בלאט 6 פון 12

מצליח, וועט בעז"ה מצליח זיין!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
למע"כ ידידינו המכובד עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הר"ר אהרן יוסף שפילמאן הי"ו

אחדשה"ט

מיר ווילן אייך וואונטשן בשם אלע חברים דא א חג כשר ושמח, ווי אויך טוען מיר אייך גראטולירן פאר אייער צווייטער מצליח.

ביים אדורכבלעטערן מצליח 2# האט זיך מיר אנגעזאמלט פארשידענע הערות והארות, נאר אודאי אז א איד לייגט אריין אזעלכע איבערמידליכע כוחות צו מזכה זיין דעם ציבור איז נישט כדאי מ'זאל אים קריטיקירן ברבים. ממילא פאר ווער ס'איז נייגעריג אין מיינע הערות קען זיך ווענדן אין אישי.
זאלט איר געבענטשט ווערן מיט אלעם גוטן.

אוהבך מוקירך המצפה להצלחתך באמת ובתמים,

מ"ז

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:12 pm
דורך יידל
כאטשיג איך טו נישט עגריען מיט אלעס וואס מאראנצןזאפט האט געשריבן (זאג איבער נאכאמאל וואס באדערט דיר וועגן באבוב'ע רבי?) דאך האב איך אים געלייקט וויבאלד עס איז מיר ממש געווען פיינליך צו ליינען דעם אויסגאבע.
נאך א נקודה צוצולייגן צו מ"ז'ס ליסטע: ביי אינטערוויוס (מוטה פראנק, בארבער, טאמפסאן) הערט איר נישט אויף צו שפרינגן צווישן איר און דו, אייך און דיך א.א.וו.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:13 pm
דורך מאראנצןזאפט
"באבובער רב" איז דער ריכטיגער טיטל, אבער איר זענט גערעכט איטס נאו ביג דיל!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:29 pm
דורך שמעקעדיג
מאראנצן דו ווארפסט דא צוזאמען, אויב דאס איז נאר "בקיצור", דאן ווי אזוי קוקט שוין אויס דיין אריכות.. א געוואלדיגע ארבעט!
יידל'ס הערה איבער "ללבנות הנשברים" האט מיר געמאכט אויספלאצן... כ'פארנעם נאך א מיסטעיק, אבער אזוינס א גוטס?

דו שרייבסט:
אונזערע ליינער זענען מפונקים און מ'קויפט נישט אבי עפעס.

מיט דעם בינעך מחולק, והבלאט יוכיח.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:40 pm
דורך מאראנצןזאפט
כ'בעט דיר! מיט אלע חסרונות פון דער בלאט (קוק אין צימעס וויפיל איך האב זיי קריטיקירט) איז עס נאך אלץ א פראפעסיאנלע ארבעט מיט יארן עקספיריענס. ווי אויך האבן זיי א באזע פארטייאישע ליינער.
איך מיין בעיקר דער בליק, דער אידישער פלאם, און צייטשריפט, וואס זענען אלע געווען גאנץ גוטע אויסגאבעס און האבן נישט געקענט אנגיין, ווייל מ'דארף זיין גאר גוט.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 4:57 pm
דורך שמעקעדיג
צייטשריפט איז אונטערגעגאנגען צוליב אומ-פראפעסיאנאליזם? כ'גלייב נישט. איך האב נאכנישט באגעגנט א בעסערע אויסגאבע. איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער דאס איז באמת דאס בעסטע וואס איך האב געזעהן, און איך בענק זיך שטארק דערנאך!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:37 pm
דורך קרעקער
מאראנצן
דו ענדיגסט אויכט נישט
סאו וואס ווילסטו יעצט? מצליח זאל זיך פארמאכען? ער זאל אויפנעמען שרייבערס? מגיהים? גראפיקערס?
עצה עם וואס צו טוהן
ער ליגט שוין דא מיט א צענער לכל הפחות

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:45 pm
דורך יידל
ווען מצליח'ס ארטיקלן וואלטן זיך אזוי "נישט געענדיגט" ווי מאראנצןזאפט'ס תגובה, וואלט ער גוט געשטאנען. אבער אויב ווילסטו דוקא עצות, אט זענען מיינע רעקאמענדאציעס: אויפנעמען א פראפעסיאנאלן מגיה, אויפנעמען א טייפסעטער אדער א גראפיקער וועלכער קען אויך די טייפסעטינג מלאכה, און אויפנעמען לכל הפחות נאך איין שרייבער חוץ דער רעדאקטער זעלבסט.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:46 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:צייטשריפט איז אונטערגעגאנגען צוליב אומ-פראפעסיאנאליזם? כ'גלייב נישט. איך האב נאכנישט באגעגנט א בעסערע אויסגאבע. איך בין נישט דער גרויסער מבין, אבער דאס איז באמת דאס בעסטע וואס איך האב געזעהן, און איך בענק זיך שטארק דערנאך!

