בלאט 6 פון 9
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 11:31 pm
דורך געפילטע פיש
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:01 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
יאיר האט געשריבן:אבער פארוואס נאכ'ן לערנען ווערן אלע סאטמארע אידן איבערצייגט אז נאר דאס איז אמת און יעדער וואס זאגט אנדערש איז א מסלף דברי אלקים חיים? איז דאס צוליב זיין הייליגע בארד אדער ווייל זיינע טענות זענען אזוי איבערצייגנד? אויב איז עס צוליב די צווייטע סיבה, דעמאלט איז נישט קיין חילוק צו הרב טייטלבוים זאגט עס אדער פרופ' שפירא זאגט עס.
דאס זעלבע ווי די קיהל'ע חברה נעמען אהן אלעס וואס די הייליגע סייענטיסטען זאגען.
די אממייסטענס באקאנטער סייענטפישע טעאריע איז פון איינשטיין. עס האט איבערגעדרייט די וועלט בשעת עס איז געווארען באשטעטיגט ביי די הייליגע סייענטיסטען מעריב אפריקע. אויף דעם עקספידישען זאגט סטיפען האוקינג [left]Einstein’s prediction of light deflection could not be tested immediately in 1915, because the First World
War was in progress, and it was not until 1919 that a British expedition, observing an eclipse from West Africa,
showed that light was indeed deflected by the sun, just as predicted by the theory. This proof of a German
theory by British scientists was hailed as a great act of reconciliation between the two countries after the war. It
is ironic, therefore, that
later examination of the photographs taken on that expedition showed the errors were as
great as the effect they were trying to measure. Their measurement had been sheer luck, or a case of
knowing
the result they wanted to get, not an uncommon occurrence in science. The light deflection has, however, been
accurately confirmed by a number of later observations.[/left]
עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה (ילקוט שמעוני תהילם רמז תתנ"ט)
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:08 pm
דורך מאראנצןזאפט
ליינענדיג דעם אשכול קוקט מיר אויס ווי דער הרב שפירא איז באמת א תלמיד חכם עצום בכל מכמני תורה, הלכה, מנהג, קורות ימי הדורות, ועוד.
ווי אויך זע איך אז ס'איז דא אזעלכע וואס האבן מיט אים א פערזענליכע קאראספעדאנץ, וועלט איך געוואלט בעטן א טובה.
ס'איז דא פארשידענע אגדות חז"ל וואס זענען מיר שווער און איך פארשטיי זיי נישט, אפשר וואלט איינער דא געקענט אנפרעגן הדרת גאונו פשט דערין.
1. ראשית חכמה יראת ה'. איך וואלט פארשטאנען ראשית חכמה חכמת ה', וואס האט יראה מיט חכמה.
2. אין דבר תורה מתקיימין אלא במי שממית עצמו עליה, שבת פ"ג ב'. איז נישטא קיין תלמידי חכמים וואס געבן זיך נאך אלע תענוגי עוה"ז כאוות נפשם הטוב?!
3. כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת, וכל שחכמתו אינו קודמת ליראת חטאו אין חכמתו מתקיימת, אבות פ"ג ב'. וואס איז דער לאגיק דערפון? לכאורה אז מ'לערנט דארף מען צו קענען.
4. כל אדם שיש בו תורה ואין בו יראת שמים דומה לגזבר שמסרו לו מפתחות הפנימיות וכו', שבת ל"א ב'.
5. כל האומר אין לו אלא תורה אף תורה אין לו, יבמות ק"ט ב'. וואס איז פשט? ער האט דאך יא תורה.
6. אמר להו רבא לרבנן במטותא מינייכו לא תירתון תרתי לגיהונם, וברש"י, להיות יגיעים ועמלים בעוה"ז בתורה ולא תקיימהו. יומא ע"ב ב'. איך פארשטיי נישט, איז דען נישט תורה לערנען א מצוה? באקומט מען נישט דערפאר קיין שכר.
