בלאט 6 פון 22
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:32 pm
דורך מוח שליט
קאווע,
א Masterpiece ממש א געוואלד.
פארשטייט זיך אז איך וויל עס דורך לערנען בעיון פאר איך קאממענט אויפן תוכן. ס'איז שוין דא די בלויע גמרות אויף דעם? אדער גאר מהדורת אבן ישראל?
מיט דיין הערליך שטיקל ארבעט ווערט ארויסגעברענגט במוחש ממש, ווי פשוט עס איז אז קלוגער געקינצלטער שרייבער שרייבט דוקא מיט צענדליגע רמזים, ניין? לפי"ז אפשר דארף מען אפי' נישט זאגען דאס וואס די זאגסט אין דיין פריערדיגער פאוסט, אז די חז"ל האבען אלע פאקטן געוויסט פאראויס, אין אז זיי האבען פשוט געטראפען רמזים כעין אסמכתא'ס אינעם פסוק. אפשר איינמאל מען פארשטייט אז עס איז געשריבן געווארן קינצלעריש געקיצעלט, מיט רמזים אין פאעזיע, קען מען זאגען אז חז"ל האבען טאקע געזוכט אט די דקותדיגע רמזים? אין פין די רמזים האבען זיי ארויסגעלערנט הלכות.
אין יעצט צוריק צו דיין שטיקל ארבעט.....
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:36 pm
דורך קאווע טרינקער
ייש"כ.
ברוך הנותן לקאווע דעת.
דאס איז מיר איינגעפאלן אויף שבת. איך האב געמוזט האלטן קאפ ביז מוצאי.
שבת, איז ביי מיר א "טראכטן טאג", הרהורים מותרים. א גאנצע וואך האב איך ניטאמאל צייט צו חלום'ען. ווי פריה איך זאל נאר אויפשטיין וועט דאס זיין שפעט. לערנען; דאווענען; שמועסען; טרינקן קאווע (נישט בחינם רופט מען מיך קאווע טרינקער); אויפשרייבן אין גראסערי; צוטיילן די קינדער פאר אלע מוסדות אין שטאט; קאמפלימענטן דאס ווייב פארן זיך אזוי שיין אנטוהן פאר איר באסס; און צום לעצט, טרעפן דעם ארט וואו איך האב אוועקגעשטעלט מיין אדעססי נעכטען נאכט – די אלע זאכן מוטשען מיך זייער אויס, איך בין שוין אויסגעארבעט נאך איידער דער ארבייט-זייגער קלאפט 9. ווער רעדט נאך פון די פרעשור ביים ארבעט זעלבס. איר מיינט טאקע ס'גרונג צו פירען געשעפטען און ליינען "נישט געליינטע הודעות" בהעלם אחת? צו מאכן א לאנגע טאג קורץ, גלייבט מיר, איך רילעקס כמעט נישט. ביינאכט ווען מיין רעכטע פיס איז שוין אין בעט, בין איך שוין נישט דאהי צו געדענקען ווען און וויאזוי די לינקע פיס איז אהער געקומען. אפילו פאר בערב-אל-תנח, האב איך קיין כוח.
ס'קומט אבער שבת, בפרט אין די ווינטער פרייטאג'ס, וואס איך בין זיך נוהג, כמנהג בית אבותי, צו מאכן פרי-שבת, אזוי אז זיבן-דרייסיג האלט מען שוין נאך די זופ, מיט פארקלעבטע אויגן. נאך א קורצע, אבער טיפע, דרימעל וועק איך זיך אויף צו א ליידיגער טיש, ס'שא שטיל. א פלעסטיג-גלעזעל מים-אחרונים-וואסער ווארט מיך אפ, מ'פארגעסט נישט צו זאגן די ברכה אשר נתן שבתות. די סעודה איז פארטיג, און מיין שבת הייבט זיך אן: איך לייג מיך אריין אין בעט, כ'דריי דעם גע'אסר'טן שבת-לעמפ, כ'עפען די גע'אסר'טע ספרי קודש, און מיט די גע'אסר'טע פאשקעס'עס פאווערע זיסע טשאקלעד אויף דער זייט, ווער דארף מער?