איך מיין אויך אז דער צייטשריפט איז געווען א געוואלדיגער מאגאזין, און איז לכאורה אונטערגעגאנגען צוליב מיסמעדעזשמענט ווי איידער פארלוסט פון קאסטומערס.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:37 pm
דורך מאראנצןזאפט
קרעקער האט געשריבן:מאראנצן
דו ענדיגסט אויכט נישט
סאו וואס ווילסטו יעצט? מצליח זאל זיך פארמאכען? ער זאל אויפנעמען שרייבערס? מגיהים? גראפיקערס?
עצה עם וואס צו טוהן
ער ליגט שוין דא מיט א צענער לכל הפחות


איך האב שוין געשריבן וואס ער זאל טוען. גיי צוריק אביסל וועסטו אנמערקן. בקיצור, ער דארף אן ערנסטן מגיה, און א פראפעסיאנאל וואס זאל אים שטיין צו דער האנט.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 6:40 pm
דורך מאראנצןזאפט
@שמעקעדיג איך פלעג אויך הנאה האבן פון דער צייטשריפט.
כ'האב עס בלויז געניצט אלס א משל ווי שווער ס'איז אנצוגיין אינעם קליינעם אידיש רעדנדער מארקעט. קוים וואס דער שטערן - וואס איז א כליל המעלות נאך אלע דרשות פון יאנקל - קען אנגיין. (ווער געדענקט נאך ווען ער האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט צייטשריפט).

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:23 pm
דורך זר זהב
מי כעמך ישראל, דער עולם ווארפט געלט אין מיסט אויף סאפאמארישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. אנשטאט צו באוויינען די 5 דאללאר גיט מען אים נאך פרי אדווייז.

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 8:28 pm
דורך שמעקעדיג
ללבנות נשברות!

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 10:23 pm
דורך חשבון
טייערע מצליח, פארגאנגענע חודש האב איך דיך פאטיידיגט איך האב זיך געשלאגן פאר דיר איך האב געשריגן אז מ'זאל דיר געבן א שאנס. איך האב געגלייבט אז דו ביסט ניי און דו וועסט אויסהערן וואס אנדערע זאגן און זיך צושטעלן דערצו.

יעצט זינק איך פאר בושה, האסט מיר געווארפן א קראקס אין פנים. האסט מיך געמאכט פארלירן יעדע ביסל טראסט אין דיר פארוואס????

פארוואס זאלסטו נישט הערן וואס עלטערע בעסערע און געלונגערע פון דיר האבן צו זאגן??? דו מאכסט מיך זינקן פאר בושות פארן דיך פארטיידיגן פארוואס טוסטו עס צו מיר?

וויי וויי

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 2:28 am
דורך וואלפה
איך האב הנאה פון איהם כאטש ער קען נאך א ביסל שארפענען זיין פענסיל, ווייל ער איז נישט אזוי באקסעדיג (אפשר וועט עס קומען מיט די צייט, אבער איך רעדט כעת) לדוגמה ווען א.י. שפילמאן שרייבט אינם ניסן דיגע מצליח וועגן די גלויבער טראגעדיע ברענגט ער ארויס שטארקע ווערטער וועגען די "נייע" געבוירענע קינד, נישט אזוי ווי אנדערע וואס האבן נישט גורס געווען א קינד אינם עקסעדענט...