וכהנה וכהנה, איך מיין נישט סארקאסטיש, און איך זאג נישט אז הרב שפירא איז נישט ערליך, איך ווייל פשוט וויסן, וואס האט תורה מיט יראה? קען מען דען נישט זיין א תלמיד חכם אפילו אויב מ'איז זיך נישט מתנזר מכל חמדת העולם? און אפילו מ'איז נישט מדקדק על כל קוץ וקוץ בקלה כבחמורה אזויווי אונזערע גדולי ישראל?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 7:59 pm
דורך קאווע טרינקער
רוב פון דיינע שאלות זענען עניני יראה, ס'כדאי זאלסט פרעגן דיין רבי שליט"א
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 2:49 am
דורך פוןדעסטוועגןדאך
קאווע טרינקער האט געשריבן:רוב פון דיינע שאלות זענען עניני יראה, ס'כדאי זאלסט פרעגן דיין רבי שליט"א
וואס ענטפערסטו?
א מענטש וואס האט חשבונות און נגיעות, וועט נישט זעהן דעם אמת.
האט ער דאך אן ערענסטע שאלה. א מענטש וואס איז שקוע בהבלי עולם הזה, וויל זעהן זאכען וואס זאל אים נישט שטערן מיט זיינע רצונות. איז דאך זיין קשיא פון אלע מאמרי חז"ל אייזען שטארק.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2013 5:28 am
דורך לעיקוואד
גוטע פינטעלך האט געשריבן:אינטערסאנט אז ער באציט זיך צו ר' שלמה פישר'ס התנגדות צו ר' משה פיינשטיין ז"ל, איך האב געהערט פון עטליכע אידען אז זיין התנגדות קעגען עם איז נישט נאר געווען איבער דעם ענין וואס פרופ' מארק שרייבט, נאר איבער זיין גאנצע גאונות, ער האט כמה פעמים זיך אויסגעדריקט שטארק נישט סימאפטיש קעגען זיינע חידושים ותשובות.
ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ר' משה איז געווארען א' 'גדול הדור' דורך די אמעריקע'נר פרויען וואס האבען נישט געוויסט בחייהון, זיי פלעגען עם אנרופען און פרעגען: "רב, ווען דארף מען צינדען היינט ליכט"? "5:16" האט ר' משה גענטפערט, האט די פרוי געזאגט "אהה שכויח שכויח פוסק הדור" אזוי אזי עס געווען וואך איין וואך אויס ביי אלע ניו יארקע פרויען ביז ער איז געווארען 'דער גדול'.
איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי א מקורב צו ר' שלמה'ן וועגן דעם און ער האט מכחיש געווען און געזאגט אז סנישט מסתבר אז ער איז אזוי מזלזל אין ר' משה פיינשטיין.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 5:22 am
דורך דעת תורה
שוין געברענגט דא?
א מאמר בנוגע ווער עס האט מסדר געווען דעם זוהר.אינעם מאמר גייט ער א גאנצע צייט ווי מער א היימישער מסורהדיגער איד נישט קיין אקאדעמישער, ער איז פשוט מער בקי בקורות עמינו ווי א טיפישער וויליאמסבורגער אינגערמאנטשיק.
איך מיין דער קעפל איז עפטער אלל א שטיקל עוולה קעגן אזא פערזענליכקייט, מען דארף עס טוישן צו הגאון הגדול [אלי?]מלך שפירא שליט"א, (א בארד האט ער גענוי די זעלבע ווי דער הייליגער רמ"ע מפאנו) און דאן וועט זר זהב אויך זיין צופרידן.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 2:10 pm
דורך לעיקוואד
(ער הייסט מלך אן דער אלי)
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 7:23 am
דורך קאווע טרינקער
לאדיך אפ האט געשריבן:ס'איז מיר סתם אזוי געווען אינטערעסאנט אז פראפעסאר שפירא טראגט א מערידזש רינג:
Marc Shapiro.png
ר' קאפל שווארץ, אין זיין נייעם יקב אפרים, שרייבט א תשובה צו עפעס א רבי'לע וואס פרעגט אן וואס צו טוען ווען איינציגסטער בעל קריאה און בעל תפילה אין זיין בעסמענט שול, גייט א רינגל רח"ל.
ער פירט אויס אז ס'קיין פראבלעם.