אז מ'רעדט שוין, וויל איך טאקע באדאנקען כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, פארן נישט פירן טיש, אזוי ארום בין איך פריי כאטש איינמאהל א וואך. Just kidding דער אמת איז, כ"ק שליט"א פירט יא א טיש, וועכענטלעך, ער פירט, אבער איך לאז זיך נישט פארפירען. רש"י אין בחוקותי זאגט קלאר, אז פרייטאג-צו-נאכטס איז א צייט וואס מענטשען בלייבן אינדערהיים! און אז רש"י – דער ר'בן ש'ל י'שראל – האט נישט געפירט טיש, דארפסטו נישט זיין קלוגער ווי רש"י. א חוץ אויב דו ביסט ר'בן ש'ל כ'ל ב'ני ה'ג'ולה.
יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.
ס'איז נישט מיין.
אדרבה, לאמיר מברר זיין דעם אמת.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:43 pm
דורך kliger
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך האב שוין אויבן געזאגט, אז לויט געוויסע, האבן חז"ל געהאט די כוח פון טוישען זייער קבלה - על זמן ס'שטימט מיט די י"ג מידות שהתורה נדרשת בהן. בפרט ווען א צווייטער שטייט און שרייט אז זיין קבלה איז אנדערשט. ממילא, שמאי שרייט צו הלל: דו זעהסט נישט אז מיין קבלה איז ריכטיג? קוק נאר אריין אין די פסוק! הלל האט זיך נישט געלאזט, און אפילו נישט מטיל ספק געווען צו טוישן זיין מסורה, הן ווייל ער האט אויך א פסוק אויף זיין זייט, והן שמאי'ס פסוק איז נישט קיין הכרח אויף דעם לימוד.
ועוד, מהיכי תיתי אז ס'איז געווען א מסורה בנוגע די מצוה פרו ורבו? יתכן אז מ'האט פארגעסען מיט די צייט, ס'איז נישט געווען נוגע למעשה ווייל מ'האט מקיים געווען ולערב אל תנח, ס'איז נישט געווען קיין שובבים שיעורים. שטארק מעגליך אז ס'איז נישט געווען א קלארע דין. ע"כ רייסען זיך ארום שמאי און הלל וואס די כוונת התורה איז.
סא פונקט אביי מיט רבא האבן געהאט 100,000 קבלות ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
איז ביי דיין משל דא 10 וועגן אין א פסוק ממש פארקערט איינס פונעם צווייטען?
פארוואס שטייט נישט אייביג פון וועם ער זאגט עס נאך ,און אסאך פלעצער שטייט 5 א"ר ביז ארויף? אודאי איז דאס אייגענס!
(חוץ די 100ער לישנא אחרינא און איכא דאמרי)
איך קען ברענגען גאר אסאך ריאות אז דאס איז נישט ריכטיג,
ברענג נאר איין סמך אדער מקור צו דיין הנחה
עס איז א שיינע תירץ פאר בחורים און ישיבה
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:47 pm
דורך קאווע טרינקער
רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:52 pm
דורך kliger
הרב קאווע.
נאך אזא מייסטער ארבעט דארף איך ווען מער מאריך זיין (און איך האב גאר אסאך)
וואס זאל איך אבער טוהן אז טייפן איז מיר א גיהנם......
נאך איין זאך: פארוואס אסאך מאל ווען איינער קריגט זיך אויף א דרש זאגט ער אים כלך אצל אגדה?????
איז אגדה מער היתר ??
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:54 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, ווייל אין אגדה מעגסטו צולייגען פעפער און זאלץ, ווייל ס'איז נישט נוגע למעש"ה, נאר פאר מעש"ה. - סך הכל לייגט ער בעסער אראפ די מכה פון צפרדע.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:55 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.
דער איז נא וואן סייז פיט אלל מהלך . ביי יעדע דרש שלעפט אפיר א צווייטער מהלך .רמב''ם מלבים ריטבא וכו.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 12:56 pm
דורך kliger
קאווע טרינקער האט געשריבן:רוב מחלוקת צווישען אביי ורבא איז נישט "וואס מיינט די תורה", ממילא קומט נישט אריין די ענין פון קבלה און מסורה אהער. זיי זענען פשוט מחלוקת "וויאזוי זאל מען פסק'ענן?"