וז"ל......יונגע בלוט קאכט און זידט אויפ'ן אייז-פארפרוירענעם אספאלט, ימים פון הייסע אידישע טרערן פארפרוירן צו קאלטע אייז-שטיקער, א יונגע עופה'לע קעמפפט מיט מאשין-געטריבענע הארץ-קלאפעניש, צו קענען ברענגען א טרייסט פאר די פאמיליע, א קדיש זאגער פאר זיינע פארשניטענע עלטערן וועמען ער וועט קיינמאל נישט קענען... זון גובט אירע לעצטע שטראלן, וועטער טעמפראטורן טוישן זיך צו די נידעריגע ציפערן, און ערוועקט פריש די נעכטיגע געפילן - א טאטע...א מאמע... נאכנישט קיין מאמע... א פרוי.... א אינגעלע למזל טוב.... יא! מען קען זיי אנרופן "טאטע און מאמע"... און פון הימל קענען זיי זאגען: 'מיין קינד".... אויפן פינסטערן בארג אינעם בית החיים צאנקן די ליכטליך, ס'איז שווארץ, א פריש פארפאלק געברענט צו זייער אייבוגער רוה, למנוחת עולמים, טויזנטער געזעגענען זיך מיט צער, און טיפע עגמת נפש, אוי א קלעם, א בראך, ווער וועט דאס אינגעלע אויפציען?... ווער וועט דאס אינגעלע א גלעט געבן, און בארואיגען אין וויגעלע? דאס מוטערליכע ליבשאפט וואס נאר א מאמע קען געבן איז עפעס וואס איז א טייל פונעם נישט ווייטער פארגאנגענהייט, הילד, דער אומשולדיגער תינוק, פיצי, און הילפלאז, פאכעט מיט זיינע קליינטשיגע הענטליך, און זוכט פאר מאמי, אבער זי איז נישטא אים צו בארואיגען, גלעטן, און וויגלען... ערגעץ-וואו אין איינע פון די הויעכע-וואלקן קראצער געביידעס, אין שפיטאל, קלאפט ס'הערצעלע, אין א פארזוך צו ברענגען א טרייסט פאר זיין נארוואס געווארענע פאמיליע, וואס זארגען אזוי פאר אים, וואס פארלאזן אזויפיל טרערן פאר אים... און קוקן ארויס אז ער זאל זיך ערהוילן, און אנטוויקלן, ערנערן און אויפוואקסן, נאר דו שעפעלע, דו קליינער פיצי אומוויסנדער פייגעלע, וועסט קענען עטוואס א טרייסט ברענגען צו דיינע אידישע געשוויסטער, דאס ליבליכע ווארעמע הימלישע האנט, פונעם אבי היתומים טוט דיר היטן, און גלעטן מיט א הימלישע פאטערליכע ליבע, מיין קינד! אלעס האט א חשבון! וויין שעפעלע וויין, ביזט אבער נישט אליין, יא ביזט נאך קליין, דו אלס קיילכעדיגער יתומל, טוט נענטער ברענגען די גאולה שלימה, ווען איך וועל מיר אנטפלעקן צו מיינע זיסע שעפעליך אין גלות, כלל ישראל, מיין ליבלונג, מיט וועמען איך טוה שטאלצירן, איך ווייס ס'איז שווער, עמו אנוכי בצרה, קעמפפט נאך אביסעלע מער, דאס זייגערל שטעלט זיך נישט אפ, דו פארניכטעטע קארס אויף קענט עוו. בלייבן נישט אויפן שאסיי, דאס קאפעלע, און ברילן, און אנדערע זאכן וואס געהערן צו די קרבנות זענען שוין אוועקגענומען געווארן, דער אפקלאנג פון די היסטערישע סירינעס זענען איינגעשטילט, אבער ענקער געוויין ליבע שעפעליך הערט זיך נאך אויבן אין הימל, ענקערע היסטערישע געשרייען ווערן נישט איינגעשטילט, דער רבש"ע וויל מיר זאלן בלייבן אידישע קינדער, א קאפעלע אויף קענט עוועניו, - אוי, בלייבט אידן..... ברילן צווישן ברוכווארג. - אוי, היט אייך דו אויגן... גלויבער - טוט גלויבן אין מיר, פארלירט נישט אייערע אמונה, קערט זיך צוריק צו מיר, היט אייער שפראך, אייער אויסדרוק, האלט אייך אפ פון רעדן ניבול, ווייל יונגע קינדער ווערן דערפון פארשניטן.... אונזער פיצי עלנדע ברודערל איז געבליבן לעבן, אבער איז קריטיש... דער רבש"ע וויל זעהן צו מיר האבן דערהערט דעם מעסעדזש... די נומערן שפרונגען ארויף אין אראפ.... לויט יעדע קרעכץ, הירור תשובה. גוט ווארט, ריינע מחשבות, פון אונז זיינע ברודער און שוועסטער...
ווען די נשמה'לע וואלט געקענט רעדן וואלט ער אוודאי געשריגען אין זיין יונגע רחמנות'דיגע שטימעלע: ברודער און שוועסטער, איך וויל לעבן... איך וויל זיין א געזונט קינד ווי יעדער איינער...איך האב נישט קיין מאמע וואס זאל מיר גלעטן און בארואיגען, נאר איר קענט מיר גלעטן, מיט אייערע מעשים טובים... א יעדע ריינע מחשבה איז נאך א גלעט פאר מיר... א יעדעס מאל וואס דו שטארקט זיך אויף דיין דיבור, מחשבה און מעשה איז דאס נאך א ליבליכע קוש צו מיר, פיצינקע עופה'לע... איך האב נישט קיין טאטע וואס זאל מיר באגלייטן אויף דעם שווערן וועג, ווייל טאטי האט מיר איבערגעלאזט נאך בעפאר איך האב אים געקענט זעהן... ברודער און שוועסטער, נאר אייערע מעשים טובים וועלן מיר קענען באגלייטן, גלעטן, און בארואיגען... א יעדע קלאפ וואס מיין עטליכע מאנאטיגע הערצעלע גוט איז געוואנדן לויט יעדע מעשה וואס איר טוט, איך בעט דיר: גוב מיין הערצעלע נאך א קלאפ.... טוה נאך א מצוה'לע... און נאך א קלאפ.... היט איך אפ אין קדושה און צניעות... און אוי.... נאך א קלאפ.... לאזט פאלן נאך א טרער.... גוט מיר לעבן.... דורכן ווייזן ליבשאפט צו אנדערע אידישע קינדער.... יא! ב"ה, איך ליג מיר דא אליין, זיי זענען געגאנגען, און איך בין געקומען... טאטי, מאמי... אויבן האט עטס א שטארקע כח, איר קומט דאך פון אט דער פינסטערע וועלט,.וכ"ו

