בלאט 6 פון 19

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:32 pm
דורך חקרן
פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 5:34 pm
דורך איך אויך
דאס איז א אלטע אלטע ס"ח שקר.

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 6:46 pm
דורך chaims
חקרן האט געשריבן:פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.

יא יא על שם העתיד

Re: היסטאריע פון אדמו"ר הרב ישראל האגער (געווארפן פון וויזני

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:14 pm
דורך petergrifin

נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
חקרן האט געשריבן:פאר דעם הייסט ער 'ישראל', ווייל ער איז געבוירן געווארן ה' אייר.

ס'הייסט ווען די מדינה הטמאה, די מדינה של גהינום וועט בטל ווערן (שטייצעך מתוך רחמים וחסדים) וועט דער יום המר והנמהר פארוואנדלט ווערן אין א יו"ט. און די נטורי חרטא מיט משה בער דר-- בראשם וועלן זיך אנטון קלינע קענדי בעקיטשעס און נייע פאלעסטינער טליתים'לעך...און אפשר אויכעט נעמען א שויער און בראשן די געלע ציין...!

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2015 6:46 am
דורך מעכל
נייגעריגער האט געשריבן:
דעתי הענייה האט געשריבן:איז אזוי, בקיצור, זיין מאמע (איך וויל נישט אריינגיין אין קיין פרטים וועגן איר פערזענליכקייט, ווייל צו וואס רעדן אויף שוכני עפר)האט אים פיינט געהאט אלה יארן, ווייל ער איז געווען א פרומער, א קנאי, און (אויף די וויזניצער שפראך) א חניואק

אן אנדערע גירסא בנוגע די סיבת השנאה פון מאמע צו קינד: דער מאמע לאה אסתר ע"ה איז געווען די טאכטער פון הה"ק ר' מנחם מענדיל פון דעעש ז"ל, און זי האט זייער שטארק געוואלט אז איהר ערשטע זוהן זאל טראגן איהר טאטע'ס נאמען, אבער למעשה האט מען איהם א נאמען געגעבן נאך הה"ק ר' ישראל'טשע וויזניצער ז"ל, און זי האט דאס קיינמאל מוחל געווען.
אזוי ווייט, אז עס פארציילט זיך א לעגענדע [איך נעם דערויף קיין אחריות - מ'זאל נישט זאגן אז נייגעריגער אליינס האט אזוי פארציילט - אבער אזוי פארציילט מען], אז נאכן ברית ווען מען האט געברענגט דעם רך הנימול צו זיין מוטער האט זי איהם נישט געוואלט אין האנט נעמען, אזוי אז ער איז שיעור נישט אראפגעפאלן!
און לפי דעם איז פארשטענדליך איהר ספעציעלע ליבע צו ר' מענדיל שליט"א וואס האט געטראגן איהר טאטע'ס נאמען.


עס שטימט מישט, רבי ישראל איז געבורען אין ארץ ישראל ו' אייר תש"ה אפאר וואכן איידער די צווייטע וועלטס וג האט זיך גענצליך אפגעשטעלט. די קלארע ידיעה וואס עס האט פאסירט מיט רבי חיים מנחם מענדיל הי"ד מדעעש איז הערשט אנגעקומען צו זיין טאכטער א שטיק צייט שפעטער, האט מעןנישט געקענט א נאמען געבן נאך איהם ווי לאנג מען האט נישט געוואוסט מה עלה בגורלו

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 3:42 am
דורך פאפיטעס
איך האב יעצט באגעגנט דעם אשכול דא, און עס ברענגט מיר אויף גאר אסאך זכרונות, גוטע ווי פיינליכע, כ'וועל שרייבן אביסעלע וואס כגעדענק יעצט אויפן מאמענט,

