, [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קראצערס וואס פארן צום רבין זעקס מאל א יאר, בעלי השגה בעלי דעת, חסידישע פעצער, קוגל פרעסער שטייען און טאנצן פשוטו כמשמעו רוקד על הדם, מענטשן פרעסער עד מתי תפרוססון???

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:29 pm
דורך משה געציל
נא, איך האב דאך שוין אויסגעשמיסט אין די עשרת הדברות 2013 אז לא תרצח ותולדותיה גייט נישט אן פאר כבוד הרבי׳ יתברך.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:32 pm
דורך איך אויך
ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:38 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.

ווער רעדט וועגן דעם ש-ד, מען רעדט דא וועגן קליינע קינדערלעך וואס האבן ליב צו שלאפן מיט א דאלי אין בעט, א צומי אין מויל, אביסל רוהיגקייט און זיסע חלומות. זיי ווייסן נישט פון זייער טאטעס פינסטערע אגענדעס און דא זעען זיי ריזיגע גראבע טאטעס באזינגען זייער קאר און האקן אויף זייער פענסטער, מאך מיר א גענאדע, זיי מיר נישט יעצט דן לכף זכות. דאס זענען פינסטערע עלעמענטן וואס האבן קיין רחמנות נישט אויף א קינד!
און רחמנות אין א זייט געלייגט, זענען זיי משוגע? מיינען זיי אז זיי וואוינען אין שאראשפאטאק און מוסרים לייגט מען אריין אין מצה אויווון? ווייסן זיי נישט אז די מחולות ווערט רעקארדירט? ווייסן זיי נישט אז יש שמערל ראזנבערג בבירה? און אז די מידיא וועט זיך כאפן ווי צו א געבראטנס צו אזא ווידיא?
טוה מיר א טובה ר' איך-אויך, זיי דן לכף זכות בעסערע אידן

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 2:45 pm
דורך איך אויך
די נקודה פון אים ווערסוס זיינע נעבעכדיגע קינדער האט מען שוין אויסגעשמועסט אין דעם אשכול און אין זיין אשכול הדק היטב, צו וואס סתם מעלה גרה זיין.
לאמיר האפן די קלאגע פון ביידע באבעס וועט מצליח זיין און מען וועט נאך לפחות עטוואס ראטעווען די זיסע נשמות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:45 pm
דורך שמעקעדיג
סתם א זייטיגע הערה, די למען תדע אויסגאבע קומט ארויס דורך א 12 יעריג אינגל אדער וואס? אזוי נאריש געשריבן און אויסגעשטעלט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:55 pm
דורך קאווע טרינקער
נע, סתם ארגינעל, אזוי ווי שטייט-און גייט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:56 pm
דורך טעפל
קופערניקוס האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ר' קופי איך ווינש דיר זאלס נאר איינמאל אריינפאלן צו דעם ש-ד בצורת אדם אין די הענט און נאכדעם עמער זעהן וואס פארא טוכעס-קראצער דו ביסט. גרויסע צולייגר אויף יענעם'ס חשבון.

ווער רעדט וועגן דעם ש-ד, מען רעדט דא וועגן קליינע קינדערלעך וואס האבן ליב צו שלאפן מיט א דאלי אין בעט, א צומי אין מויל, אביסל רוהיגקייט און זיסע חלומות. זיי ווייסן נישט פון זייער טאטעס פינסטערע אגענדעס און דא זעען זיי ריזיגע גראבע טאטעס באזינגען זייער קאר און האקן אויף זייער פענסטער, מאך מיר א גענאדע, זיי מיר נישט יעצט דן לכף זכות. דאס זענען פינסטערע עלעמענטן וואס האבן קיין רחמנות נישט אויף א קינד!
און רחמנות אין א זייט געלייגט, זענען זיי משוגע? מיינען זיי אז זיי וואוינען אין שאראשפאטאק און מוסרים לייגט מען אריין אין מצה אויווון? ווייסן זיי נישט אז די מחולות ווערט רעקארדירט? ווייסן זיי נישט אז יש שמערל ראזנבערג בבירה? און אז די מידיא וועט זיך כאפן ווי צו א געבראטנס צו אזא ווידיא?
טוה מיר א טובה ר' איך-אויך, זיי דן לכף זכות בעסערע אידן

אנטשולדיגס ר' קופער אבער מ'רעדט יא פונעם שד, ס'איז טאקע א ריזען בושה און דאס וואלט נישט געדארפט צו זיין און ס'איז זיכער נישט געווהן אנגעגרייט, נאר ספאנטאניש אויסגעבראכען אין א געזאנג (נאכען זיין אנגעצויגען וואס וועט זיין מיט זייערע קינדער) און קיינער האט נישט געטראכט פון דעם נאר וואס וועט זיין מיט יענעמס צוויי קינדער (וואס אויף דעם ארבעט מען שווער אין אנטוורפן צוזאמען מיט די באבע אז מ'זאל איהם צונעמען די קינדער) פון דארט ביז [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] קראצער..