רוב מחלוקת זענען טאקע יא "וואס מיינט די תורה" ודו"ק
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:02 pm
דורך קאווע טרינקער
א מחלוקה אויב "דייסא" איז גוט פאר עירוב תבשילין, א מחלוקה אויב בשוגג מותר לו למוצאי שבת, צו מ'דארף ווארטן בכדי שיעשו, זענען מחלוקת וואס זענען נידון געווארן בכל דור ודור דורך די מו"צים אין אלע דורות, ס'האט קיין שייכות נישט מיט די תרי"ג מצות וואס חז"ל האבן געהאט א קלארע מסורה, עכ"פ ביי רובא דרובא פון די טאג טעגליכע מצוות. אלע אנדערע שאלות זענען געווען פונקט אזויווי די שאלות אין מנחת יצחק, ויען יוסף, קנה בושם, באר משה, חלקת יעקב, עמק תשובה. אין די תקופה פון רבי האט מען דאס מסכם געווען בצורת "משניות", דיונים וואס זענען פארזעהן געווארן זענען נסכם געווארן די אמוראים וכו'.
איידער רבנים האבן גע'פסק'נט ארויס פון פסקי תשובות, איז נישט געווען קיין מהלך אין הוראה? אוודאי יא, יעדע מורה הוראה האט געהאט זיין מסורה. ביז ס'געקומען די פסקי תשובות, און אז א בעל-בית כאפט א רב וואס ווייסט נישט פון ציץ-אליעזר'ס פסק, ווערט אן עם הארץ!
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:06 pm
דורך מוח שליט
כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.
ויהי. אין ויהי אלא לשון צער-חודש האביב. פסח היה. – כוס הבכור, זו כוס של קידוש. ומפני כבודו של אותו צדיק שנכשל בברכה לבטלה, שינה הכתוב. דבר אחר, שבחודש האביב החליף הכוס של בכורה, שהקהיל הקהל ליתן הבכורה לגדול האחים, אבל לבסוף לא נתנוה לו. ואע"פ שלא נתנה אז להצעיר, אבל כיון שחזר מנתינתו לו במעמד כה גדול, מעלה עליו הכתוב כאילו כבר נתנה להצעיר. ויש מביאין ראי' מפסוק זה שבאמת החליף הבכורה, אבל ישתקע הדברים ולא יאמר.
(איך בין נישט זיכער ווען די חוה"מ מעשה איז געשען. ווען נאכען ווארטן א פאר שעה פאר א דרשה, האט שלמה שמש געזאגט די קערצסטע דרשה אין היסטאריע, "א גיטען מועד". איז דאס טאקע געווען פסח?)
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:06 pm
דורך kliger
נולד מאוחר האט געשריבן:יידל האט געשריבן:קאווע, איך קען יעצט נישט מאריך זיין אבער כ'מיין אז דיין מהלך איז א פראבלעם מצד די טויזענטע דרשות חלוקות וואס זענען פארהאן.
דער איז נא וואן סייז פיט אלל מהלך . ביי יעדע דרש שלעפט אפיר א צווייטער מהלך .רמב''ם מלבים ריטבא וכו.
דאס איז א גוטע משל..
ווען די ריטב"א רמב''ם ( און אפילו מג"א טו"ז מחצית השקל)זאגט אן אינטרעסאנטע פשט אין א גמ' להלכה, האט ער דאס געהאט בקבלה?
אזוי אויך פארדייט מען משניות ממש פארקערט
וויאזוי איז ער 100% זיכער צו זאגן די פשט???
פארוואס זאגט מען נישט "איני יודע"
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:10 pm
דורך kliger
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, ווייל אין אגדה מעגסטו צולייגען פעפער און זאלץ, ווייל ס'איז נישט נוגע למעש"ה, נאר פאר מעש"ה. - סך הכל לייגט ער בעסער אראפ די מכה פון צפרדע.
דאס איז א סתירה צו אויבן
"חכמינו זכרונם לברכה האבן געהאט מקובל די מעשה מיט די פרטי הסיפור, אסאך מער מפורש ווי ס'געשריבן אין תנ"ך. במשך זייער תקופה האט יעדע בעל דרשן געטראפן אין די פסוק א רמז (א רמז מיינט אנצוצייכענען) און א זכר אינעם פסוק צו יענע-און-יענע פרט פון די לאנגע מעשה"
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:15 pm
דורך קאווע טרינקער
איך האב קלאר געשריבן אויבן
אבער דער פריערדיגען כלל, אז חז"ל האבן גארנישט מחדש געווען, נאך סך הכל "מראה מקום אני נותן לך", איז אויך גילטיג ביי אגדה (אמנם בהלכה זה יסוד מוצק, ובאגדה זה כלל שיש חוץ מן הכלל). בפרט אין נ"ך ווי חז"ל נעמען ארויס די פשוטע ווערטער און זענען דאס ממתיק אז "ס'איז נישט ממש אזוי, ס'איז נאר צוליב... וועגן דעם שטייט אזא לשון", ותמצא כזה הרבה.