ר' משה'לע וויזניצער איז געווען א געוואלדיגע בעל יסורים וואס האט זיך אפגעמוטשעט כל ימיו מיט כל ערליי צרות ה"י, סיי מיט געזונט, פאליטיק, און שלום בית, אדער ווי זיין ברודער דער צדיק הדור ר' מאטעלע שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדריקט בלשון קדשו: "דער ברודער האט נאכנישט געהאט א גוטן טאג אין זיין לעבן!!". איז אונז קעמיר טאקע נישט פארשטיין וואס עס האט גענומען פאר א טאטע זיך אזוי אויפצופירן צו זיין אייגן בלוט און פלייש, אבער אונז קענען זיך אביסעלע משער זיין וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי אים אין הארץ, מיט א ווייב א מרשעת וואס האט אים נישט איבערגעלאזט קיין רואיגע סעקונדע דורכ'ן טאג, און מיט גבאים וואס זענען אלע געווען פאליטיש מאטעווירט און זיכער געמאכט אים אנצופיטערן מיט אלדאס שלעכטס אויף זיין זוהן, אין ווען עס איז געקומען צו טאג-טעגליכע ענינים איז עס געפירט געווארן מיט א שרעקליכן פוילקייט, עפעס פונקט ווען ר' ישראל אדער איינער פון זיינע מקורבים האט פראבירט אריינציגיין בהיכל קדשו זענען זיי פלוצלינג געווען פריש און אויף...., ווי אויך האט ער פארמאגט א טעראריסט פאר א ברודער וד"ל (סאיז שוין דא אן אשכול דערפאר אין צימעס, ואין כאן מקומו) און ער האט בעצם אנגעפירט מיטן קאמף.

פון די אנדערע זייט איז ר' ישראל א בעל מידות וואס סאיז ממש נישט פארהאן! זיינע גרעסטע שונאים וואס האבן אים גערודפ'ט אויף א שרעקליכן פארנעם זענען יעצט "בעסט באדיס" מיט אים...

ער האט זיך אנגעליטן מיט 18 שרעקליכע יארן אויף קיינעם געזאגט, וואס א נארמאלע באזעסענע מענטש וואלט זיך גענומען דאס לעבן נאך אינעם צווייטן יאר ה"י.

וואו ער איז נאר געגאנגען האט מען אים פארשיקט מיט בושות וחרפות, יעדער וואס האט זיך נאר געדרייט אין זיין געגנווארט האט מען טעראריזירט, ער פלעגט שלאפן גאנצעטע חדשים אויפן באנק אין בי"מ, וכו' וכו'...

איך האב א קרוב וואס איז געווען אן עלטערע בחור ל"ע און ער האט געטראפן אן אפענעם אויער ביי ר' ישראל. ער האט ממש נישט געהאט וואס צו פארלירן, און ער פלעגט זיך אסאך דרייען ביי אים, אין ער פלעגט אייביג זיין דער צענטער צום מנין, און ר' ישראל וואס איז אליין געווען אינעם נידריגסטן מצב פלעגט אים אייביג געבן חיזוק, אין דער האט זיך ממש געהאלטן ביים לעבן פון אים,

אפאר יאר שפעטער איז שוין יענער געווען ליידער זייער ווייט פון יודישקייט אין ער איז פונקט געווען אין א"י, און ער האט נאכגעהערט אז ר' ישראל איז שוין צוריק און ער פירט שוין א מעכטיגע רביסטעווע מאשין, האט ער באשלאסן צו גיין כאפן א בליק אויף אים שבת ביינאכט ביים טיש, אריינקומענדיג האט ר' ישראל פונקט געווארפן א בליק אויפן טיר און האט באמערקט א קענטליך פנים, ער האט אים געשיקט רופן, אין נאכן זיך אידענטיפיצירן צו אים האט ר' ישראל אין פארנט פונעם גאנצן ציבור אים אנגעכאפט, ארומגעהאלזט און געקושט אין שטערן, אין סאמע מיטן פונעם טיש מיט טויזענטע חסידים וואס קוקן זיך צו צום העכסט מאדנע ספעקטאל!!
עס האט זיך נישט דארט געענדיגט.... יענעם שבת איז ער שוין געזיצן אויפן אויבן אן, און ר' ישראל האט זיכער געמאכט אז ער באקומט גענוג און נאך עסן... (וואס איז אן עקסטערע נושא פאר זיך...) און מוצאי שבת האט ער אים נישט אוועקגעלאזט פאר ער האט אים באשוואוירן אז ער גייט האלטן קשר מיט אים!

פרעג איך אייך, איז דא איין רבי אויפן כדור הארץ וואס וואלט זיך אזוי איבערגעגעבן פאר א צווייטן???...
און דאס איז נאר איין עפיזאד, ס'איז דא נאך צענדליגע מעשיות!

