נשלח: דינסטאג פעברואר 19, 2013 3:21 pm
מוח שליט האט געשריבן:נשמה יתירה האט געשריבן: פארוואס אבער איז אלעס נאר גוט אויב מען האט אפאר גריכישע נעמען? נאר ווען מען צייכענט צו וויקיפעדיע איז מען א חכם דא? איך בין מודה אז אט די טענה מיינער האט מיך אביסל אנטוישט און דערפאר מסופק געווען צו איך זאל ווייטער שרייבען דא. אבער איך זעה נאכאמאל און נאכאמאל אז עס איז דא אסאך שרייבערס דא וואס זוכען דעם אמת, וויל איך דעריבער מקיים זיין דעם חבר אני לכל אשר יראוך, און זיך משתתף זיין לפי מיטב הבנתי.
וכאן מצא הבעל חוב מקום לגבות את חובו. איך האב געזעהן אן אשכול ווי שיטה מקובצת זאגט אז ער גלייבט נישט אין בעשה"ק. זיין גאנצע נקודה איז בענין די מוגזמדיגע מעשיות. פרעג איך יעצט פון שיטה, הזאת נעמי? מיינסטו אז דאס איז וואס די בעשה"ק האט מחדש געווען? מילא ווען דו זאגסט אז דו האסט דורכגעטון ספרי בעשה"ק וספרי המגיד און דו פארשטייסט אנדערש, החרשתי. כאטש איך וואלט אוודאי דעמאלט אויך געוואלט וויסען מהיכן דנתני. אבער די נארישע מעשיות? דאס איז מכריע יא בעשה"ק נישט בעשה"ק? ביטע שיין.
ברוכים החוזרים. דו שרייבטס גאר הערליכע זאכען. צו רוב פון זיי בין איך איינשטימיג. איך וועל אי"ה אנצייכענען מיינע פוינטס אף קאנטענשאן.
בענין די "גריכישע ווערטער". עס איז אפשר אמת אז ווען מען טרעפט א פילוסוף זאגען עפעס ענליכס צו דאס וואס מען זאגט דא באן אונז איז עס כמוצא שלל רב. די סיבה איז ווייל די געווענליכע וועג וויאזוי מען זאגט אונז זאכען איז דוקא אהן קיין הבנה ושכל, און אפי' קעגען די שכל. איז דאך נישט מער ווי נארמאל אז ווען מען זעהט ווי פילוזופען, וואס זייער גאנצע מהלך איז לכאורה געווען צו זעהן וואס די שכל זאגט, זאגען אויך דאס זעלבע, איז דאס זייער מאמת די זאך. יא, מען לערנט אונז אויס אז מיר זאלען נישט טראסטען דאס וואס מען פארקויפט אונז. האלטסטו דען אנדערש.
גראדע געדענק איך ווי די האסט מרמז געווען אז דו אויך איז יש לך יד ושם בה'גריכישע ווערטער'. נו וואס פשט?
והיינו טעמא דשופר היינו טעמא דמגילה. וואס זאל שיטה טוהן אויב די איינציגסטע זאך וואס מען לערנט אונז בנוגע דרך הבעל שם איז "נארישע מוגזמדיגע מעשיות". כאטש דער זעלבער וואס האט געזאגט נשתכחה אויף תורתו של הבעש"ט האט אויך כופר געווען און אלע מעשיות. אעפ"כ איז דאך כך דרכם כסל למו פינעם עולם גולם. מען גרייכט אייביג דוקא צום lowest common denominator. די רמב"ם האט זיך שוין גערעגט אויף די מענטשען וואס ביי זיי איז וואס מער קעגען שכל בעסער.
דארפטו אויב אזוי פארשטיין די נטייה מאמת צו זיין ביי די גריכישע, דייטשע, פראנצוזישע פילוזופען.
עולם גולם פארשטיי איך. אבער דא זענען מיר דאך חכמים. מיר אנאלאזירען אלעס דא נישט לויט די נעמען פון די מענטשען וואס זאגען דאס נאר לויט די ריכטיגקייט פון די ווערטער. דערפאר האב איך א שטיקעל טענה.
איך האב בדוקא נישט געוואלט צושטעלן שאפאנהועיר צו דאס וואס איך האב געשריבען יעצט און פריער, חאטשיק איך האב לאנג געוואוסט די ענדליכקייט פון זיינע נקודות צו די נקודה פון תורת הבעשה"ק וואס מיר רעדען דא. אמת עס איז מסתבר אז אויב איך וועל ווארפען נעמען פון פילוזפען וועלען מער מענטשען משים לב זיין. מען פארלירט אבער דעם אייגענארטיקע כח המחשבה.
אז מען רעדט שוין יא פון דעם פילוזוף של מרה שחורה, איז אינטערסאנט אז די איינציגסטע וועג לויט אים ארויסצוגיין פון דעם עולם של בהלה ורעות רוח, איז זיך מעמיק זיין אין די פשוטע טעגליכע מציאות אויף אן אופן וואס מען גייט ארויס פון די הגדרות והגבלות. דאס איז אויך זיין הבנה אויף 'ארט', און טאקע דוקא האללענדישע בילדער פון טאג טעגליך לעבן.
The individual is then able to lose himself in the object of contemplation and, for a brief moment, escape the cycle of unfulfilled desire by becoming "the pure subject of will-less knowing
דאס איז דאך די ענין פון בעשה"ק לקשר מחשבה אל המעשה און מחשבה איז 'אין', דהיינו ארויסגיין פון אלע הגדרות. ויש להאריך בזה.
האב איך שוין יוצא געווען מיט נעמען ווארפעריי על אפי ועל חמתי.