נאכאמאל.
ה' האט נישט געגעבן די תורה ווי א ספר חתום. אידן האבן פונטקליך פארשטאנען וואס "לא תעשה מלאכה ביום השבת" מיינט. משה האט זיי געזאגט די ל"ט מלאכות, די אבות מיט די תולדות.
אבער ווען דו פרעגסט אן היינט א רב עפעס א שאלה אין הלכות קידוש. אזא סארט שאלה וואס די פריעדיגע שו"ת ספרים ערוועינען נישט בכלל.
דער רב זעצט זיך אראפ ודאי עשה תשובה, ער ברענגט ראיות, הוכחות, אויף איין וועג ווערט שוין פארענטפערט א שטיקל סתירה ווער האט פונקט געטראפן וכדומה. קען מען זאגן אז דער רב האט במסורה בקבלה די פסק פון די שאלה? אוודאי נישט, ס'איז דאך א נייע שאלה. אין די צייטן פון די פריעדיגע רבנים איז נישט געווען אזא מציאות.
איי וויאזוי האט א בשר ודם צו מחדש זיין הלכות אן קיין מסורה, די תירוץ איז אז הא גופא איז רצון נותן התורה: דא האסטו מיין תורה, פון דעם לערן ארויס - לויט די כללי הלימוד - וויאזוי זיך צו פירען ווילאנג די וועלט שטייט!.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 1:27 pm
דורך מוח שליט
קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......
אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 5:17 pm
דורך מ גפני
מוח שליט האט געשריבן:כ. ויהי בחודש האביב, ויחלף כוס הבכור לפני הצעיר.
(איך בין נישט זיכער ווען די חוה"מ מעשה איז געשען. ווען נאכען ווארטן א פאר שעה פאר א דרשה, האט שלמה שמש געזאגט די קערצסטע דרשה אין היסטאריע, "א גיטען מועד". איז דאס טאקע געווען פסח?)
נעוואדע!!
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 6:43 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:אכילה, שתייה, רחיצה, נעילת הסנדל, און מאחורי הפרגוד.
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:22 pm
דורך יאיר
מוח שליט האט געשריבן:קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......
אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.
לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, אויב פון די משנה דורכאויס די הונדערט-צוויי הונדערט יאר איז אריינגעפאלן אזויפיל אומצאליגע טעותים אז דער טעקסט איז שוין נישט צום דערקענען, ווי אזוי קען מען זיך בכלל פארלאזן אויף תורה שבעל פה, ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר איבער טויזנט יאר נאר פון אויסנווייניג, אן קיין שום כתבים?
נשלח: זונטאג יאנואר 13, 2013 11:45 pm
דורך גלעזעלע
יאיר האט געשריבן:לענינינו, זע איך אז דו האסט נאר פארענטפערט ר' שמעון. אבער דאס איז נישט דער טיפישער צוגאנג פון חז"ל, און נישט אויף דעם איז אונזער שמועס. אונזער שמועס איז ר' יהודה'ס דרשות. יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר, און אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען אז דער פסוק מיינט על דרך משל, אדער אז אין יענע צייטן איז דאס יא געווען נארמאל, אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען געווען נארמאל אין יענע צייטן, דאס וואלט געווען דער בעסטער צוגאנג פאר א ראציאנעלער געדאנקעגאנג, אבער אנשטאט דעם, רעזארט ר' יהודה צו דרשות אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול ומראה, דאס הייסט טעכניש האט ער זיך ארויסגעדרייט, אבער טעארעטיש נישט, ווייל לו יצוייר עס וועט זיין אזא מעשה מיט אלע פרטים, וועלן מיר דאך מקיים זיין סקילה, און דעמאלט וועט דעם נישט זיין שווער די קשיא, פארוואס קומט זיך אים מיתה?
.
פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק.
יאיר, דיין טענה איז, לו יצוייר עס שטעלט זיך אויס אזא מעשה מיט אלע פרטים וכו. ביטע געדענק אז חז"ל זענען די וואס האבן שוין מחליט געווען אז ר יהודה איז מסכים צום מהליך פון לא היה ולא נברא. כמאן אזלא הא דתניא: בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר, כמאן? כרבי יהודה. עס איז משמע אז די גמרא איז נישט מסכים צו דיין טענה," לו יצוייר". מח שליט האט געטראפן איטרעסאנט אז פונקט ווי ער האט חושד געווען אז ר יהודה דילט דא נישט נאר מיט די טעקנאקעליטיס ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון . נאר מיט א ברייטערן נקודה פון לא היה ולא נברא. טרעפט ער אז חז"ל זענען מסכים צו איהם.