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:04 pm
דורך smartinof
זר זהב האט געשריבן:לכאורה ווייל ער האט נישט געהאט קיין שום נגיעה אזוי צו ווייטאגן דערויף. קיין געלט און כבוד האט ער דערפון נישט געמאכט.
אבער זיין תאווה פון הערשען אויפ'ן מענטשהייט, האט ער יא אויסגעפירט...
כ'זאג נישט הרב יואל האט און זיך אייגענארטיגע חשיבות, אבער מאל עס נישט אזוי אראפ ווי פון זיין נאטור וואלט ער דאס נישט געטון נאר ווי נעבעך אן אונס איז ער אריין און די גאנצע מערכה, די סיבה העקרי פון זיין מערכה איז געווען די נגיעה פון זיין נאטור, נאר גראדע איז ער געווען גאנץ גאט פארכטיג, האט ער געבויגען זיין נאטור צו גטליכע ענינים,
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:14 am
דורך זר זהב
ותשא בריתי עלי פיך
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 1:57 am
דורך געפילטע פיש
איך קען איינער וואס האט דאס פראבירט מיט זיין ווייב פאר יארן לאנג אבער קיין קינדער האט ער נישט געהאט...
לעניננו, איך פראביר זיך פארצושטעלן ווי אזוי די כרוז האט אויסגעזען, פארט ארום א קאר מיט אויכהילכער אויפן דאך, און שרייט אויס הויעך אויפן קול, "קום טו די ריידס, קום טו די ריידס, ווער ס'איז א נוטר ברית ווערט געבעטן צו קומען קיין מיימאנעדיס האספיטאל, לעיבער ענד דעליווערי רום נאמבער 214, בעט נאמבער איינס, און אריינלייגן.... וכו' VDL... באסעס וועלן ארויספארן אויף די האלבע שעה, ווער ס'נישט געווען אין מקוה זאל נישט צורירן".
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 8:37 am
דורך קאווע טרינקער
לויט די עדות פון טעמעשווארע רבי זי"ע במעמד רבים, אז זיין זוהן, ר' יהושע איז א נוטר ברית, האמער דא א פרישע אינקאם פאר עוז והדר מהדורת פרידמאן.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 9:05 am
דורך דעת תורה
@יאנקל, דער ספר הייסט א אנגעומענער מקור? ווער איז דער מחבר? און צי איז די מעשה שוין געשטאנען ערגעץ בעפארן ווערן געדריקט אין דעם ספר?
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 10:19 am
דורך דענקער
ער דערמאנט אין די הערות א תשובה פון אבני נזר (אבה"ע מד) אז א פרוי קען נישט נתעבר ווערן פון רעיפ, נאר אויב עס איז געווען תחילתו באונס וסופו ברצון.
פילייכט האט זיך הרב
טאדד עקין סומך געווען אויף דעם.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:00 am
דורך קאווע טרינקער
יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.
אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:08 am
דורך לעיקוואד
יאנקל האט געשריבן:א
פרישער פאוסטדער דריטער חלק פון דעם פאוסט רעדט וועגן גאר מאדנע מעשיות פון מקובלים פון אותות ומופתים וואס זיי האבן פועל געווען מיט זייער אבר המין. צום ביישפיל, די פאלגנדע געשיכטע:
Ari.jpg
דאכציך מרעדט וועגן דעם שוין נאך ערגעץ אין שטיבל, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, היות כמה פעמים לעצטנס האב איך געהערט פרעגן וועגן די מעשה וואס איז פשט (
תומר פרסיקו האט שוין אויך געמאכט צימעס פון דעם).
איז אזוי, לויט די מהלך פון רבי זחיסיאגענעליינו, איז פשוט אז די אלע מעשיות זענען נישט געשטויגען און נישט געפלויגען לא שרירין ולא קיימין און מ'טאר זיי נישט גלייבען בכלל.
נאך א פשט קען זיין, אז דאס האט צוטוהן מיט אכשר דרא. ודו"ק.