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 4:47 am
דורך מיין מיינונג
מיט מיר איז ער פארטיג. דער איד האט מיך שרעקליך דיסעפוינטעד מיטן נישט נעמען עדווייס פון דא צו פאררעכטן זיינע טעותים, און באגייט זיי נאכאמאל ביתר שאת ויתר עז. די ספעלינג טעותים האבן מיינע אויגן צונומען און די גרעמער האט מיך געמאכט ברעכן. איך בין שוין מוחל די ריזיגע בילדער פון כבודו הרמה והגדולה הרב שפילמאן ירום הודו, אזוי אויך די ביליגע פראפעגאנדע פון בנימין בארבער (איך זאג ביליג ווייל עס איז נאריש געשריבן און די בילדער צום ארטיקל זאגן נישט גארנישט חוץ אז ער דארף כבוד), און איך בין שוין אויך מוחל די נידריגע רעזעלוציע בילדער. איך בין אבער נישט מוחל דאס פארהאנקען דעם ליינער מיט אזוינע גראבע שרעקעדיגע ספעלינג מיסטעיקס. דאס הייסט רעכט זיך געשפילט מיט אונזער אינטעליגענץ.

איך וואונטש הרב שפילמאן אסאך הצלחה אויף ווייטער, אבער מיינע פינעף דאללער האט ער בדרך הטבע פארלוירן מהיום והלאה.

נשלח: זונטאג מערץ 31, 2013 9:41 am
דורך אבי גערעדט
מיט מיר איז ער אויך פערטיג, איך האב געקויפט דעם ערשטן, געבראכן, זיך פארעקלט אין פערטיג.

אבער עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז דא רעדט מען פון א וואן מען בענד, דער איינער שפילמאן שרייבט, טייפט איז מגיה, מאכט די גראפיקס אין דיסטרוביוט איר, הכל בכל מכל ווערט געמאכט דורך די זעלבע צען פינגער.

פארוואס טאקע? דאס איז שוין אינזער שולד, וויבאלד דער ציבור קויפט נישט, אין דער אינגערמאן איז נישט אינטערעסירט צו אינוועסטירן 40-50,000 דאלאר אין א פראדוקט וואס האט שוואכע שאנסן צו מאכן גרויסע רווחים, אצינד ווען ער ארבעט אליינס אן קיין עקסטערע הוצאות, קען ער כאפן דעם דופק אין זען ווי ער קען זיך עפארדן צו עקספענדען. (א ריזיגע טעות, אבער פארט קען מען אים פארשטיין)

פארדעם איז דא די אלע גרייזן, וויבאלד ס'נישטא קיין מגיה, אין פארדעם האבן אלע ארטיקלען ס'זעלבע פנים, וויבאלד ס'די זעלבע שרייבער וכו.