עס איז געווען פאר צוויי יאר צוריק ווען ער האט אריינגערופן איינער פון די גרויסע העצערס אין די "גוטע" יארן, און ער בעט אים נישט מער אין נישט ווייניגער "בעט מיך איבער... " יענער האט אים אנגעקוקט מיט צוויי גרויסע אויגן, אבער... ער האט אים איבערגעבעטן און ר' ישראל האט אים געזאגט דריי מאל מחול לך, יענער האט נישט געקענט איינהאלטן זיין גרויס וואונדער און ער האט אים געפרעגט דערויף, זאגט ער אים אז איך האב מיך איבערגעטראכט ווער עס האט אים אלץ געטשעפעט אין די אלע יארן, און ער האט ביי זיך אין הארץ מוחל געווען יעדעם, ווען ס'געקומען צו דיין נאמען האב איך עפעס נישט געקענט דיר מוחל זיין בלב שלם, האב איך דיר געבעטן זאלסט מיר איבערבעטן וועט עס האבן א שטערקערן אפעקט אויף מיר און כ'וועל דיר קענען מוחל זיין.. א מדריגה פון א יוד וואס ס'איז ממש נישט משיג צו זיין!!!

עס איז דא א וויזניץ מאנסי יונגערמאן וואס הייסט ר' משה גאלדמאן, ער געבט זיך אוועק תמיד פאר אנדערע, איינע פון זיינע חשוב'ע פראיעקטן איז אז ער שטעלט צו אין א צימער אין די גרויסע בית מדרש אין מאנסי צו עסן יעדן טאג פרישטאג, לאנטש, סאפער, פאר ווער עס ברויך, (די פרישטאגס זענען ממש א ישועה פאר פילע יודן וואס וואלטן קיינמאל נישט אנגעקומען צו עסן נארמאל),

פאריאר איז ער געווען אין א"י און ער האט זיך געשטעלט אין די ליניע פאר א קוויטל ביי ר' ישראל, אינמיטן איז ר' ישראל ארויס פון צימער פאר א רגע און ער האט אים באמערקט, ער האט זיך מוראדיג דערפרייט, ער האט אנגעהויבן שמועסן מיט אים נאך אין ווארט צימער, ביז ער האט אים אנגעכאפט ביים ארעם און ארויס אויפן גאס שפאצירן מיט אים, אנזאגנדיג אז ער דארף נישט קיין באגלייטונג פון גבאים, אזוי האט ער שפאצירט אויף די גאסן פון בני ברק פאר צוויי שעה! צוריקקומענדיג האבן די גבאים געפרעגט מיט תערומות היתכן ער האט אויפגעהאלטן אזא גרויסן ציבור פאר צוויי קיילעכיגע שעה, האט ער זיי געפרעגט: ווער פון די פילע יודן דא האבן מיר זאט געמאכט פאר אפאר יאר אין א ציה??, אזויפיל הכרת הטוב מעג איך נאך האבן פאר אים!!....

ווען איך האב געהערט די מעשה בין איך געווען ממש געלעמט!...

איך האב פראבירט אויסצו'דמיונ'ען פון אלע שיינע פנימ'ער אין די וועכענטליכע אויסגאבעס וואס וואלט געטון אזאנס... און כהאב נישט געטראפן. די ווייטסטע וואס כ'האב נאר געקענט טראכטן איז אז דער פלוני רעווילע וואלט אים אפשר איינגעלאדענט אויך דאטשע ווען ער גייט זיך פאשענען זאל ער האבן קאמפעני, אדער וואלט ער פארברענגט מיט אים פאר מאקסימום א האלבע שעה בסוד שיח על הקודש פנימה,

אלענפאלס, איך האב יעצט געשריבן וואס ס'איז מיר געליגן אויפן געדאנק יעצט, אפשר וועל איך נאך אמאל צוריקקומען צו דעם.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 12:38 pm
דורך ראוונע
סאיז קלאר אז כבוד קדושת רבי ישראל פון וויזניץ שליט"א איז דער צדיק הדור און דער גרעסטער בדורינו (איך בין א סאטמארער בעצם) און אי"ה נעקסטע מאל ער איז אין אמעריקע וועל איך פראבירען אריינצוגיין מיט א קוויטל צו אים,