עוד י"ל ע"פ מה ששמעתי פעם מכ"ק האדמור"ר רדצש"נ מלעלוב שליט"א, שהקשה בענין אברהם אבינו "שים נא ידך תחת ירכי", וואס ער האט באשווירען אליעזר'ן און די נקיטת חפץ איז געוון די ברית קודש, וואס איז פשט פון דעם? והסביר, אז ביי צדיקים איז דאס בלויז א חפץ של מצווה אן קיין שום נגיעה פון תאווה ויצה"ר. ועי' בדרך פקודיך בענין יופי האמהות ודו"ק, וכעי"ז הסבירו צדיקים לגבי יעקב אבינו שאמר הבה את אשתי וגו' אפילו קל שבקלים אינו אומר כן, אז טאקע א קל שבקלים טאר נישט אזוי רעדן, אבער א צדיק ווי יעקב אבינו טאר יא.
אז מרעדט שוין, דערמאן איך זיך מה ששמעתי מאחד מתלמידי הגאון ר' משה פיינשטיין, אז אמאל האבען אפאר תלמידים פארבירט נעמען "שימוש" ביי עם, האט מען אפגערעדט אז יעדער שאלה וואס ער באקומט וועט ער אדורכגיין מיט זיי די נושא. שוין, מארגען אינדערפרי, וואס איז די ערשטע שאלה? עפעס א ספק כרות שפכה. און ר' משה אזוי רוהיגערהייט נעמט זיין פינגער און צייגט אן אויף דעם פונקטליך וויאזוי סזעהט אויס די אלע פרטי ההלכות וכו', די יונגעלייט האבען נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך..
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:22 am
דורך געפילטע פיש
@לעיקוואד, ס'דוכט זיך דיר גוט, מ'רעדט דערפון אין עובדות וספורי צדיקים - מאחורי.
ס'אינטערעסאנט ווי ער מאכט אזא סומאטאכע פונעם ודו"ק, איז דאס דען די ערשטע מאל ווי אזא געלערענטער שטויסט זיך אן אין דעם ווען ס'מיינט נישט ודוחק קצת? זעט אויס דאס האט צוטוהן מיט יאנקל'ס קול קורא קעגן די וד"ל'ס און ודו"ק'ס.
אין פוס נאטע נומער 9 איז דא א שיין בריוו, מ'דארף אביסל קוקן וואס איז דעמאלס געווען, וואס ס'האט עם געברענגט צו שרייבן אזוי, און וועם ער האט געמיינט.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 11:34 am
דורך קאווע טרינקער
@ לעיקוואוד, ייש"כ פארן דערמאנען דעם מעשה, געהערט פון א תלמיד וואס איז געווען דערביי.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:21 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.
אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?
כ'כאפ נישט דיין פראבלעם. עס איז א בלאג פאוסט, נישט קיין אקאדעמישער ארטיקל.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:25 pm
דורך קאווע טרינקער
דו כאפס טאקע נישט מיין פראבלעם?
מיין פראבלעם איז געווען אז כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא א חילוק פון א "בלאג פאוסט" צו אן "אקעדעמישער" ארטיקל.
יעצט ווייס'עך, און אלע פראבלעמען זענען פארשוואונדען..
ייש"כ.
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 6:28 pm
דורך יידל
אויך געווען אין עצכ"ח א שמועס איבער דעם מעשה פון מהר"ם גאלאנטי און דער אר"י
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?c ... um_id=1364
נשלח: מאנטאג מאי 27, 2013 8:13 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט געענדיגט לייענען.
ס'איז אינטערעסאנט בנוגע דעם טעות אין הגהות רעק"א.
אגב, אלץ פראפעסאר, פארוואס דערמאנט ער בערלאנדס פרשה בעוד וואס כ'איז נאך גארנישט באשטעטיגט געווארן אפציעל?
ער זאגט טאקע "לויט די נייעס", אבער מה יעשה אויב די מעשה שטעלט זיך אויס פאלטש?
כ'כאפ נישט דיין פראבלעם. עס איז א בלאג פאוסט, נישט קיין אקאדעמישער ארטיקל.
ער שרייבט דאך
(According to news reports, the Breslov figure currently in the news for sexual impropriety operated in this way).
ער נעמט נישט גארנישט אן, נאר זאגט אז די נייעס זאגט אזוי.