אה און שיעור פארגעסן, פארדעם איז דא אזוי באנטש פיקטשערס פון אים אויפן דעקל, און אינעווייניג, וויבאלד ס'נישטא קיין רעדאקטערס אדער עדאטאריעל באורד וואס זאל אים שיינערהייט מסביר זיין אז ס'איז מש...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 3:38 pm
דורך town1
איך האב די חודש געקויפט די צווייטע מצליח, ברוך השם זייער א שיינע ארבעט אנגעהויבן ביי די אינטערסאנטע אינטערויוו מיט הרב בנימין בארבער וועגן אידן זאלן גיין אויף רזשורי דינסט, דערנאך די אינטערויוו מיט הרב מוטה פראנק וועגן היימישע נשמות וואס פאלן ליידער אוועק, עס איז געווען פול מיט בטחון, דערנאך די אינטערויוו מיט ביל טאמפסאן אויך זייער אינטערסאנט, די מעשה וועגן דוב הייקינד ווען די מידיא האט אים אינטערגעריסן, די ארטיקל וועגן די פילאטלאזע פליגערס איז געווען גאנץ אינטערסאנט, נאר די בילד ווי די יונגל וויינט פאסט נישט פאר א אידישע אויסגאבע, די ארעסטאנט וואס איז געווען אויף די פריי און זיך צוריק אריינבאקומען אויך גאנץ אינטערסאנט,

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:08 pm
דורך שעפטל
איך וועל ווייטער מסתמה קויפן דעם מצליח פשוט ווייל איך האב ליב צו ליינען,
נישט אז איך וויל נישט הערן וואס דער עסקן נמרץ ר' בנימין בארבער יר"ה האט צו זאגן, איך קען אים מסתמה הערן אויף קול מבשר, און דזשורי וועט ער נישט איינפירן אין ראמען פון אן אויסגאבע..
איבער די לעגענדארע היסטאריע איבער טאמפסאן וועל איך ליינען אויף וויקיפידיע און ווי אויך אין די צייטונגען ווען זיינע סקאנדאלען וועלן ארויסקומען, זיינע צוזאגן און ליב האבן איז פשוט פאליטיקל!
בקיצור די צוויי ארטיקלן זענען זייער טריקן.
הרב מוטה פראנקס ארטיקל איז מיר עפעס נישט קיין חדשות געווען,
דוב הייקינד איז שוין געווען באשריבן אפילו אין אלע אידישע צייטונגען.

רייקערס און די בארבארישע טורמעס איז א גאנץ גוטע ארטיקל.

ווי ער האט מיך יא געכאפט איז געווען די "דראון" ארטיקל. און טאקע דארט האט ער מיך ארויסגענומען פון די גלייזן, איינס די וועג פון שרייבן, דער שרייבער לויפט זייער אומ'מסודר, אהער און אהין. און ס'ארגסטע פון אלעס איז די דאפעלטע שטיקלעך. ער באשרייבט די זעלבע זאך (איבער שפיאנירן אין ניו יארק) אויף צוויי פלעצער.

ווי איך האב אנגעהויבן, איך וועל עס ווייטער שטיצן ביז איך וועל אויך כאפן א קראקס אין פרצוף (חשבון איך לאך נאך)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 04, 2013 4:51 pm
דורך אביגדור
מער נישט.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 8:52 am
דורך וואלפה
א גוטן תירוץ פארן ארויסקומען שפעט,
דו ערשטע מענטש וואס איך זעה אז ער האט פארדינט פון די באסטן מאראטאן טעראר אטאקע...

בנוגע טעותים, קוקענדיג צוריק אויף אלטע שטערןס, האט ש. ר. געהאט גרויסע און גראבע טעותים, אפילו נאכן זיין צוויי יאר אין ביזנעס, און היינט איז ער זייער שטארק און קלאר אן קיין איבריגע פינטל.
מצליח דארף מען אפשר אויך געבען א שטיק צייט זיך אויסצושארפן, נאכדעם פאסן א באשלאס.

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:15 am
דורך אבי גערעדט
congratulations!! הער רעדאקטער פאר:
די ערשטע אינטערעסאנטע קאלירפולער דעקל
די ערשטע אויסגאבע אן בילדער פון דיין שיינקייט
די ערשטע אויסגאבע מיט נארמאלע נושאים
וכו וכו.
אי"ה דעם חודש פארדינסטו צוריק א קויפער, צוליב די שטארקייט פון דיין זייט אויסצוהערן קריטיק, און פרובירן צו פארבעסערן
מיר האפן נישט צו ווערן אנטוישט

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 9:45 am
דורך אריק
הייבט שוין אן אויסצוקוקען ווי א קאמפעטישאן פאר "דער בליץ"...