בלאט 6 פון 6

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 9:59 am
דורך גראף
וואס איז דער משוגעת פון אנלימיטעד סטארעזש ווען מען האט ווערייזאן סערוויס? מען מוז ארבייטען אויף וויי פיי און דו קענסט נישט האבן אנלימיטעד דאטע אויף ווערייזאן אפילו דו ווילסט צאלן דערפאר!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:13 am
דורך כלבאשבוע
שמעקעדיג האט געשריבן:
טרויבן88 האט געשריבן:נישט ריכטיג: HTC מאכט די טעלעפאון'ס פאר גוגל.

פון וואו נעמסטו דיין אינפארמאציע?


א אפענע סוד
https://www.bloomberg.com/gadfly/articl ... -you-loser

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 10:50 am
דורך שמעקעדיג
אינטרעסאנט. גוגל פרובירט איינצורעדן אז זיי פראדוצירן עס יא אליינס..

http://www.forbes.com/sites/jeanbaptist ... not-google

Re: גוגל נייעס

נשלח: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 4:07 pm
דורך טרויבן88
שמעקעדיג האט געשריבן:אינטרעסאנט. גוגל פרובירט איינצורעדן אז זיי פראדוצירן עס יא אליינס..

http://www.forbes.com/sites/jeanbaptist ... not-google

איך ווייס נישט ןוי די גרעניץ איז ווען מרעדט פון מאכן אליינס אנטקעגן אז איינער מאכט עס פאר דיר, למשל עפל מאכט אויך נישט אליינס זייערע פראדוקטן, foxcomm מאכט עס פאר זיי, איז לאמיר זאגן אז עפל האט א 10 יעריגע קאנטראקט מיט foxcomm מיינט דאס אז זיי מאכן עס אליינס? עס איז עקסקלוסיוו פיין אבער עס איז נישט זייער פעקטארי, זיי קענען אלעמאל אויפנעמען איינעם אנדערש, סא אין דעם חלק קען אפשר אויך הייסן אז גוגל מאכט עס אליינס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 1:55 am
דורך ונבנתה העיר

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2017 9:21 am
דורך שמעקעדיג
קען מען ערווארטן אז בקרוב וועלן אונזערע פילטערס נישט אדורכלאזן טעקסט מעסעדזשעס?

https://www.wired.com/2017/02/google-support-for-rcs/

Re: גוגל נייעס

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2017 2:26 am
דורך החוקר
א ראבאט פון באסטאן דיינעמיקס (א גוגל קאמפאני) גייט דורך פארשידענע טעסט'ס.
https://youtu.be/-7xvqQeoA8c

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:24 pm
דורך שמעקעדיג
דאס האב איך געשריבן א וויילע צוריק

שמעקעדיג האט געשריבן:אז יוטוב קליפס קען מען מאכן שנעלער אדער שטייטער לויטן געברויך.

ווען מען דרוקט אויפן סעטינגס קנעפל אונטן ערשיינט צווישן די אפציעס "SPEED", און דארט קען מען אנשטעלן פארשידענע שנעלקייטן.


די אפציע צו טוישן ספיד איז געווען נאר אויפ'ן דעסקטאפ, נישט אויפ'ן טעלעפאן. אצינד האט גוגל געמאלדן אז זיי ברענגען עס אריבער צום מאביל מארקעט.


https://thenextweb.com/apps/2017/08/07/ ... to-mobile/

אויך איז אין די נייעס אז יוטוב וועט האבן אריינגעבויט א מעסעדזשינג פיטשער אין יו-טוב

http://www.ubergizmo.com/2017/08/youtub ... g-feature/

איין זאך וואס איך האב מער ליב אויפ'ן מאביל ווי אויפ'ן דעסקטאפ, הלוואי קען דאס גוגל אריבערברענגען - איז אז מען קען ליינען יו-טוב קאמענטס בשעת דער ווידיאו בלייבט אין פראנט פאר דיר, ד.ה. ווען דו סקראולסט אראפ, סקראולן זיך בלויז די קאמענטארן, און נישט דער ווידיאו וואס שפילט. משא"כ אויפ'ן דעסקטאפ אינעם בראוזער סקרולט זיך דער גאנצער פעידזש אינאיינעם מיט'ן קליפ.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 11:50 pm
דורך כפתור
טוישן די ספיד איז זייער וויכטיג. ס'דא וואס פלאפלען אוועק מיט שטותים און גייען אויף די נערווען ביז זיי קומען צו צום פינטל.
איך מיין אז די מאקסימאם ספיד יעצט איז נאר דאפעלט. ס'וואלט געווען גוט ווען זיי לייגען צו א ספיד פון 4

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:23 pm
דורך שמעקעדיג
איר ווייסט וויפיל אינפארמאציע גוגל באזיצט פון אייך?
שאקירענד און שרעקעדיג.....

http://www.dailymail.co.uk/sciencetech/ ... e-you.html

נשלח: דינסטאג יאנואר 22, 2019 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
שוין געשריבן אין די APPS אשכול, אבער מפני החשיבות שבו (עכ"פ פאר מיר) איז כדאי עס צו פאוסטן דא אויכעט אינעם גוגל נייעס אשכול.
גוגל מאפעס באקומט צו דעם פונקציע צו צייגן די ספיד לימיטס אויפ'ן מאפע.
מיט דעם ווערט זי א טריט נענטער צו וועיז, כאטש וועיז האט נאך א מעלה דערצו אז ער ווייזט גלייכצייטיג דיין ספיד וואס דו דרייווסט;
אבער עכ"ז אפילו דער חלק אליינס איז באגריסענסווערד.