דרוש וקבל שכר מיינט לכאורה נישט בלויז צו מאכן די תורה אביסעל לענגער אז מען זאל האבן מער וואס צו לערנען. וויל אויב אזוי האט כביכול נאר געדארפט כאפן א דרימעל אויפן קיבארד אין עס זאלן פליען אותיות און די וועלט אריין און מיר וועלען באקומען שכר פארן דאס לערנען . נאר דאס מיינט אז תנ"ך האט איינגעקליידעט געוויסע נקידות אין א טעארעטישען דוגמא וואס קען לאו דווקא געשען אין ריאלעטי, אבער די נקידות זענען וויכטיג און מען האט שכר פארן דאס זיך אפלערנען. דאס שלאגט אפ דיין פראבלעם אז אויב אזוי האט ר יהודה זיך נאר ארויסגעדרייט טעכניש אבער נישט טעארעטיש, דאס איז אקוראט וואס לא היה ולא נברא מיינט, און טעארעטיש דארף דאס האבן א פשט אויך לויט ר שמעון.
מען דארף נעמען אין באטראכט אז צו זאגן אויף א חלק פונעם תורה אז לא היה ולא נברא אלא דרוש וקבל שכר. איז גאר א גרויסען טריט, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז טייל תנאים וואלטן פאר קיין פרייז נישט מסכים געווען דערצו. און מיר זעהן אז למעשה איז ר יהודה מסכים צו דעם גרויסען חידוש. טענהט מח שליט בסך הכל, אז עס איז מסתבר אז די אנדערע סברות האבן שוין געבושעוועט אין זיין קאפ און ער האט נאר געברויכט דעם לעצטען שטופ פון דעם רמז הקרא צו מסכים זיין דערצו. די אנדערע ברירה איז אנצונעמען אז נישט נאר איז ר יהודה אפירגעקראכן מיט עפעס א וואנדערבארן חידוש "קולן שווין", און אויב דאס איז נישט גענוג , נא דיר "מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין". ער איז גאר געווען אזוי משוכנע דערצו אז ער איז געווען גרייט לכבוד דעם מקריב זיין די גאנצע פרשה צום לא היה ולא נברא קאטערגאריע. איך קען פארשטיין אז מח שליט זאל דאס זעהן אלס א גרעסערן דוחק .
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:05 am
דורך מוח שליט
יאיר האט געשריבן:מוח שליט האט געשריבן:קליגער שרייבט,
אבער איך קען ענפערן א תירץ
אלא אי איתמר הכי איתמר......
אזעלכע תירוצים ענטפערט מען נאר:
ווען די כתבים וואס זענען איבערגעשריבען געווארן פין מימרות וואס זענען הונדערטער יארן אלט.
אין מיר געדענקן דאס נאר אדורך חזרה בעל פה. [אי אתה רשאי לכותבם],
אדער געשריבען פריוואט פאר זיך אין קיינמאל נישט געטשעקט מיט א צווייטען צו מען האט דאס ריכטיג גשריבען [מגילות סתרים]
וואס בהכרח איז דא לאין שיעור טעותים,
אין מען קען נישט טוישען דורך שיקען מעסס אימעילס פארן עולם.
מיז מען דעריבער בלייבן מיטן נוסח וואס איז געווארן אקצעפטירט [כענין משנה ראשונה לא זזה ממקומה], אין זאגן פשעטעלעך אינעם נוסח.
לויט ווי דו לייגסט עס אראפ, אויב פון די משנה דורכאויס די הונדערט-צוויי הונדערט יאר איז אריינגעפאלן אזויפיל אומצאליגע טעותים אז דער טעקסט איז שוין נישט צום דערקענען, ווי אזוי קען מען זיך בכלל פארלאזן אויף תורה שבעל פה, ווען עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר איבער טויזנט יאר נאר פון אויסנווייניג, אן קיין שום כתבים?
די רעדסט פין די תושבע"פ וואס טייטשט אפ תורה שבכתב? עס איז דאך מעגליך אז זיי האבען דעמאלטס אפגעלערנט די רמזים פין פסוקים. נישט אז זיי האבען געהאט טויזענטער קבלות וואס זיי האבען געדארפט געדענקן.
