בלאט 6 פון 10
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:16 pm
דורך מאטי
א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:53 am
דורך פישלע העררינג
מאטי האט געשריבן:א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.
ווי אויך ווערן די צוויי טשעקס בלוי ווען דער מקבל ליינט עס. ללמדך, אז דער ביז היצטיגע דאבל טשעק איז נישט געוועהן א באווייז אז יענער האט געליינט דער מעססעדזש.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:08 am
דורך מאטי
דאס האט מען שוין געקענט וויסן ביים טשעקן "לעסט סיען."
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:19 am
דורך zurich
מאטי האט געשריבן:דאס האט מען שוין געקענט וויסן ביים טשעקן "לעסט סיען."
און ווען יענער האט געמאכט אז מען זאל נישט קענען זעהן " לעסט סיען" האט מען נישט געקענט וויסן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:20 am
דורך ביבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:א פרישע אפדעיט. מ'קען זען אויף געשיקטע מעסעדזשעס אויב/ווען דאס איז געליינט געווארן, דורך דרוקן אויפן מעסעזדש כאילו מ'קאפירט, דאן קומט ארויף אויבן אן "i" וואס ברענגט ארויף די אינפא. ביי וואטסעפפ-גרופעס זעט מען א פונקטליכע ליסטע פון אלע מעמבערס וואס האבן דאס שוין געליינט.
ווי אויך ווערן די צוויי טשעקס בלוי ווען דער מקבל ליינט עס. ללמדך, אז דער ביז היצטיגע דאבל טשעק איז נישט געוועהן א באווייז אז יענער האט געליינט דער מעססעדזש.
די צוויי בלויע טשעקס רעפלעיסן די ביז יעצטיגע גרויע, זיי ווערן בלוי אפילו פארן ליינען.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:23 am
דורך אפטעמיסט
כ'מיין אז ביסט דיך טועה
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:24 am
דורך ביבער
איך האב עס געטעסט...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:33 am
דורך פאלענד ספרינג
איין גרויע טשעק מיינט אז די מעסעדזש איז דעליווערד צום נעטווארק. צוויי גרויע מיינט אז ס'איז דעליווערד צום רעסיפיענט'ס פאון. צוויי בלויע מיינט אז יענער האט עס געליינט.
http://thenextweb.com/apps/2014/11/05/w ... ages-read/
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:36 am
דורך ביבער
באמת לויט
וואטסעפפ בין איך נישט גערעכט, אבער טעסטנדיג מיט א חבר איז עס גלייך בעווארן בלו אפילו פארן ליינען, אויך די i קנעפל האט געוויזן אז ס'נאכנישט געליינט געווארן אבער בלו איז עס שוין געווען, אדרבה ווער נאך קען טעסטן? ס'מיר וויכטיג פאר שלום בית...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:42 am
דורך אפטעמיסט
איך האב יעצט געטעסט, ס'ווערט נאר בלוי איינמאל יענער לייענט עס
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:17 pm
דורך פליקער
זיי ברויכן צילייגן וואס בלעקבערי האט ציגעלייגט די אפציע צי ריטרעקטן די מעסעדש
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 5:20 pm
דורך ביבער
מיט די לעצטע אפדעיט קען מען שוין דיסעיבלן די סטופיד ריעד רעסיטס, דערווייל איז עס נאר עוועלעיבל פון זייער סייט.
http://www.whatsapp.com/download/
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 8:59 pm
דורך שמעקעדיג
בקרוב גייען די מעסעדזשעס פון וואטסעפפ ווערן פארזיכערט און ענקריפטעד, אזש די קאמפעני אליינס וועט דאס נישט קענען ליינען אפילו די גאווערמענט פארלאנגט עס.
http://www.pcworld.com/article/2849320/ ... d-app.html
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:55 pm
דורך לאליפאפ
פיינע נייעס האט זיך ארויסגעקוילערט היינט.
גרופס קענען האבן מערערע עדמינס.
עס מאלט זיך אויף אונטערן גרופ סאבדזשעקט ווער עס טייפט.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 9:32 pm
דורך ביבער
גרופ'ס קענען שוין זיין ביז 100 מעמבער'ס.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 11:36 am
דורך שמעקעדיג
לאליפאפ האט געשריבן:עס מאלט זיך אויף אונטערן גרופ סאבדזשעקט ווער עס טייפט.
פיינע נייעס. ביי "טעלעגראם" איז שוין אזוי זינט כ'געדענק.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 3:59 pm
דורך נולד מאוחר
טעלעגרעם האט א פרייוועט טשעט סעטינג. מקען אנשטעלן אז סזאל נאך אפאר סקונדעס זוך אליין אטאמאטיש אויסמעקן. אויך קען מען נישט שיקן ווייטער. נאך מער, אויב מאכט מען א סקרין שאט שרייבט זוך ביים צווייטען אז יענער האט געמאכט א סקרין שאט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:16 am
דורך ידען
מע דארף מאכען א טעלעגרעם אשכול.
סיז בעסער ווי whatsapp?
וואס אי די מעלות פון עס?
נשלח: זונטאג יאנואר 11, 2015 9:46 pm
דורך [NAMELESS]
איז דא א וועג צו האבן what's app אויף א קאמפיוטער?
נשלח: מאנטאג יאנואר 12, 2015 10:57 pm
דורך ביבער
לעצטענ'ס געליינט אז אינעם קאוד פונעם לעצטן אפדעיט האט מען געטראפן קערנדלעך פאר א אפיציעלער וועב עפפ. האפענטליך וועט עס זיין ארויס בקרוב.
דערווייל איז דא אלטערנאטיווע וועגן, קיין איינס נישט סטאביל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 14, 2015 12:02 pm
דורך [NAMELESS]
אויף א tablet איז יא דא א וועג עס צו האבן?
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:16 pm
דורך א איד
למעשה אויף אן אייפעד האט איינער עפעס א מהלך צו קענען האבן וואטסעפפ?
נשלח: זונטאג יאנואר 18, 2015 2:08 pm
דורך קאצקע ציקער
א איד האט געשריבן:למעשה אויף אן אייפעד האט איינער עפעס א מהלך צו קענען האבן וואטסעפפ?
פרעג ר' גוגלן ער איז א צוגעלאזענער ער וועטיך זיכער העלפן