לויט ווי איך האב געהערט האט ער נישט נאר נישט געלאזט רעדן אויפן טאטן די אלע יארן, נאר אפילו אויף די מאמע האט ער נישט געלאזט רעדן!
איך בין נישט משיג אזא גדלות.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 12:41 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'דא א רבי אויף 48 קרוב צו 13 וואס איז גרעסער.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 12:59 pm
דורך ראש הישיבה
איך האב געלערנט אין ארץ ישראל אין די שווערע הייסע צייטן פון וויזניץ. (דרך אגב איך האב שוין אהנגעגרייט א לענגערע ארטיקל פו השלתשלות הענינים ווי ווייט איך ווייס אויף דעם נושא למען יעמדו ימים רבין אז אזא מעשה האט אין ווירקליכקייט פאסירט- נאכן ענדיגן שרייבן מפני כבודו פון די טאטע רבי משה'לע ז"ל האב איך גונז געווען דעם ארטיקל). עס איז צום באוואונדערונג דער התנהגות פון רבי ישראל און די ליידן וואס ער האט מיטגעמאכט אויף שריט און טריט, ובכל זאת איז ער געווען א שומע חרפתו ואינו משיב.

איך האב עטליכע מאל געגעסן ביי אים שבת. פון איין זיין האט ער געדאוונט אין א מקלט אויף רחוב רש"י, ווי ער האט קוים געהאט מנין. ער פלעגט ארויס שיקן זיין יצחק ישעיה צו גיין שלעפן מנין ערב שבת ביי מנחה, ער האט נישט געקענט ווארטן ווייל אין וויזניץ דאוונט מען פאר די שקיעה. ער האט אהנגעהויבן הודו מיט ווייניגער ווי זעקס מענטשן. דער קאך וואס ער האט דארט געהאט ביי הודו ממש די ווענט האבן מיט געזאגט הודו.

ער האט געפירט א באטע נאך די סעודה אין זיין מקלט, עס האט זיך געקענט אויסזעהן ווי עס האלטן מיט טוזנטער זיין באטע ווען למעשה זענען דארט געווען פיר פינף בחורים פון די ישיבות איןד די געגנט.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 1:02 pm
דורך קרעפל פשעטיל
פאפיטעס זייער שיין באשריבן א הפלא ופלא מדריגה אין מדות קען מען זיך לערנען טאקע ביי איהם

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 2:23 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
יא יא
זכרנו ימים מקדם
ווען איך האב געלערנט אין ארצינו הקדושה עטליכע יאהר איז מיר אסאך אויסגעקומען צו זיין אויף זיין באטע אין רחוב רש''י
איי איז דאס געוועהן א בחינה פין שכינתא בגלותא אין נאך אזוי שיין פראווענען א באטע אין אפילו נאך געזאגט ווערטער פין זיין טאטע רבי משה'לע זצ''ל דער וויזניצער רבי'ן זאגענדיג אפאר מאל דער הייליגע טאטע האט געזאגט וכו' ....

דעמאלס ווער האט טאקע געגלייבט אז ער וועט צו קומען וואס ער איז היינט אנגעקומען זייעדיג א רבי'ן פאר טויזענטער יודן מיט זעלבער פלאם אין פייער אין דער וויזשניצער דרך..

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 3:18 pm
דורך קרעפל פשעטיל
קען זיין עס שטייט שוין דא אבער געהערט לעצטנס פון איינען אז אמאל ביי א דרשה האט ער געזאגט אז ווער עס וויל נאשן פון אנדערע פלעצער מעג גיין ווי ער וויל עס וועט איהם נישט שטערן אדרבה מ'דארך נישט זיין נאר ביי איין פלאץ הפלא ופלא

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 4:12 pm
דורך פאפיטעס
אז מען רעדט שוין...
גלייך נאך ער איז געווארן רבי, איז אריינגעקומען צו אים א יוד פון חוץ לארץ אין געוואלט מנדב זיין א ריזן סכום געלט, האט ר' ישראל אים געזאגט "מיר האבן ב"ה נאך פארמעגליכע יודן ווען ספעלט אויס, אבער דער ברודער מוטשעט זיך יעצט זייער שטארק אין ער האט נישט די יודן, איז זיי מוחל געב עס אים "
עטס הערטס??.... ער דארף יעצט אויפבויען א ריזן בית המדרש, איבערמאכן א ישיבה, באצאלן לאנג טערמיניגע חובות, אין.... ער געבט אוועק מיט זיינע צוויי הענט די אויסגעווארטעטע געלט פאר זיין ברודער וואס האט אים ממש ציגרינד געלייגט!!
א מדרגה פון א בשר ודם!