די ביסט אבער גערעכט בנוגע תורה שבע"פ, אז עס האט געהערשט א געוואלדיגע שכחת התורה כמבואר בספרים. אין דערפאר האט רבי געזאגט עת לעשות לה' הפרו תורתיך, כידוע.
די גמרא שטייט אז ווען משה רבינו איז געשטארבען איז פארגעסן געווארן אסאך הלכות. [רוף עס הלכות אדער מושגים וואטעווער]. הונדערט פאכיג אזוי, איז געווען ביים חורבן הבית ווען דאס גאנצע פאלק איז פארטריבן געווארן. עס איז אוודאי פארגעסן געווארן גאר אסאך זאכען. אבער 'זה מה שיש'.
שטייט אין ילקוט שמעוני שמואל ב רמז קסא
אמרת ה' צרופה אמר רבא לא נתנו המצות אלא לצרף בהן הבריות וכי מה איכפת לו מי שהוא שוחט מן הצואר ומי שהוא שוחט מן העורף הוי אומר לא נתנו המצות אלא לצרף בהם את הבריות.
מען דארף האבען א לעגיטימער סיסטעם, עס איז נישט קיין נפק"מ צו מיר האבען ממש צוגעטראפען צום רצון ה'. אדרבא, תורה לאו בשמים הוא. יפתח בדורו כשמואל בדורו, אתם אפי' מוטעים, אפי' אומרים לך על ימין שהוא שמאל. דער עיקר אז מען טוט מיט א לאגישער מהלך אונטער די אומשטענדן וואס מען איז. כעין ווי דער גר"א טייטשט אויפען בת קול פין נצחינו בני וואס איז געקומען ווען די חכמים האבען זיך נישט צוגעהערט צום בת קול. אז נצחינו בני, זיין האבען געמאכט מיין תורה פאר נצחיות. ווייל זיי האבען אוועקגענומען איר אפהענגיקייט אין צוטרעפן צום אמתן רצון פין גאט, אין זיי האבען דאס געמאכט אינגאנצען תלוי אין די בעסט עפפארט וואס אינז מענטשעלעך קענען מאכען.
אויב די גאנצע סיבה איז לצרף בהן את הבריות, איז דאך באמת נישט אזא גרויסע נפק"מ צו מען האט ריכטיג געכאפט די פרטים. די רמב"ם אין מורה חלק ג' כו' זאגט אז די ענין פין לצרף בהן את הבריות גייט אויף די פרטי המצוה. ממילא איז דאך רוב דיטעילס וואס מען איז פארנומען אינעם תושבע"פ נאר נוגע אז מיר זאלען טון אונזער בעסט עפפארט אפצוטייטשען וואס גאט וויל פין אונז. מיט דעם איז נתמלא די מטרה פין לצרף בהן את הבריות.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:06 am
דורך יאיר
גלעזעלע האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:לענינינו, זע איך אז דו האסט נאר פארענטפערט ר' שמעון. אבער דאס איז נישט דער טיפישער צוגאנג פון חז"ל, און נישט אויף דעם איז אונזער שמועס. אונזער שמועס איז ר' יהודה'ס דרשות. יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר, און אין בעסטן פאל זיך ארויסדרייען אז דער פסוק מיינט על דרך משל, אדער אז אין יענע צייטן איז דאס יא געווען נארמאל, אזוי ווי אנדערע זאכן וואס זענען געווען נארמאל אין יענע צייטן, דאס וואלט געווען דער בעסטער צוגאנג פאר א ראציאנעלער געדאנקעגאנג, אבער אנשטאט דעם, רעזארט ר' יהודה צו דרשות אז ביידע מוזן האבן דעם זעלבן קול ומראה, דאס הייסט טעכניש האט ער זיך ארויסגעדרייט, אבער טעארעטיש נישט, ווייל לו יצוייר עס וועט זיין אזא מעשה מיט אלע פרטים, וועלן מיר דאך מקיים זיין סקילה, און דעמאלט וועט דעם נישט זיין שווער די קשיא, פארוואס קומט זיך אים מיתה?
.
פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק.
יאיר, דיין טענה איז, לו יצוייר עס שטעלט זיך אויס אזא מעשה מיט אלע פרטים וכו. ביטע געדענק אז חז"ל זענען די וואס האבן שוין מחליט געווען אז ר יהודה איז מסכים צום מהליך פון לא היה ולא נברא. כמאן אזלא הא דתניא: בן סורר ומורה לא היה ולא עתיד להיות, ולמה נכתב - דרוש וקבל שכר, כמאן? כרבי יהודה. עס איז משמע אז די גמרא איז נישט מסכים צו דיין טענה," לו יצוייר". מח שליט האט געטראפן איטרעסאנט אז פונקט ווי ער האט חושד געווען אז ר יהודה דילט דא נישט נאר מיט די טעקנאקעליטיס ווי עס קוקט אויס במושכל ראשון . נאר מיט א ברייטערן נקודה פון לא היה ולא נברא. טרעפט ער אז חז"ל זענען מסכים צו איהם.
דרוש וקבל שכר מיינט לכאורה נישט בלויז צו מאכן די תורה אביסעל לענגער אז מען זאל האבן מער וואס צו לערנען. וויל אויב אזוי האט כביכול נאר געדארפט כאפן א דרימעל אויפן קיבארד אין עס זאלן פליען אותיות און די וועלט אריין און מיר וועלען באקומען שכר פארן דאס לערנען . נאר דאס מיינט אז תנ"ך האט איינגעקליידעט געוויסע נקידות אין א טעארעטישען דוגמא וואס קען לאו דווקא געשען אין ריאלעטי, אבער די נקידות זענען וויכטיג און מען האט שכר פארן דאס זיך אפלערנען. דאס שלאגט אפ דיין פראבלעם אז אויב אזוי האט ר יהודה זיך נאר ארויסגעדרייט טעכניש אבער נישט טעארעטיש, דאס איז אקוראט וואס לא היה ולא נברא מיינט, און טעארעטיש דארף דאס האבן א פשט אויך לויט ר שמעון.
מען דארף נעמען אין באטראכט אז צו זאגן אויף א חלק פונעם תורה אז לא היה ולא נברא אלא דרוש וקבל שכר. איז גאר א גרויסען טריט, און עס איז נישט אויסגעשלאסן אז טייל תנאים וואלטן פאר קיין פרייז נישט מסכים געווען דערצו. און מיר זעהן אז למעשה איז ר יהודה מסכים צו דעם גרויסען חידוש. טענהט מח שליט בסך הכל, אז עס איז מסתבר אז די אנדערע סברות האבן שוין געבושעוועט אין זיין קאפ און ער האט נאר געברויכט דעם לעצטען שטופ פון דעם רמז הקרא צו מסכים זיין דערצו. די אנדערע ברירה איז אנצונעמען אז נישט נאר איז ר יהודה אפירגעקראכן מיט עפעס א וואנדערבארן חידוש "קולן שווין", און אויב דאס איז נישט גענוג , נא דיר "מדקול בעינן שוין - מראה וקומה נמי בעינן שוין". ער איז גאר געווען אזוי משוכנע דערצו אז ער איז געווען גרייט לכבוד דעם מקריב זיין די גאנצע פרשה צום לא היה ולא נברא קאטערגאריע. איך קען פארשטיין אז מח שליט זאל דאס זעהן אלס א גרעסערן דוחק .
שלום עליכם, מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פונ'ם גלעזעלע!
צום ענין, זיי מדייק וואס איך האב געשריבן אין דעם תגובה וואס דו ביסט מעתיק:
יאיר האט געשריבן:יעצט ווילסטו זאגן אז די סיבה פארוואס ר' יהודה דרש'נט די דרשות איז ווייל ער האט נישט געקענט גלייבן אז עס זאל מיינען כפשוטו. איך האלט אויך אזוי, אבער דעמאלט וואלט ער דאס געדארפט זאגן אפן און קלאר
דהיינו, איך אנערקען אויך אז די סיבה צו אזא מאדנע דרשה איז ווייל ער האט געהאלטן מסברא אז דאס קען נישט זיין כפשוטו, מיין פראבלעם איז מיט די סאלושען וואס ר' יהודה גיבט. מח שליט פרובירט עס צו מאכן ראציאנעל, און זאגן אז אין א טעקסט פון א בשר ואדם איז אויך יתכן אז מען וואלט אזוי אריינגעלערנט, מיין האמבל אפיניאן איז, אז די עצה פון באשאפן א תנאי פון קול ומראה שוה איז זייער נישט מסתבר, מהסיבות שכתבתי, און אויב וויל רבי יהודה זיך אן עצה גיבן, איז דא אנדערע אופנים, קען זיין אז בן סורר ומורה איז מער ווי סתם עסן און טרינקען, קען זיין אז דעמאלט איז עס געווען נארמאל, אזוי ווי לא תחיה כל נשמה איז געווען נארמאל, וכו'. דאס וואס ער אפפערט אזא מאדנע סאלושן ווייזט מיר אז ר' יהודה האט לכתחילה נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו שפילן מיט פסוקים און אריינלערנען סיי וואספארא דרשות ווייל דעם מהלך האט ער מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני (אזוי ווי ס'איז ניכר פון אנדערע דרשות חז"ל) און ממילא אז ער האט געהאט א פראבלעם מיט בן סורר ומורה איז אים געווען א געשמאקע עצה צו ארויסנעמען עטליכע דרשות פון בוזעם טאש, נישט קיין חילוק אויב ס'איז ראציאנעל אדער נישט, און פטור אן עסק, בן סורר ומורה איז אראפ פון טיש, לא היה ולא נברא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:26 am
דורך נולד מאוחר
דוד ווייס פון טענהט אז ביי חזל איז די מושג וואס מיר האבן אז טעקסט מיז מיינען וואס ס'שטייט, נישט געווען אנגעמומען.