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 4:28 pm
דורך ליפא
פאפיטעס האט געשריבן:אז מען רעדט שוין...
גלייך נאך ער איז געווארן רבי, איז אריינגעקומען צו אים א יוד פון חוץ לארץ אין געוואלט מנדב זיין א ריזן סכום געלט, האט ר' ישראל אים געזאגט "מיר האבן ב"ה נאך פארמעגליכע יודן ווען ספעלט אויס, אבער דער ברודער מוטשעט זיך יעצט זייער שטארק אין ער האט נישט די יודן, איז זיי מוחל געב עס אים "
עטס הערטס??.... ער דארף יעצט אויפבויען א ריזן בית המדרש, איבערמאכן א ישיבה, באצאלן לאנג טערמיניגע חובות, אין.... ער געבט אוועק מיט זיינע צוויי הענט די אויסגעווארטעטע געלט פאר זיין ברודער וואס האט אים ממש ציגרינד געלייגט!!
א מדרגה פון א בשר ודם!

אזא מעשה וואלט איך שוין געקענט באשטיין צו הערן אדער ליינען ממקור ראשון.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 5:37 pm
דורך חכימא דיהודאי
איך וויל נישט קאליע מאכן די פאזיטיווע אטמאספערע דא. אבער ווי ווייט איך ווייס האט ר' ישראל איבערגענומען אלע בנינים אין בני ברק אשדוד ירושלים אלעד וכו', און ס'איז אים גארנישט איינגעפאלן צו מאכן עפעס א פשרה אדער מוותר זיין עפעס פון די נכסים וואס א גרויס חלק האט ר' מענדל געשוויצט און געארבעט פאר דעם.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:41 pm
דורך שמואל פרימו
ס'איז גלייך אויף גלייך: די מיליאנען אין שווייץ האט מענדעלע גע'לקח'נט, דעריבער האט ר' ישראל די מוסדות. בפרט אז דער טאטע האט געלאזט צוואה אז ר' מענדל דארף קומען אויף אמעריקע, א זאך וואס ער האט נישט געפאלגט. דעריבער, אויב וועט זיין א דין-תורה (וואס מענדל וויל נישט צוליב דעם וואס) דער דין תורה וועט פסק'ענען, אז וויבאלד יעדער זייט האט טענות איינע אויפן אנדערן, זאל יעדער בלייבן מיט זיינס, והכל על מקומו יבוא בשלום. דעריבער איז אלעס שטיל.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
שמואל פרימו האט געשריבן:ס'איז גלייך אויף גלייך: די מיליאנען אין שווייץ האט מענדעלע גע'לקח'נט, דעריבער האט ר' ישראל די מוסדות. בפרט אז דער טאטע האט געלאזט צוואה אז ר' מענדל דארף קומען אויף אמעריקע, א זאך וואס ער האט נישט געפאלגט. דעריבער, אויב וועט זיין א דין-תורה (וואס מענדל וויל נישט צוליב דעם וואס) דער דין תורה וועט פסק'ענען, אז וויבאלד יעדער זייט האט טענות איינע אויפן אנדערן, זאל יעדער בלייבן מיט זיינס, והכל על מקומו יבוא בשלום. דעריבער איז אלעס שטיל.

[tag]שמואל פרימו[/tag], זייט ווען איז דא א צוואה אז ר׳ מענדיל דארף קומען אויף אמעריקא? מעולם לא שמעתי על זה!

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 7:24 pm
דורך פאפיטעס
בנוגע די צוואה, זאגן די מענדעליסטן אז ר' משה'לע איז שוין נישט געווען ביים געהעריגן דעת ווען ער האט איבערגעשריבן צוואה (ער האט געשריבן קודם איינס ווען ר' ישראל איז געווען פארטריבן), אין עס מאכט זייער סאך סענס...
אבער וועגן די בנינים וכו', ווער דארף א צוואה?...
די גאנצע קהילה פון טויזענטער יודן האבן ציזאמען אויפגענימען ר' ישראל פאר זייער מנהיג, אין זיך פולשטענדיג אונטערגעבויגן צו אים, אין מענדעלע האט זיך געטראפן מיט א קנאפע פינעף הונדרעט אנהענגער וועלטליך,
סאיז נישט געווען ווי סאטמער וואס די בנין איז געגאנגן פאר איינעם, אין האלב עולם האט זיך ארויסגעצויגן פון דארט אין געגאנגן צו זייער מקום מנוחה, נאר אלעס איז געבליבן אויפן פלאץ, די מלמדים, קינדער, סטעף,
חוץ אפאר צענדליג וואס זענען געגאנגן פון דארט

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 10:57 pm
דורך שבת אחים
ס'לאזט זיך גארנישט גלייבן אז בשעת ר' משה'לע האט איבערגעלאזט א ירושה פון 28 מיליאן דאללער קעש פלאס בילידונגס און ריעל עסטעיט, אז זיין זוהן איז ארומגעגאנגען שנארן מיט צוריסענע שיך און זיך געוואַלגערט אויף די גאסן ווי א אפגעשליסענער אורחי פרחי יאהרן לאנג, איך האב אליינס געהערט מיט יאהרן צוריק פון ר' ישראלטשע'ס זוהן חיים מאיר אז ער איז אריין צום זיידן פאר זיין חתונה און ער האט אים געבעטן ארויסצוהעלפן מיט געלט פאר די חתונה, האט ער אים געגעבן 100 פארשטינקע שקל!!! בשעת ווען רביצין לאה'טשע האט געהאט צירונגען אין די ווערד פון שווערע הונדערטער טויזענטער דאללארן בלי גוזמא, און מיליאנען אוועק געפאַקט אין די שווייצער בענק.

און וואס איז פשט אז זיין טאטע האט צוגעלאזט אז זיינע אייגענע גבאים זאלן אים אראפווארפן אלע סטעפּס אין שווייץ און אים געבן מכות רציחות עד להמית אזש מ'האט אים געדארפט פירן אין שפיטאל אריין??? אלעס פאר די גרויסע עבירה פון זיין "חוצפה" פון איבערטרעטן זיין אייגענע טאטע'ס שוועל?

וואס איז דער תירוץ אויף שפיכת דמים ממש? אז ר' משה'לע איז געוועהן א בעל יסורים און ער האט געהאט א שלעכטע ווייב??? דעס געט רעכט צו רודפ'ן קינדער און אייניקלעך אויף אזא שוידערליכע אופן? זייט ווען איז דעס א תירוץ? אפשר איז סאדאם כוסעין אויך געוועהן א בעל יסורים און געהאט א שלעכטע ווייב (איינע פון זיינע ווייבער :) )???

און בכלל ווי קומט צו א רבי א "קדוש" 28 מעללאנעס??? בשעת ווען שיכון ויזניץ אין בני ברק איז באוואוסט אלץ גאָר א ארימע פלאץ ווי רוב מענטשן האבן נישט וואס צו עסן, פּאַקט דער "קדוש" די נעבעכדיגער "בעל יסורים" די "העליגע רעבא" מיליאנען אין די שווייץ און די המון עם האט נישט וואס צו עסן??????....

איין שאלה האב איך נאר:
ווען גייען ענק זיך כאפן וואס מ'טוט מיט ענק? ווילאנג גייט ענק נעמען צו כאפן אז די רע-בנים נעמען ענק פאר א "גרויסע" רייד?

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:06 pm
דורך moshav zekeinim
שבת אחים, דו שניידסט, דברים כדברונות.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:07 pm
דורך [NAMELESS]
ר' משה'לע האט מיר נישט אויסגעזען ווי איינער וואס איז אנגעפאקט מיט אפאר מעלאנעס, און אפילו אויב יא, האט ער מסתם נישט געהאט קיין שליטה אויף דעם, נאר זיינע גבאים.

נשלח: זונטאג יולי 05, 2015 11:11 pm
דורך שמואל פרימו
שבת, רעד נישט. הזהרו בגחלתם... הארעוואניע פון צענדליגע יארן קומט נישט צו גיין צו פיס...

ר' משה'לע איז געווען אן עובד ה', אבער א מענטש וואס מען האט אים געקענט מאניפולירן, ער האט עס נישט געטאן אליין, זיינע גבאים האבן אים ליידער געפירט אין באד אריין. דו פרעגסט ווי אזוי אן עובד ה' האט אזויפיל מעלאנעס? - וואס טוט זיך מיט זיין ברודער ר' מאטעלע, א צדיק הדור, אבער אויך אן עושר מופלג וואס האט מסתמא מער פון זיין ברודער? גבאים האבן אים מסביר געווען אז למען כבוד בית ויז'ניץ דארף אזוי זיין און ער האט געגלויבט דערין.

אל תדון חבירך עד שתגיע למקומו.