ער ברענגט א ראיה פון די גמ' און שבת. איינער זאגט דארט ביז איך בין אלט געווען 22 יאר האב איך נישט געוויסט אז אין מקרא יוצא יוצא מידי פשוטו. ער ברענגט נאך א ראיה פון די אופן ווי חזל האבן אפגעלערנט יובם .
ער טענהט נאכמער אפי' דאס וואס חז''ל זאגט דארט אין מקרא יוצא ... איז אויך אוועק געגאנגען פון סטריקטלי פשט . כמיין ער רעדט פון די גמ' ויתד תיהי על אזנך לגבי צאות שבת אז ס'הייסט א תכשיט.
זיין ספר
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 12:38 am
דורך מוח שליט
יאיר שרייבט,
וייזט מיר אז ר' יהודה האט לכתחילה נישט געהאט קיין פראבלעם זיך צו שפילן מיט פסוקים און אריינלערנען סיי וואספארא דרשות ווייל דעם מהלך האט ער מקבל געווען איש מפי איש מפי משה בסיני (אזוי ווי ס'איז ניכר פון אנדערע דרשות חז"ל) און ממילא אז ער האט געהאט א פראבלעם מיט בן סורר ומורה איז אים געווען א געשמאקע עצה צו ארויסנעמען עטליכע דרשות פון בוזעם טאש, נישט קיין חילוק אויב ס'איז ראציאנעל אדער נישט, און פטור אן עסק, בן סורר ומורה איז אראפ פון טיש, לא היה ולא נברא.
הוא אשר דיברתי. די גייסט מיט דיינע פריקאנסיעווד איידיעס בשעת ווען דאס גופא איז אונטער אינוועסטיגעישען. איך פארשטיי אין רעספעקט אז די ביסט זייער קאנווינסד אין דיין קוק ווינקעל. אבער מיר דארפען קענען סאספענדען דזאדזמענט אין דן אויף די זאך כשלעצמו.
די ביסט דאך מסכים אז אויב מיר וועלן טרעפן פיפצען פלעצער ווי די דרשות מאכען סענס, וועלן מיר האבען אן אנדער קוק אויף דרשות חז"ל. נו, לעטס בי קריעיטיוו. לאמיר נישט זיין פין די הערד מענטאליטי אין נאכגיין עסטעבלישמענט. [איך רעד אקעדעמיע עסטעבלישמענט ווי למשל ווייס הליבני, אדער אנדערע]. Who knows, we might surprise ourselves.
אז אונזער אייגענע 'קאווע טרינקער' האט געקענט צאמשטעלן אפאר שורות אין איין שבת ביינאכט, וואס זאל מרמז זיין צו כמה וכמה ענינים, פארוואס קען מען נישט ענטערטעינען די איידיע אז די תורה שבכתב האט אויך דאס געטון? ברענג מיר ארויס די נפק"מ ביטע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2013 1:40 am
דורך מוח שליט
גלעזעל שרייבט,
פותחים בכבוד האכסניא. מח שליט, You truly amaze me. עס זענען דא נקידות וואס איך בין לאו דוקא מסכים מיט דיר. אבער עס איז שיין צו זעהן א שארף און קלארן מח וואס איז זיך נישט משטליט אויף די וואס טראכטן נישט גלייך מיט איהם, א דאנק
אדרבא, וואס ביסטו נישט מסכים מיט מיר. אויש, כ'האב שיעור פארגעסען צו שקויעך פאר די ווארימע ווערטער.